פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

(באקומען אין אימעיל מיט א בקשה ארויפצושטעלן)

וואס? – א שפיאן?! – א היימישער יונגערמאן?

עס לאזט זיך נישט גלויבן.

אן אבלאווע אינמיטן נאכט

נישט יעדן טאג הערט מען פון די סארט געשיכטעס, וועלכע זענען גענומען פון א דראמאטישן יאיר-וויינשטאק ביכל.

געווען איז דאס פארלאפענעם מיטוואך, אין א באשיידענעם דירה אין בית-שמש, דארט וואוינט א חשוב'ער וויזניצער יונגערמאן, הרה"ח ר' אלימלך שטערן הי"ו – היינט שוין באקאנט אלס 'אלימלך בן יהודית שרה', וועלכער איז באקאנט פאר אלע זיינע ארומיגע אלס ערנסטער חסידי'שער יונגערמאן. אין די גאר פריער פארטאגס שעה'ן, בשעת די איין און צוואנציגער פארפאלק זענען נאר וואס צוריקגעקומען פון א חתונה, און זיך געלייגט געשלאפן געמיטליך, אפי' זייער איינציגער בעיבי האט ענדליך געכאפט א רואיגן דרימל. אינעם ארגסטן חלום האבן זיי זיך נישט געקענט דמיונ'ען דעם אזוי מאדנעם געשיכטע וואס גייט אט פאסירן.

עס איז קוים אריבער א האלבע שעה פון ווען זיי האבן געכאפט א דרימל, און דאס אומגערישטע איז אנגעקומען. ס'איז ניטאמאל געווען קלאפערייען, איידער דאס טיר האט זיך ברוטאליש אויפגעריסן דורך א באמבע. עטליכע פאליציי-אגענטן האבן אריינגעשטורעמט און זיך גענומען איבערדרייען דאס הויז. דעם יונגערמאן האבן זיי גלייך געבינדן אין קייטן, פארבינדן זיינע אויגן אז ער זאל נישט קענען חלילה זען וואו מען פירט אים, און אזוי האט מען ארעסטירט כאחרון המחבלים, נאך זייענדיג אין די בגדי מלכות (פידזשאמעס). די איינציגע ווערטער וואס זיי האבן געלאזט פאלן אינעם דערשראקאנעם הויז, איז אז ער איז ארעסטירט אלס... שפיאן!

שפיאנאדזש... נישט מער און נישט ווייניגער.

א געווייקטער וויזניצער חסיד, א יונגערמאן משכמו ומעלה, א חשוב'ער סופר-סת"ם וואס געפינט זיך בתוך ד' אמות של הלכה, קיין דרייווערס לייסנס פארמאגט ער נישט, א קאמפיוטער זיכער נישט. מען רעדט דא פון אזא איינער וואס ווייסט קוים וואס אינטערנעט מיינט. דאס ארגסטע חפץ וואס מ'האט געקענט ביי אים געפינען איז אן אלטן סארט אם-פי-טרי מיט סקולענער ניגונים... אבער די אגענטן האבן איבערגעדרייט יעדן ווינקל, און געזוכט נאך דעם יונגערמאנס קאמפיוטער, וואס ער פארמאגט ניטאמאל...

די פרוי וואס האט זיך דאן געפינען אינדערהיים, איז שאקירט געווארן ווען זי האט זיך דערזען פלוצלינג ארומגענומען מיט צענדליגע באוואפנטע זעלנער, וועלכע באלאגערן זייער שטוב און גייען ארום איבעראל, צילנדיג צו איר מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערס. זיי האבן איר באפוילן צו נעמען איר קינד און ארויסגיין פון צימער צו א צווייטן צימער. זי האט נישט געכאפט וואס מען וויל פון איר לעבן האבן און וואס זי האט חוטא געווען און ביז היינט ציפט זי זיך צו פארשטיין צי זי געפינט זיך נישט צופעליג אינמיטן א בייזן חלום, וואו עס שפילט זיך אפ דאס וואס מיר ליינען אין די אלטע מעשה ביכלעך פון די גרויזאמע פאליציאנטן, וועלכע פארכאפן אומשולדיגע יונגעלייט און בחורים אינמיטן די נאכט, בשעת זיי געפינען זיך אויף זייער געלעגער.

חורבן און כאאס

צוויי שעה האבן די שרעקעדיגע דזשאנדארן אטאקירט די דירה, איבערקערנדיג יעדע שאפע און יעדע לעדל. מיט קולות וברקים האבן זיי פארלאנגט פון דאס פאר פאלק ארויסצוגעבן זייערע סעלפאנען מיט די קאמפיוטערס. ר' אלימלך האט געשריגן אז ער פארמאגט נישט קיין קאמפיוטער און ער איז בכלל אנגעשלאסן אין די חבורות פון אידן וועלכע האלטן זיך צוריק פון טעכנעלאגיע. זיי האבן דאס אבער נישט געגלויבט און איבערגעקערט דאס הויז צו געפינען דעם אסור'דיגן כלי וואס ער "שפיאנירט" דערמיט.

אין די זעלבע צייט וואס די חברה האבן באוואכט די פרוי מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווער, אז זי זאל חלילה נישט קלערן פון טון עפעס וואס זיי געפעלט נישט, האבן אנדערע חברה אונטערגעזוכט די דירה. זיי האבן פארלאנגט פון אים אז ער זאל ארויסגעבן זיין סעלפאן, אבער ווען ער האט זיי אהינגעגעבן דעם כשר'ן טעלפאן וואס ער פארמאגט, האבן זיי דאס געווארפן צו די ערד זאגנדיג, "וואס גיבסטו אונז דא שמאטעס, גיב אהער די ריכטיגע סחורה"... אבער דער יונגערמאן האט זיי נישט געקענט צופרידן שטעלן.

נישט געפינענדיג די סאפיסטיקירטע "שפיאנאזש מאשינען", האבן זיי זיך גענומען אויפרייסן דאכענעס, קושענעס, בענקלעך מיט מאטראצן. זיי האבן זיך גענומען צוברעכן שאפעס מיט ווענט, איבערלאזנדיג א חורבן אינעם גאנצן שטוב.

הערשט פיר אזייגער פארטאגס, האבן זיי פארלאזט די דירה, אינאיינעם מיט ר' אלימלך, בשעת מען פירט אים ארויס מיט קייטן אויף די הענט און פיס, און די אויגן פארבינדן. די פרוי האט זיך פלוצלינג ארומגעזען אין א פאר'חרוב'טע דירה, צוריסענע בעטן מיט בענקלעך, אויפגעהאקטע ווענט, בשעת די טיר פון די דירה איז אויפגעריסן און אפן. אפילו א טעלפאן צו רופן איינעם פאר הילף, האט זי נישט פארמאגט, וויבאלד די רשעים האבן אלעס צוגענומען פון זיי.

שטעלט אייך פאר ווי אזוי עס שפירט זיך אן איינזאמע פרוי אליין, פיר אזייגער פארטאגס, מיט א קליין קינד אין די הענט, מיט אן אפענע צובראכענע דירה, אן קיין מיטלען צו רופן פאר הילף...

השם ישמור.

הערשט אינדערפרי, מיט די ערשטע טראנספארטאציע מיטלען ארויס פון בית-שמש, האט זיך די פרוי ארויסגעלאזט אין וועג מיט איר קינד, אנקומענדיג צו אירע עלטערן און דערציילט וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי זיי אינמיטן נאכט.

דא האלט די מעשה.

אויף טויבע אויערן

וויפיל די עלטערן האבן פרובירט איבערדרייען וועלטן, וויפיל די נישט-נאר וויזניצע עסקנים האבן פרובירט ריקן ווענט, האט מען די מינדעסטע אנונג איבער וואס די רעדע איז, און צוליב וואס האט פאסירט אזא געפערליכן טעות. די רעדע איז פון די ציוניסטישע שב"כ, וואס אין דעם הינזיכט האט קיין עסקן אן אריינטריט, אין צוגאב איז אין עטליכע שעה ארויפגעלייגט געווארן אויפ'ן פרשה א שארפן צא"פ – צו איסור פרסום – וואס דאס מיינט אז לעגאל טאר קיינער נישט ארויסגעבן קיין ברעקל ידיעה איבער סיי-וואס פונעם געשיכטע.

מיר האבן גערעדט מיט מערערע אידן וועלכע קענען דעם יונגערמאן פון דער נאנט. ס'רעדט זיך פונעם לעצטן מענטש אויפ'ן וועלט וואס מ'קען באשולדיגן מיט עפעס. א ריכטיגער חניאקישער יונגערמאן שלא טעם טעם חטא, ער זיצט און לערנט א גאנצן טאג אין כולל, קוים וואס ער ווייסט וואס עס באדייט דאס ווארט "שפיאנאזש" און דאס ביסל וואס ער ווייסט, איז בלויז פון פרשת שלח וואס ער האט נאך געלערנט אין חדר, וואו מען האט דראמאטיש פארגעשטעלט די געשיכטע פון די מרגלים, ווי אזוי זיי זענען געגאנגען "שפיאנירן" אויף ארץ-ישראל.

עס רעדט זיך דא פון א חשוב'ער ערנסטער יונגערמאן, א גלייכער קאפ און געזעצטער נפש. ער קומט פון א באקאנטע חשוב'ע וויזניצע משפחה, פון ביידע צדדים.

וואס עס דארף מיינען דער גרויסארטיגער 'שפיאנאדזש' קען אויך קיינער נישט באדייטן. ס'קען זיין פאר יעדע סארט מדינה, אפי' פאר אמעריקע. דערווייל ווייסט מען ניטאמאל וואס די באשילדוגונג איז. און גאר מעגליך אז איינער האט עפעס אנגעמאכט אויף זיין נאמען אד"ג. די איינציגסטע זאך וואס קומט אויפ'ן געדאנק, איז אז מעגליך אז אלס סופר האט ער געשריבן א מגילת-אסתר, דער איראנער געשיכטע...

די קאנספיראציעס זענען ברייט, די אנאליזן זענען שוין אויסגעקאכט געווארן ביי די אומצאליגע נאכפאלגנדע קיפקעס, זאפטיגע ווערטלעך זענען שוין אויך געבוירן, אבער מ'דארף געדענקען אז מ'רעדט פון א דראמאטיש-ווייטאגליכן געשיכטע, וואס צערייסט די הערצער פון זיינע משפחה מיטגלידער, וועלכע קענען נישט רוהען נישט וויסנדיג וואס גייט פאר מיט דער אזוי ערליכן און איידעלן יונגערמאן.

דער ווייטאג איז בעיקר די נאכפאלגנדע שמועות וואס זענען פארשפרייט געווארן. אינעם ערשטן טאג האט מען געהערט בלויז פונעם אויבנדערמאנטן געשיכטע, אבער אין לויף פונעם קומענדיגן טאג איז שוין אפירגעקומען גאר אינטערעסאנטע און אומקראנטע ידיעות, אינדערצייט וואס צוליב דעם צא"פ קען ניטאמאל ארויסקומען עפעס חדשות...

איינער האט שוין געוואוסט צו דערציילן אז אינעם יונגערמאנס קאר האט מען געטראפן פארדעכטיגטע דאקומיענטן – אינדערצייט וואס דער יונגערמאן פארמאגט ניטאמאל לייסנס... אנדערע האבן דערציילט אז אינעם פארלאפענעם יאר איז ער געפלויגן עטליכע מאל קיין אינדיע – ווען דעם יונגערמאנס פאספארט ליגט נאך פארפאקט אין זיין עלטערנס דירה נאך פון פארן חתונה... צווישן אנדערע נארישקייטן.

אנדערע ווייסן שוין צו זאגן איבער פאנטאסטישע סומעס געלט וואס מען האט געטראפן אין די דירה, אויסגעשטעלט אין מזומנים... אין פאקט, איז כדאי צו באמערקן אז איידער מען האט אים ארויסגעפירט פון שטוב, האט ער זיך געבעטן ביי די פאליציי אז ער וויל איבערגעבן עפעס געלט פאר זיין בני-בית, אז זי זאל האבן עפעס אין טאש. ווען מען האט אים נאכגעגעבן דעם פארלאנג, האט ער קוים צוזאמענגעקראצט פון אלע ווינקלען און טאשן, בלויז 200 שקל (בערך פופציג דאלער!), מער פון דעם האט ער נישט געקענט געפינען פאר איר.

בכל-אופן, די אלע שמועות וואס זענען איבערגעגאנגען פון מויל צו אויער, זענען געבוירן געווארן אין די היימישע מקוואות און אין די קאווע צימערלעך פון די בתי-מדרשים. פון איין שוהל צו דער אנדערער האט שוין די מעשה באקומען נאך פליגלען און נאך דעטאלן, לויט ווי איינער האט זיך געדוכט אז ער האט געהערט פון א צווייטן, און יענער האט שוין צוגעלייגט א נופך משלו, און אזוי האט זיך אנטוויקלט א פרישע לעגענדע אויפן חשבון פון א תמימות'דיגן ערליכער יונגערמאן.

עס מוז באטאנט ווערן, אז אויסער די טריקענע פרטים איבער די ארעסט, איז נישט פארהאן קיין שום איינצלהייטן וואס מען ווייסט דערפון צו זאגן. וויבאלד עס איז פארהאן דערויף א צא"פ און עס רעדט זיך פון סודות'פולע ענינים, וואס די רעגירונג וויל האלטן בסוד, זענען אלע שמועות בלויז וואס מענטשן האבן פאבריצירט און עס האט מיט די מציאות קיין שייכות נישט.

רעדנדיג מיט די פארצווייפלטע בני המשפחה האבן זיי בלויז געוואוסט צו זאגן אז ערשט פרייטאג האבן פאליציי אריינגעלאזט דעם ערשטן מאל געהעריגע קליידער, און שפעטער אויך זיין טלית-ותפילין. זונטאג איז געווען א זיצונג איבער אריינלאזן א לאיער צום יונגערמאן. און אום מאנטאג איז מען געוואר געווארן אין וועלכע תפיסה ער זיצט. דער וויזניצער בארימטע צדקה-קאסע 'להחזיקם' האט אויסגעצאלט דעם צעבראכענעם טיר.

דאס איז אלעס וואס איז דא צו פארציילן איבער דעם אזוי מאדנעם געשיכטע. האפנטליך אז ווען איר ליינט די שורות איז שוין דער יונגערמאן צוריק אהיים ווי געהעריג.
איין גוטע נייעס וואס מען קען יא באריכטן, אז אין די לעצטע טעג האט מען אריינגעלאזט צו אים א רב, וואס זאל אים איבערגעבן זיין טלית ותפילין. דער רב איז אבער אנגעזאגט געווארן, נישט אויסצוטוישן מיט אים קיין ווארט, נאר בלויז איבערגעבן די טלית ותפילין. זיי זענען געשטאנען דארט און אכטונג געגעבן אז זייערע אנווייזונגען ווערן טאקע אינפאסירט.
דער געשיכטע האט אויפגעשטורעמט דאס גאנצע יהדות החרדית בארצינו הקדושה ובגולה, עס האט אויפגעהויבן שרעקעדיג-מאדנע ברעמען ביי זיינע אלע באקאנטע, און צערייסט דאס הארץ פון די חשוב'ע עלטערן און משפחה וועלכע גייען אויס צו הערן א גוט ווארט, און זענען מצפים לישועה שלימה.

פארוואס? – פארוואס?

די קושיא וואס שוועבט אין די לופטן און פארמאגט נאך דערווייל קיין ענטפער: פארוואס לאזט מען נישט צו קיין לויער צו דעם יונגערמאן? – יעדער פארברעכער אויף דער וועלט, וואס מען ארעסטירט, באקומט גראד א לויער צו וועמען ער קען רעדן. אין די לעצטע חדשים האט מען ארעסטירט שרעקעדיגע מחבלים מיט בלוט אויף זייערע הענט, בשעת זיי האבן גע'רצח'עט און גע'הרג'עט אידישע נפשות. זיי האבן באקומען לויערס מיט וועמען זיי קענען זיך דורכשמועסן. אבער אונזער איידעלער ר' אלימלך, האט דאס אבער נישט באקומען.

פארוואס?

אין געווענליכע פעלער, איז נישט בארעכטיגט צו האלטן א מענטש אזוי לאנג, אן דעם וואס ער זאל פארמאגן די רעכטן צו רעדן מיט א לויער. דא קומען די אינסטאנצן מיט א טענה, אויסנוצנדיג א געזעץ וואס לויטעט, אז אויב מען האלט אינמיטן א זמן מלחמה, בשעת עס הערשט א מלחמה אין לאנד, דעמאלס פארלירט דער פארדעכטיגטער אלע זיינע רעכטן און מען דארף אים נישט צושטעלן קיין לויער.

אבער... צי לייגט זיך דאס אויפן שכל, אז א תמימות'דיגער יונגערמאן וואס ווייסט קוים א פרק אין נייעס, זאל מען נישט צושטעלן א מענטש מיט וועמען מען קען אויסטוישן א ווארט?

עס איז נישט קיין סוד וואס מען טוט מיט א מענטש אין אזעלכע אומשטענדן. מען פייניגט דארט אויס פיזיש און גייסטיש, נישט זייענדיג הונטערשטעליג פון די פארצייטישע רוסלאנד. מען פראבירט צו מאכן דער מענטש רעדן אויף יעדן סארט אופן וואס מעגליך. אין געווענליכע פעלער, רעדט מען דאך פון שפיאנען, וועלכע האבן גענומען טרענירונגען נישט צו רעדן אונטער געפענגעניש, דעריבער דארפן זיי זיך שטארקן אויף די טאקטיקן און זען דערצו אז יענער זאל יא רעדן. אבער וואס קלערט איר פאסירט, ווען מען נוצט די סארט טאקטיקן אויף א תמימות'דיגער אומזיכערער יונגערמאן, וועמען מען רעדט ווארשיינליך איין אז די משפחה האט זיך מייאש געווען פון אים און אז ער וועט שוין מסתמא בלייבן זיצן אויף שטענדיג, נאר אויב איז ער וויליג מודה צו זיין אין דאס וואס ער האט נישט געטון, וועט מען אים פארגרינגערן, מען וועט מאכן אז ער זאל כאטש קענען דאווענען מיט טלית ותפילין יעדן טאג... אזעלכע סארט טאקטיקן נוצן זיי דארט.

ווי שטארק קלערט איר קען זיך א יונגערמאן האלטן?!

אין די זעלבע צייט, האט מען אין די לעצטע טעג ארעסטירט א פרייער איד, פאר די זעלבע קלאגעס ווי ר' אלימלך הי"ו. אבער פאר יענעם פרייער איד האט מען תיכף צוגעלאזט א לויער. אבער פאר ר' אלימלך האט מען נאכנישט צוגעלאזט קיין נברא וואס זאל רעדן מיט אים.

פארוואס?

דערווייל ווייסט נאך קיינער נישט זיין מצב, צי ער איז נאך פיזיש און גייסטיש ביים געהעריגן זינען, נאכן נישט שלאפן און נישט עסן געהעריג.

דערווייל קענען מיר בלויז מתפלל זיין צום יודע כל תעלמות. אידן, זייט מתפלל און לאזט א הארציגן טרער פאר ר' אלימלך בן יהודית שרה, זאל ארויסגיין מאפילה לאור גדול בקרוב ממש, אמן.
אוועטאר
ויקשב וישמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2022 11:07 pm
לאקאציע:נוסראללאה'ס בונקער

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויקשב וישמע »

וואס זאגן די רבנים? אויב איז ער טאקע אומשילדיג ברויך מען ארויסגיין מיט א מערכה כבידה
דארפסט נישט פראבירן צי ווערן סוקסעספול, פראביר צי ווערן ווערטפול! אלבערט איינשטיין
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

(ווער שיקט דיר אזעלכע זאכן?)
א (ביזדערווייל) פרייע איד וואס מען האט ארעסטירט אביסל פאר הרב שטערן האט מען אויך נישט צוגעלאזט קיין לויער ביז א וואך, אזוי גייט עס ביי די שב"כ.
(נישט ח"ו אז איך בארעכטיג זיי)
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28832
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:44 am
(ווער שיקט דיר אזעלכע זאכן?)
א (ביזדערווייל) פרייע איד וואס מען האט ארעסטירט אביסל פאר הרב שטערן האט מען אויך נישט צוגעלאזט קיין לויער ביז א וואך, אזוי גייט עס ביי די שב"כ.
(נישט ח"ו אז איך בארעכטיג זיי)
(א חבר מיינער, א שרייבער, וועלכער איז א נאנטער קרוב מיט'ן יונגערמאן)
אוועטאר
איין
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

Wow רשעות די אייבשטער זאל אוודאי העלפן

געמיינט אז עס איז א קאנפיין
PROJECT 2025
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

מ'דארף אויפשטארעמען די וועלט !!!
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

וואס זאגן די חרידישע ח''כ ?
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:50 am
וואס זאגן די חרידישע ח''כ ?
ביזדערווייל ווערן זיי אפגעזאגט פון באקומען אינפארמאציע היות עס איז א זיכערהייט אויספארשונג.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

תגובה דורך שנעלער »

עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:52 am

זיי קענען בעהטן די ראש ממשלה זאל בודק זיין וואס גייט דא פאהר

שנעלער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:54 am

זיי קענען נישט קיינער גייט זיי נישט אויסהערן ווילאנג ער איז אונטער אויספארשונג, ראה"מ גייט זיך נישט אריינמישן און זיכער נישט געבן אינפארמאציע פאר פאלטיקאנטן וואס זענען נישט אין די זיכערהייט דיפארטמענט.

נו, וואס זאגט ער ?

שיצא בקרוב מאפילה לאורה אמן.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
פראפעסאר
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

איז דאס אמת??? זייער פאני.. די שב''כ זאל מאכן א טעות לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל עפעס...
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am

זיי מאכן אסאך טעותים.

עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:56 am

עס זענען דא חרדישע ח''כ אין וועדת חוץ ובטחון

מדארף טוהן וואס די רעכטע מתנחלים האבן געטוהן ארויס צו באקומען איינער 'דננו'
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am
איז דאס אמת??? זייער פאני.. די שב''כ זאל מאכן א טעות לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל עפעס...
פארוואס נישט ??
ווילאנג זיי זענען מענטשן (אויך מיר) און נישט קיין מלאכים קענען זיי מאכן א טעות

עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am
פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am
איז דאס אמת??? זייער פאני.. די שב''כ זאל מאכן א טעות לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל עפעס...
זיי מאכן אסאך טעותים.
אקטאבער 7 יוכיח
אוועטאר
פראפעסאר
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:58 am
פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am
איז דאס אמת??? זייער פאני.. די שב''כ זאל מאכן א טעות לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל עפעס...
פארוואס נישט ??
ווילאנג זיי זענען מענטשן (אויך מיר) און נישט קיין מלאכים קענען זיי מאכן א טעות
אבער אזא מאדנער טעות??

פון זיי מאכט מען סתם חוזק איינמאל אין אפאר חדשים באקומען זיי אן אפדעיט
עלינו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

שנעלער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:58 am
עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:56 am
שנעלער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:54 am
עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:52 am
אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:50 am
וואס זאגן די חרידישע ח''כ ?
ביזדערווייל ווערן זיי אפגעזאגט פון באקומען אינפארמאציע היות עס איז א זיכערהייט אויספארשונג.
זיי קענען בעהטן די ראש ממשלה זאל בודק זיין וואס גייט דא פאהר
זיי קענען נישט קיינער גייט זיי נישט אויסהערן ווילאנג ער איז אונטער אויספארשונג, ראה"מ גייט זיך נישט אריינמישן און זיכער נישט געבן אינפארמאציע פאר פאלטיקאנטן וואס זענען נישט אין די זיכערהייט דיפארטמענט.
מדארף טוהן וואס די רעכטע מתנחלים האבן געטוהן ארויס צו באקומען איינער 'דננו'
יענער איז געווען א מעצר מינהלי, נישט קיין אפענע חקירה, און דארט העלפט עס אויך נישט עפ"ר.
לאור די תשובה אין שו"ת באר משה קו"א סי' קג , וועל איך בעז"ה פרייטאג נאכמיטאג נישט שרייבן נייעס פון ארץ ישראל וואס קומט דורך חילול שבת קודש ר"ל.
אוועטאר
פראפעסאר
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

שנעלער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:59 am
פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am
עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:56 am
שנעלער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:54 am
עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:52 am

ביזדערווייל ווערן זיי אפגעזאגט פון באקומען אינפארמאציע היות עס איז א זיכערהייט אויספארשונג.
זיי קענען בעהטן די ראש ממשלה זאל בודק זיין וואס גייט דא פאהר
זיי קענען נישט קיינער גייט זיי נישט אויסהערן ווילאנג ער איז אונטער אויספארשונג, ראה"מ גייט זיך נישט אריינמישן און זיכער נישט געבן אינפארמאציע פאר פאלטיקאנטן וואס זענען נישט אין די זיכערהייט דיפארטמענט.
עס זענען דא חרדישע ח''כ אין וועדת חוץ ובטחון
פון זיי מאכט מען סתם חוזק איינמאל אין אפאר חדשים באקומען זיי אן אפדעיט
וואס פון די גאנצע וועדה אדער נאר פון די חרדישע?
שנעלער
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנעלער »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 2:00 am
שנעלער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:59 am
פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am
עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:56 am
שנעלער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:54 am

זיי קענען בעהטן די ראש ממשלה זאל בודק זיין וואס גייט דא פאהר
זיי קענען נישט קיינער גייט זיי נישט אויסהערן ווילאנג ער איז אונטער אויספארשונג, ראה"מ גייט זיך נישט אריינמישן און זיכער נישט געבן אינפארמאציע פאר פאלטיקאנטן וואס זענען נישט אין די זיכערהייט דיפארטמענט.
עס זענען דא חרדישע ח''כ אין וועדת חוץ ובטחון
פון זיי מאכט מען סתם חוזק איינמאל אין אפאר חדשים באקומען זיי אן אפדעיט
וואס פון די גאנצע וועדה אדער נאר פון די חרדישע?
די גאנצע וועד
זיי האלטן זיך אין איין אפרעדן אז מגיבט זיי נישט קיין באריכטן
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:59 am
אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:58 am
פראפעסאר האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 1:57 am
איז דאס אמת??? זייער פאני.. די שב''כ זאל מאכן א טעות לייגט זיך אויך נישט אויפן שכל עפעס...
פארוואס נישט ??
ווילאנג זיי זענען מענטשן (אויך מיר) און נישט קיין מלאכים קענען זיי מאכן א טעות
אבער אזא מאדנער טעות??
קען זיין זיך סתם פארמישט מיט א צווייטער וואס איז זייער ענדליך

אדער האט איינער עפעס אנגעארבעט אויף זיין נאמען אונטער זיין רוקן

און נאך טויזענט זאכן
itsi
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 12, 2018 9:44 am

Re: פרשת ר' אלימלך בן יהודית שרה שטערן - שיצא מאפילה לאורה בקרוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך itsi »

איז דאס געזעצלעך נישט אריין לאזן א לויער?
אויב נישט קען דאס באווייזן ביים ריכט אין האג אז זיי פירן נישט געזעצלעך די ארעסטאנטן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”