עס זענען נישט געווען קיין 'היימישע' אידן ביי טראמפ ראלי
וואס איז פשט דערפון? טראמפ איז מיין גרעסטער פארעהרטער מענטש! און יא, ער איז דער פערזאן וועמען איך קוק ארויף, און נישט נאר ווי א פרעזידענט פון אמעריקע, נאר ער איז 'מיין' פרעזידענט, ער איז מיין רבי.
אויב קען איינער שרייבן 'דברות קודש' אויף ווערטער פון א טמא'נעם גוי, מיינט דאס אין בעסטן פאל, אז נישט פארשטייט ער וואס דברות מיינט, אבער וואס קודש מיינט ווייסט ער שוין נעבעך בעלאו זירא... וד"ל.
מען זעהט בילדער ווי אידן זענען דארט. לאמיר זייער קלארשטעלן, ביי א טראמפ ראלי זענען קיין היימישע אידן נישט געווען. דארט זענען געגאנגען אזעלכע וואס דער גוי האט שוין ביי זי אזויפיל חשיבות און עהרע, אסאך מער פון סיי וועלכע רב אדער תלמיד חכם!
און ווען א גוי האט חן אין מיינע אויגן, מיינט אז איך בין א שטיקל גוי, און עס איז א גרויסער צווייפל וויפיל רצון איך האב צו זיין אן ערליכער איד.
ווייסט וואס ער גייט ענטפערן? איך וויל עפעס זיין אן ערליכער איד? איך בין א פלעינע מענטש...
ער איז א פלעינע מענטש און אידישקייט האט מיט אים קיין שייכות. נאכדעם קומט ער האבן טענות אויף די ישיבות אז מ'לייגט נישט אריין קיין 'ווארימקייט' אין די בחורים, און ער וואונדערט זיך פארוואס זיין בחור איז אזא לאבאץ.