פעטיציע: ניקס מיט סימפאטיע צים מדינת השמד זאלן פארלירן רשות כתיבה
אנחנו החותמים מטה ווענדן זיך צו אייך מיט א בקשה צו פארבאטן די ניקס וואס צייגן סימפאטיע צו די מדינת השמד פון באריכטן נייעס דא אויפן וועלטל. עס איז במציאות לא ימלט זיי זאלן באהאלטן זייער פרייד מיט די נצחונות פון די מדינה של גיהינם אין זייערע תגובות, און עס טוט זיך לדאבוננו פון זייערע שורות איבערגיסן צו די ערליכע ליינער.
עס דארף אין דעם געלעגנהייט ארויסגעברענגט ווערן די גרויסע הכרת הטוב צו די הנהלה וואס איז עומד על המשמר מיט א שטרענגקייט קעגן ברענגן סיי וועלעכע סימפאטישע תגובות מיט די מדינה הטמאה, פארט איז דא א שטארקע מקום להתגדר דורך פארבאטן אפילו די ערלויבטע תגובות פון ווערן באריכטעט פאטריאטיש און מיט א מיטגעפיל צו זיי.
ביטע נעמען ערנסט די ווערטער ווייל עס איז ממש געפערליך לעצטענס, גאר אסאך תגובות זענען דא לעצטענס גאר געמיין און סימפאטיש מיט די כופרים ל"ע.
- סטאוו יא פיטא
זרע קודש נצבים