"אנדעקט מיין עכטע זיידע (אמת'ע געשיכטע)"
פאסירט האט דאס דעם מוצאי שבת אויפן וועג צי ביהמ"ד, שפאצירנ'דיג אזוי רואיג אויפן גאס קומט מיר אנטקעגן אן אלטע יוד מיט א שיינע שניי ווייסע בארד פון דער ווייטענס, די ערשטע מאל אין מיין לעבן וואס איך (געדענק) זעה דעם יוד.
אבער ווען דער איד האט מיר באמערקט האט ער פליצלונג תיקף אויסגעשפרייט זיינע הענט און אנגעהויבן מיר אנקעגן קומען.
איך טראכט צי מיר פארוואס וויל ער מיר ארום נעמען (האג"ן בלע"ז) ?
אבער ווי נאר איך בין געווארן אביסל נענטער צי אים, און איך האב אים דערזעהן, האט מיר אנגעהויבן צי שמייסן מחשבות אין מח.
"עפעס אלטע מחשבות קומען מיר אריין אין קאפ אז כ'בין עדאפטעד"
"כ'דערמאן מיך ווי איך האב אמאל זיך אונטערגעהערט מיינע עלטערן זיך טענה'ן צי ס'האט זיך געלוינט מיר צי נעמען צי נישט"
"מיין ברודער האט מיר אמאל געזאגט 'דיין' טאטע"
"מיט אמאל דערמאן איך מיר אז כ'האב אמאל געזעהן אינדערהיים א פארשטיפטע פיקטשער פון מיך מיט א פרעמדע איד האלט מיך"
די אלע מחשבות זענען דורך געלאפן אין אייניגע רגעים ממש, ווען מיט אמאל, ממש א רגע פאר איך הייב אן אויסצישפרייטן מיינע הענט, שפיר איך א טראפ!
דעי אלטע יוד לייגט אראפ זיינע הענט, נעמט ארויס א גארבידזש בעג פון טאש, ארויף אויפן שטריימעל, און וואקט זיך ווייטער כאילו לא היה.
איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אה, אז נעקסטיים די וואקסט אויפן גאס און די ווילסט טשעקן אויב ס'רעגענט, שפרייט נאר אויס איין הענט.