מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

כה לחי!
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

אין מען קומט אן צום שפיטאל,
גלייך אינדרויסן ווארט מיר אפ ר' בנימין א צדיק פון א יונגערמאן, ער זאגט מיר ער איז דא צי זיכער מאכן אז אלעס קלאפט,
אין אזוי גייט מען אריין אין ער גריסט א יעדן איינעם דארט, אין א יעדער דארט קען אים, ער ריפט זיך אן צום פראנט טיש אז מען זאל זאגן פאר מון אז ער איז דא, ( the manager from the transplant department ) ער זאגט מיר איך זאל מיך אראפזעצן אין ווארטן,
נאך צוויי מינוט קומט אריין מון אין זאגט מיר שלום עליכם, אין זאגט מיר אז זיי זענען דא פאר מיר, וואס איך וויל אין ווען איך וויל קען איך ריפן אדער טעקסטן די נאמבער, אין געבט מיר א קארטל מיט די נאמבער, וועגן סיי וואס איך וויל וויסן אדער וועגן אמפויטמינטס,(עס איז מיר למעשה אסאך צינוצגעקומען) אין זאגט מיר אז זיי פרובירן צי מאכן פון זייער זייט אלעס זאל גיין ווי שנעל מעגלעך, ווייל זיי קוקן מוראדיג ארויף אויף אזא איינער.
אין פין דארט גיי איך אריין אין א צימער ווי מען מאכט די בלאד ווערק,
אין די נירס דארט פרעגט מיר צי איך קען פארנעמען צו קוקן בליט, זאג איך זי יא,
איך פרוביר צי געבן בליט ווען מען מאכט א בלאד דרייוו אין מיין געגנט, אין איך לייג מיך אזוי ארויף אויפ'ן בעט,
אין נישט מער אין נישט ווייניגער נעמט מען זיך צי אן ערך פון 25-30 קליינע באטלעך, אין פארשטייט זיך האב געגעבן אזא חלש אוועק דארט אויף איין מינוט אויף אין צווייטן, אין מען האט מיך שנעל געמאכט ליגעדיג, אין געגעבן אסאך וואסער, אין שנעל געלייגט אויף מיין שטערן א נאסע שמאטע,
דאס אלעס איז בשעת מיין בליט פארט ווייטער אריין צי באטעל צי באטעל, פארשטייט זיך מיין העמד איז געווארן אין גאנצן בלוטיג, (מען דארף זיך נישט זארגן, נאך דעס האב איך שנעל געטוישט די ניגון, אז איך קען נישט קוקן אויף קיין בלוט)
נאך דעס האט מען מיר געהייסן דארט בלייבן פאר 10 מינוט זיכער מאכן אז אלעס איז מסודער,
פון דארט גיי איך צוריק צום אנדערן צימער, אין אויפן מינוט איז מון צוריק, אין קומט זאגן אז מען זאל קומען צי אזא קליינע קאנפערענץ צימער, איך אין מיין ווייב זעצן זיך אוועק דארט מיט ר' בנימין, אין ער לייגט אראפ אויף די טיש א שיינע פאר בעגס מיט עסן, פון רינואל אין קליינע שמאנצעס, אין ער הייבט אן אונז צוגרייטן פאר די נעקסטע פאר שעה, גייען אריין קומען אלע מינע מענטשן אין פרעגן אלע מינע קאשעס, אין פון דא און ווייטער קען ער נישט זיין, אין ער גייט שוין אהיים גיין, אבער איך דארף מיך נישט זארגן, מון גייט זיכער מאכן אז אלעס קלאפט, אין זאגט מיר איך זאל מיך נישט צוריק האלטן פון אים ריפן נישט קיין חילוק פארוואס, אין ער גייט ארויס אין עס פאנגט אן אריין קומען איינס נאכן צווייטן,
א טעראפיסט פאנגט אן אין פרעגט מיר אלע מינע מאדנע שאלות, אין אינמיטן זאגט ער פאר מיין פרוי זאל ארויס גיין, ער דארף מיר פרעגן פריוואטע שאלות,
ער פאנגט אן אויב איך וויל מיך נעמען די לעבן, אדער אויב איך האב שוין אמאל געוואלט, (ער זאגט מיר אז מיין ווייב איז נישט דא איך קען זאגן די אמת) אין טאמער איך נעם דראגס, אין נאך אסאך שטותים פאר איבער 1/2 שעה.
אין ער גייט ארויס, אפאר מינוט שפעטער קומט אריין איינער ער איז א דייעטישן, אין ער פאנגט אן מיט זיין שטותים, צי איך עס געזינטע זאכן, אין צי איך מאך עקסערסייז, אין אויך פאר בערך א 1/2 שעה גערעדט שטותים.
דא האט איר א ליסטע פון אלע מענטשן וואס זענען אריינגעקומען, דאס איז נאך געשריבן פון מיין ריפארט.
איך פארשטיי אויך נישט אלעס, אבער אלע האבן געהאט וואס צי רעדן אין וואס צי פרעגן, (גלייבסט מיר איך געדענק נישט אלעס, ווייל עס איז סטאם שטותים)
》General Surgeon - Transplant surgeon
》Dr. Vinay Nair - Transplant Nephrologist
》Min - The living Donor Transplant Coordinator
》Antonietta Lafortezza- Living Donor Transplant Social Worker
》Antonietta Lafortezza - Independent Living Donor Advocate
》Living Donor Transplant Nutritiost
》Financial Coordinator

נאך דעם בין איך אריין אין א צימער, אין זיי האבן מיר אויסגעטשעקט, אין געמאכט נאך אפאר טעסט אין זיכער געמאכט אז אלעס איז גוט.
נאך דעס האט מיך רינואל געשיקט א קאר, ווייל איך האב געדארפט אריבער גיין צי א צווייטע בילדונג, וואס איז א 10 -15 מינוט צי פארן,
דארטן האב איך געדארפט נעמען א CT scan ( קעט סקען) אין א Chest Xray דא האב איך געדארפט ווארטן א שיינע פאר מינוט, אין למעשה קומט מען מיר זאגן אז די Xray machine איז צי בראכן, אין זיי גייען נאר נעמען יעצט א CT scan אין איך גיי דארפן צוריק קומען פאר א Xray.
אין למעשה נאך די קעט סקען האב איך מיך אוועק געזעצט עסן דארטן, ביז יעצט האב איך נישט געהאט קיין חשק צי עסן, ווייל איך האב מיך שוין געוואלט זען נאך אלעס, איז יעצט נאך אלעס האב איך מיך דארט אוועק געזעצט, עס איז דא דארטן זייער שיינע פלעצער זיך אוועק צי זעטצן, ביז מיין קאר איז אנגעקומען, וואס איך האב זיי געזאגט אז איך וויל האבן אפאר מינוט צי קומען צי זיך,
אין מען דארף פארשטיין אז דאס איז שוין געווען בערך 6-7pm נאך א גאנצע טאג, אין עס מוטשעט זייער אויס, אבער ב"ה איך קוק יעצט צוריק איז דאס די גרינגסטע חלק.

*צוגעלייגטע שטיקל
דא אוז געווען א שיינע מעשה אין שפיטאל,
עס איז דא דארט צוויי צימערן צי ווארטן (waiting rooms) איינס א גרויסע צימער מיט א גרויסע סקרין אין איינס אזא קליינע צימער, פארשטייט זיך אז איך האב נישט וואס צי זיין אין די גרויסע צימער, (עס איז נישט קיין לכתחילה) אויב עס איז דא א צווייטן פלאץ גייט מען אהין, איך זע דארטן א צווייטן איד, פארשטייט זיך אז איך האב נישט געטראכט פון רעדן צי אים בשעת איך קען קיינמאל נישט וויסן פארוואס ער איז דא, ווי נאר ר' בנימין קומט אריין אינז ריפן האבן זיי זיך באמערקט,אין זיי האבן זיך געוויזן די הענט, אין ר' בנימין האט אים געזאגט אז איך קום שוין צוריק,
דא בין איך אריין צום צימער צי נעמען די בליט, שפעטער ווען איך בין ארויס פון די בלאד ווערק האט מיך ר' בנימין צוריק גענומען דארט פאר א מינוט, אין די איד פאנגט מיר אן זאגן וואס פאר א צדיק איך בין, אין ער ווייזט מיר אויף זיין זין אין זאגט מיר די זעסט אים,
ער איז 18 יאר אלט, ( אויסגעזען האט ער ווי 13-14) אין ער האט א האלבע יאר צוריק באקומען א ניר פון א צווייטן אין געראטעוועט זיין לעבן, זיי וואוינען נישט דא, נאר זיי זענען אהער געקומען פאר גוטע דאקטוירים, אין ב"ה אז מען האט געראטעוועט זיין לעבן אין ער קען אנגיין מיט זיין טאג טעגלעך לעבן, אין ער איז יעצט צוריק געקומען פאר א well visit,
אין ער איז ממש געווען אזוי באנומען פון מיר,
אין פארשטייט זיך מיין ווייב האט דאס אלעס מיט געהאלטן, אין עס האט אינז צוגעלייגט א מוראדיג געשמאק צי גיין ווייטער, ווען די באשעפער אליין האט אינז געשיקט א סימן צי גיין ווייטער.
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום זונטאג מאי 26, 2024 1:52 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך אנטשולדיגט מיר זייער אויב עס איז מאכט אייך נערוועז אז עס איז צעטיילט אין קליינע שטיקלעך,
נאר עס נעמט מיר זייער אסאך צייט אין אסאך כוחות עס אראפ צי שרייבן,
איך האף בקרוב צי קענען ארויף לייגן נאך ביז עס וועט זיין א גאנצע שיינע זאך.
VZQ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 1:24 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך VZQ »

חיים97 האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:56 am
איך אנטשולדיגט מיר זייער אויב עס איז מאכט אייך נערוועז אז עס איז צעטיילט אין קליינע שטיקלעך,
נאר עס נעמט מיר זייער אסאך צייט אין אסאך כוחות עס אראפ צי שרייבן,
איך האף בקרוב צי קענען ארויף לייגן נאך ביז עס וועט זיין א גאנצע שיינע זאך.
ווען גייט זיין נאך? איך ווייס עס נעמט א מינוט צי ליינען אין שעות צי שרייבן..
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

VZQ האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:00 am
חיים97 האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 12:56 am
איך אנטשולדיגט מיר זייער אויב עס איז מאכט אייך נערוועז אז עס איז צעטיילט אין קליינע שטיקלעך,
נאר עס נעמט מיר זייער אסאך צייט אין אסאך כוחות עס אראפ צי שרייבן,
איך האף בקרוב צי קענען ארויף לייגן נאך ביז עס וועט זיין א גאנצע שיינע זאך.
ווען גייט זיין נאך? איך ווייס עס נעמט א מינוט צי ליינען אין שעות צי שרייבן..
עס ווענדט זיך ווי לאנג עס נעמט מיר צי שרייבן,
איך שרייב אין ווען איך שפיר אז עס איז שוין דא עפעס גענוג צי ליינען לייג איך עס ארויף.
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

איך האב צוגעלייגט א שטיקל (א שיינע מעשה)
צי די לעצטע תגובה
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

@חיים97 ממש מוראדיג!

שרייב ווייטער ווען דו האסט צייט.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4245
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

חיים97 האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:51 am
איך האב צוגעלייגט א שטיקל (א שיינע מעשה)
צי די לעצטע תגובה
מוראדיג אינטערעסאנט, מיר ווארטן אויפן המשך.
האלט עס אין עקסטערע תגובות אז מען זאל קענען עקסטער לייקן.
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

נישטאמת האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:22 pm
חיים97 האט געשריבן: זונטאג מאי 26, 2024 1:51 am
איך האב צוגעלייגט א שטיקל (א שיינע מעשה)
צי די לעצטע תגובה
מוראדיג אינטערעסאנט, מיר ווארטן אויפן המשך.
האלט עס אין עקסטערע תגובות אז מען זאל קענען עקסטער לייקן.
גאמ
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

ווער עס וויל מיר געבן א פערזענליכע דאנק,
קען קומען אין אישי אין איך וועל אייך שיקן מיין לינק,
פון רינואל איך דארף נאך א שיינע פאר דאלער פאר מיין גואל.
א יעדער דאלער מאכט אויס.
{ניין רינואל האט מיר נישט געצווונגען צי נעמען Page}
לעצט פארראכטן דורך חיים97 אום דאנערשטאג מאי 30, 2024 1:06 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

למעשה א וואך צוויי שפעטער ריפט מיך אן די שפיטאל אז איך דארף איבער מאכן די 24 Hour טעסט, וואס דאס איז פון די גרויסע טעסטונג וואס מען דארף מאכן אין די היים, וואס עס איז נישט געלונגען אין איך דארף איבער מאכן די גאנצע זאך, פאר דער וואס האט דאס שוין געמאכט ווייסט ווי נישט געשמאק עס איז, אבער איך דארף עס נישט ברענגען ביז זיי אין שפיטאל איך קען עס טראגן צי Northwell lab located 1274 74th St וואס איז הארט לעבן בארא פארק, ב"ה פארדעם אין ב"ה אלע אנדערע טעסט זענען צוריק גוט.
אין יעצט האבן זיי מיר שוין זייער קלאר געזאגט וויאזוי איך זאל עס מאכן, אז עס זאל געלונגען אין זיי האבן מיך געשיקט א נייע באקס אין די פאסט פארדעם.
אין זיי האבן צוגעלייגט אז טאמער דאס קומט צוריק גוט וועט מען נעמען א Xray,
אין פארשטייט זיך די ערשטע געלעגנהייט וואס איך האב געקענט האב איך עס איבערגעמאכט, אין יא א וואך צוויי שפעטער האבן זיי מיר גערופן אז עס איז ב"ה זייער גוט אויסגעקומען אין אלעס איז צוריקגעקומען גוט,
אין איך קען גיין מאכן Xray אין זייער Staten Island Location, אין איך דארף נישט מאכן קיין אמפויטמינט,
אין אויב איך וויל עס מאכן שנעל זאל איך גיין גלייך אינדערפרי, אין איך האב געמאכט זיכער צוגיין א טאג וואס איז גוט פאר מיר,
רינואל האט מיך געשיקט א קאר אין אונז זענען טאקע געגאנגען זייער פרי, איך געדענק נאך ווי יעצט אז די גאנצע זאך האט גענומען ווייניגער ווי א האלבע שעה, אין ווען איך האב גערופן די קאר וואס האט מיך געווארט דארט האט ער מיך געפרעגט צי איך דארף עפעס נעמען פון די קאר, זאג איך אים ניין איך בין שוין גרייט צי גיין, אין ער זאגט מיך נאך האסט עס געמאכט זייער שנעל, אבער ב"ה פאר דעם.
א וואך צוויי שפעטער באקום איך א ריף פון שפיטאל אז מען קען גיין ווייטער אין מיך געפרעגט פאר ווען איך וויל מאכן די Surgery, זאג איך זיי די ערשטע געלעגנהייט, זאגט ער מיר נעקסטע וואך מאנטאג, זאג איך אים איז גוט אין מען האט געמאכט די אמפויטמינט,
דא בין איך שוין געגאנגען צי שנעל אן זיכער מאכן אז עס איז גוט פאר מיר, ווייל אין צווישן איז מיין שוואגער א חתן געווארן צו ארץ ישראל, אין איך האב נישט געקענט אפמאכן צי איך זאל פארן אדער נישט, פון איין זייט וויל מיין ווייב זייער שטארק פארן עס איר ברודער אין עס איז איר ערשטע מאל וואס זי גייט גיין צו א"י אין פון די צווייטע זייט ווארט א איד פאר א קידני, אין איך האב באמת נישט געוויסט וואס צי טאן, בשעת די פרייזן פאר טיקעטס האבן זיך געהאלטן אין איין טוישן, אין איך האלט אין איין באקומען פרעשער פון מיין ווייב,
איך האב שנעל אנגערופן ר' בנימין אין געזאגט וואס עס גייט פאר אין געפרעגט וואס צי טאן, איך זאג אים אז מיין פראבלעם איז אז אויב פאר איך צי ארץ ישראל קום איך צוריק גלייך פאר פורים, אין נאכדעם איז זייער א ביזי צייט ביי אינז אין געשעפט ביז נאך פסח, קומט אויס אז עס וועט ווערן אפגעשטיפט זייער א לאנגע צייט,
זאגט ער מיר מצד רינואל זאל איך זיכער גיין,
ווייל דאס קענסטו נישט פארפאסן, דיין משפחה אין ווייב אין דיין לעבן קומט פאר דעם,
איך האב אבער נישט געפילט באקוועם, אין ער האט עס געשפירט, האט ער מיר געזאגט אז איך קען פרעגן מיין דעת תורה, פארשטייט זיך איך האב גלייך אויפגעהויבן א טעלעפאן צי ר' דוד לייב פישער (וואס ער אליין האט שוין מנדב געווען א ניר), וואס איך בין זייער נאנט מיט אים, אין איך האב געוויסט אז אזא קשיא דארף איך פרעגן איינער וואס קען די זאכן, פארצייל איך אים אלעס וואס גייט פאר, אין איך זאג אים אז איך פיל נישט באקוועם צי פארן, אויב איך ווייס א מענטש ווארט אויף לעבן אין גייט האבן יסורים אויף מיין חשבון, האט ער מיר שנעל געזאגט אז איך זאל חס ושלום נישט טראכטן אזוי, אין די גאנצע זאך דארף גיין מיט די מערסטע רואגקייט וואס מעגלעך, אין איך קען פארן אין נישט האבן קיין שום שלעכטע געפילן.
אין ער האט צוגעלייגט אז אויב איך וויל קען ער אריין ריפן רינואל אויב איך געב אים רשות אין פרעגן די מצב אויב עס קען ווארטן ביז נאך פסח, זאג איך אים אוודאי.
10 מינוט שפעטער ריפט ער מיר צוריק אז ער האט גערעדט מיט זיי אין זיי האבן אים געזאגט אז עס קען ווארטן, אבער אויב איך קען יעצט מאכן א אמפויטמינט פאר גלייך נאך פסח זאל איך עס טאן, איך האב געשמעקט פון דעם אז עס איז יא קריטיש, אבער איך האב געפאלגט דעת תורה אין רינואל אין יא געגאנגען, אין פארשטייט זיך גלייך געמאכט אן אמפויטמינט פאר די ערשטע מאנטאג נאך פסח אין ב"ה איך בין געווען זייער רואיג אז איך פאלג דעת תורה, אין איך האב נישט קיין טראפ חרטה, איך בין געווען 12 טעג אין ארץ ישראל צוויי שבתים אין זייער הנאה געהאט אז איך בין געגאנגען אין דאס האט מיך אפגעקאסט א פרייז,ווייל נאך פסח גייט שוין זיין איבער 5 חדשים פון מיין ערשטע טעסטונג, אין איך גיי נאכאמאל דארפן אראפ פארן צום שפיטאל פאר אפאר טעסטונג, אין איך קען עס נאר טאן פאר א וואך פאר די Surgery, אין דאס מיינט חול המועד פארברענגען אין שפיטאל, אין קיין ברירה האב איך נישט געהאט, ווייל פאר פסח בין איך געווען צי פארנומען עס אריין צי רוקן, יא פרייטאג חול המועד בין איך אהין געפארן פארטאגס, אין ב"ה זיי האבן געוויסט אז עס איז א חאגע אין עס איז משפחה צייט, אין פון ווען איך האב אריין איז גלייך צוגעקומען צי מיר מון( the manager from the transplant department ) אין מיט געקומען מיט מיר איבעראל צי זיכער מאכן אז איך דארף נישט ווארטן אין ערגעץ, אין געמאכט זיכער אז עס פארט שנעל, אין יא איך האב עס צוריק געמאכט קיין בארא פארק בערך 11 אין געקענט גיין דאווענען רואיג, אין מען האט זיך אנגעפאנגען צי גרייטן צום גרויסן טאג,
דא דארף איך ארויס ברענגען עס איז דא א איד אין רינואל ר' אהרן פעדער, וואס ארבעט 24-6 פאר די דוינערס עס האט זיך אנגעהויבן מיט באשטעלן אלע מיינע קארן פאר אלע מיינע אמפויטמינטס, אין יעצט פאר די Surgery האט ער מיך געהאלטן אין איין ריפן געבן טיפס אין צוגרייטן אז עס זאל זיין די מערסטע געשמירט, אין געמאכט זיכער אז איך בין אינגאנצן צוגעגרייט.
א טאג פאר די Surgery בין איך נישט אריין ארבעטן אין איך האב נישט געמעגט עסן פון נאך 11:00am, אין זיך פרובירט אראפ צולייגן אביסל ווייל איך האב שוין געדארפט זיין אין שפיטאל 5:30am,
אבער פארשטייט זיך אליין אז איך האב נישט געקענט איינשלאפן,
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

הייליג. וואויל. לעכטיג.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 7:50 pm
(אין אידיש: זייזוי גוט, געב א זעץ דעם ליבשאפט קנעפל פון אויבן.)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4326
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער אינטרעסאנט.

שכח!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5046
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

כ'קוק ארויף אויף דיר
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

זייער א קלארע פערספעקטיוו. יישר כוח.
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

א דאנק פאר די חיזוק.
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

שרייב נאך. מ’ליינט יעדער ווארט מיט דארשט
אוועטאר
ראש המנהלים
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 07, 2023 9:59 pm
לאקאציע:ציווישן צפון און דרום

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המנהלים »

WOW WOW
מי כעמך ישראל
איך ליין מיט דארשט
🎶 אונרא זה כאמאס🎶 🎶אונרא זה כאמאס 🎶
שחיטה
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

נישטא קיין ווערטער
גאר אינטערסאנט!!
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

מי כעמך! כ'בין דיך מקנא.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1160
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

Wowow
אינספירירענד !!!! איך קוק זייער ארויף אויף דיר, א סעלפלעס עקט !!!
שרייבסט זייער גוט אין זייער אינטרעסאנט. מי כעמך ישראל.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6643
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער אינטערעסאנט!
חיים97
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 03, 2024 10:05 am

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים97 »

4:15 אינדערפרי באקום איך א טעקסט פון מיין דרייווער אז ער איז דא.
פארשטייט זיך אז איך האב שנעל אראפ געלאפן, אין מען האט זיך ארויס געלאזט אויפן וועג.
איך בין געגאנגען מיט די מינימום זאכן וואס מען דארף נאר, לויט די אנווייזונגען פון רינואל, מיין טלית אין תפילין אין איין פאר פון וועש פאר ווען מען גייט אהיים.
אין דא האב איך געטון נאך א גוטע זאך, אז מיין ווייב איז נישט מיטגעקומען מיט מיר אזוי פרי, אזוי האט זי געקענט לייגן מיין קינד אויף די באס אין טראגן צום בעיביסיטער, אין חוץ פון דעם הייסט די Surgery פאר 7:30 אין פון 5:30 איז נאר דא טעסטס, אין די Surgeon אין Anesthesiologist אין נאך קומען אריין דיך צוגרייטן ביז 7:30, אין נאכדעם נעמט די Surgery א גוטע פאר שעה, האבן אינז געמאכט די חשבון אז מיין קינדער זאלן אנפאנגען די טאג נארמאל, אין איך מיין אז דאס איז געווען די ריכטעגע זאך צי טאן,
אויפן וועג האט מיר ר' בנימין געקאלט אז איך זאל ווארטן פאר אים אינדרויסן פאר איך גיי אריין, אז מן זאל אריינגיין צוזאמען.
אקעי אנגעקומען האב איך בערך 5:20, אין א מינוט שפעטער איז ער אויך דארטן געווען, אין זאגט מיר קום מיט מיר, ער געט אזא וואק דורך די גאנצע ליין, אין די מענטש דארטן האט אים גלייך דערקענט, אין ער זאגט פאר די מענטש דארט אז איך בין א דוינער, פארשטייט זיך איך האב גלייך באקומען מיין פעס, און גלייך אריין געלאזט.
אינטערעסאנט איז ר' בנימין האט א ספעציעלע פעס וואס ער קען אייביג אריין גיין ווי ער וויל.
אין ער זאגט מיר געגאנגען, אונז גייען ארויף אין אונז גייען אריין אין אזא צימער ווי מען דארף זיך איינשרייבן, אין ער וואקט אזוי צו צו איינעם אין זאגט אים אז איך בין א דוינער אין אויפן פלאץ האט מען מיר גלייך גענומען צי א צימער.
אין דארטן גייט עס אז גלייך די ערשטע זאך דארפסטו זיך אנטוען די שפיטאל קליידער, אין גלייך נאכדעם קומט מען שוין נעמען בליט, פיבער, בלאד פרעשער אין פאלס,
אין נאכדעם גייט ר' בנימין צו צו זיי אין זאגט זיי אז איך דארף האבן צייט צי דאווענען, אין מען דארף מיר געבן פריוואטע צייט, זיי זאגן גלייך אז מען געט מיך 15 מינוט אין זיי אלע זענען ארויס, אין פארשטייט זיך אז קיין סאך צייט איז עס נישט, אבער איך האב מיך גוט אויסגעבעטן.
אין טאקע 15 מינוט שפעטער האב איך געמאכט זיכער צו זיין גרייט, אין צוויי מינוט שפעטער פאנגען זיי אן צוריק אריין צו קומען, אין די Surgeon קומט אריין פרעגן זיינע קליגע פראגעס, צו איך ווייס פארוואס איך בין דא, זאג איך יא,
(ער האט געמיינט איך בין דא סטאם ווייל מיין בעט אינדערהיים איז נישט באקוועם)
אין ער פרעגט מיר צו איך בין נערוועז,
איך וועל מוזן מודה זיין, איך האב נישט געוואוסט וואס צו ענטפערן, פון איין זייט בין איך גוט נערוועז, אבער פון די צווייטע זייט קען מען נישט וויסן מיט א שפיטאל צו מען זאגט די נישט ריכטיגע ווארט קען מען קאליע מאכן די גאנצע זאך, איך געב מיך אזא רוף אן שטיל מיטן נאז אראפ אז יא איך בין גוט נערוועז. זאגט ער מיר עס גוט, אין איך בין א געזונטע מענטש, א געזונטע מענטש וואס גייט דורך אזא Surgery איז נערוועז.
איך האב מיך גוט בארואיגט אין ער זאגט מיר אז מען גייט ארויס נעמען מיין לינקע קידני, אין ער האט געמאכט א מארק מיט א marker, אזוי זאל מען זיך נישט צעמישן אין א יעדער זאל א גאנצע צייט אין זען אין וויסן וועלכע מען נעמט.
דא האב איך געדארפט ארויס גיין, אין איך האב געפרעגט ר' בנימין צו מיין ריסיפיענט איז ערגעץ דא, זאגט ער מיר יא אפאר צימערן אוועק, זאג איך אים איך וויל ארויסגיין אבער איך וויל אים נישט טרעפן יעצט צו ער קען אריבער גיין צי אים צו פארשמועסן ביז איך קום צוריק, זאגט ער מיר יא, אין ווען איך בין צוריק געקומען געבט ער מיר אן ענוועלויפ, אין זאגט מיר אז דער ריסיפיענט האט מיר דאס געשיקט, איך האב נישט געוויסט וואס צו טראכטן, ווייל געלט טאר איך נישט נעמען אין מען קען זיצן פאר דעם, וואס איך האב דאס געדארפט חתמענען אין שפיטאל, אין דא געט ער מיר אן ענוועלויפ, איך האב עס גענומען אין אריין געלייגט אין מיין בעג פון מיין וועש, געבט ער זיך א רוף אן צו מיר אז ער מיינט אז די ריספיענט וויל איך זאל עס יעצט עפענען, איך שטיי דא נערוועז א שעה פאר מיין Surgery, אבער אז ער וויל אזוי איז אזוי, איך עפענען עס אויף, אין איך זע א בריוו אין ענגליש אין סקריפט.
אין איך פאנג עס אן צי ליינען אין איך האב געגעבן א פלאץ אויס אין א געוויין, אן פארשטיין צי סאך פון די בריוו, נאר פון די מציאות אז א מענטש האט אין זיין שווערסטע מינוטן געמאכט צייט צו שרייבן א לאנגע בריוו, אין זיך צי באדאנקען פון טיפן הארץ אז איך בין מיך גרייט צו שניידן פאר איינער וואס איך קען נישט, אין פון אינטן איז געווען זיין נאמען מתפלל צי זיין, אין קיינער האט אים עס נישט געהייסן שרייבן, וואס זאל איך זאגן די בריוו האט געכאפט מיין הארץ.
נאך א מינוט האט מיר ר' בנימין בארואיגט אין שנעל אנגעפאנגען א שמועס אז מען זאל קענען גיין ווייטער, נאכדעם איז אריינגעקומען די Anesthesiologist ער האט א גוטן חוש פון הומאר, אין געבט מיר שלום עליכם אין זאגט מיר אז ער איז א איד, אין מען איז אריין אין געשמאקע שמועס, נאך אפאר מינוט זאגט ער מיר אז ער דארף מיר פרעגן אפאר מאדנע שאלות ווייל אזוי גייט עס, ער ווייסט אז עס איז מאדנע אבער ער דארף טאן זיין ארבעט, אין פאנגט אן מיט א גוטע הומאר צי פרעגן אלע מאדנע שאלות,
אין נאך מינוט צוויי קומט אריין א רוף צו זיין ראדיא ( אזא קליינע שווארצע זאך וואס ער האט אן אויף זיין האלץ ) אז מען לייגט אינז אויף האלד, ווייל מיין ריסיפיענט איינער פון זיין טעסט דארף מען דורך גיין נאכאמאל,
אונז האלטן אינמיטן א שמועס אין דא ווערן אלע געפרוירן א מינוט,
אין די ערשטע צו אנפאנגען האט די Anesthesiologist זיך געגעבן א רוף אן צו זיי, אז ער איז דא אין די צימער פון די דוינער אין ער וועט ווארטן דא, אין דא האט זיך ר' בנימין שנעל געגעבן א כאפ צו אין אים געפרעגט וואס איז מיט אים, אין ער האט אים געזאגט אז איין טעסט האט געוויזן אז מען דארף מעגלעך אפשטופן די Surgery, דא האב איך געמיינט אז איך פאל אראפ, פונקט יעצט ווען מען שטייט שוין דא אין איך וויל מיך זיך שוין זען דערנאך, אין ביידע האבן מיר שנעל בארואיגט אז עס מיינט נישט גארנישט, אין עס קען זיין אז ער איז יעצט אביסל אפגעשוואכט, אין אסאך מאל געבט מען אים נאכאמאל dialysis אין נאכדעם קען מען גיין ווייטער, אין אזוי אינמיטן שמועסן, קומט א נורס אריין אין זאגט פאר די Anesthesiologist אז די צווייטע טעסט איז צוריקגעקומען גוט, אין מען גייט צוריק צו נארמאל, ב"ה איך האב געגעבן אפגעאטעמט.
אין נאך אפאר מינוט בערך 7:30 איז מען מיר געקומען נעמען צי די Surgery room די חברה זענען אן געקומען מיט א wheelchair, אין איך זאג זיי עס איז גוט איך קען ב"ה וואקן, זאגן זיי מיר ניין עס איז א לאנגע וואק אין איך זאל גיין מיט דעם, איך האב געזען אז קיין צוויי ברירות בין איך ארויף, אין איך גיי מיזן מודה זיין אז ווי נאריש איך האב מיך געפילט צי זיצן אויף א wheelchair איז עס נישט געווען אזוי שלעכט,
עס איז טאקע געווען א שטיקל מהלך ווייל זיי מאכן איבער זייער אסאך חלקים. איך בין טאקע אריין די נייע אפטיילונג הערלעך גרויס, אין איך קום אן צו א ריזיגן צימער אין זאגט מיר ארויפצוגיין אויף א פיצל בעט, אין איך געדענק די נורס זאגט מיר נאך אז איך דארף נישט מורא האבן די גייסט נישט אראפאלן, אין דא האט אלעס אנגעפאנגען גיין אויף א שנעלע טעמפא, אין די Surgeon זיצט אין די זייט ביי א קאמפיוטער און געבט מיר א פרעג צי איך בין גרייט, זאג איך יא, אין אלע נורסיס פאנגען אן טוען זייער ארבעט, פרעג מיר נישט וואס ווייל בשעת דעם האט די Anesthesiologist אנגעפאנגען א שמועס מיט מיר, אין פרעגט מיר וואספארע חסידות איך בין אין מען האט אזוי געשמועסט פאר א מינוט, אין ער געבט זיך א רוף אן אז מען גייט מיר געבן נאך א שאט,
(א שטעך) אין איך געב מיר אזא רוף אן אז איך האב שוין באקומען אזוי סאך די לעצטע שטיק צייט אז איך האף אז דאס איז די לעצטע מאל, אין ער געבט זיך א רוף אן אז דאס קען ער מיר נישט צי זאגן, אין די עולם האט געלאכט, אין פון דא אין ווייטער ווייס איך שוין וואס איז פארגעגאנגען אין די צימער, ווייל דאס איז די לעצטע זאך וואס איך געדענק,
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: מיין טאג בוך אלס ניר נדבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

נישט נאר א דאונער נאר א פיינע שפראך אויך!
איך שלינג מיט דורשט...
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”