א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

מורי ורבותי אחי ורעי
איך וויל זיך היינט באציען איבער א געוויסע טראומע וואס איך אליינס בין אדורך, און איך האב שוין מיטגעהאלטן כמה פעמים ווי אסאך פון אחינו בית ישראל גייען אדורך די דאזיגע טראומע, ואין פה פוצף, נישטא קיין ארגענעזאציע פאר די מיטגעמאכטע' איז האב איך געטראכט לאמיר כאטשיג מאכן א שטיקל א אויפוואכונג דא אויפן וועלטעל,
איז וואס האט פאסירט?
עטליכע טעג נאך מיין בר מצוה האט מיין חשוב'ע פעטער חתונה געהאט למז''ט, איז אויסגעקומען אז די נעקסטע טאג האב איך נישט געקענט דאווענען אין חדר, בין איך געגאנגען דאווענען אין א קליינע לאקאלע מנינים צענטער מיט די צען אזייגער מנין,
זייענדיג א פרישע בחור'ל, האב איך פארשטייט זיך געמאכט א צען מינוטיגע הנחת תפילין,גלייך דערנאך ווייזט מיר עפעס א מיטל יעריגע איד,
בחור'ל גיי צו צום עמוד,
שוין איך דארף אייך נישט מסביר זיין מיין הארץ האט פארפעלט א קלאפ, פון גרויס שמחה און אנגעצויגנקייט צוזאמען,
איך האב זיך געפילט אין די הימלען קוים בר מצוה געהאַט און שוין גיי איך דאווענען פארן עמוד פאר אלע גרויסע טאטעס ,
גראדע איז די מנין באשטאנען פון בערך צוועלף און א האלב אידן, (איך מיין נישט איינער וואס היט נאר די האלבע תורה ומצות נאר א איד וואס איז נאר האלבוועגס דארטן ודי בזה פאר ווער ספארשטייט וואס איך מיין),
שוין מ'הייבט מיר אן מיט א קדיש דרבנן, איך בין דער איינציגסטער וואס דאוונט אויפן קול, פארשטייט זיך אז איך ענדיג יעדן הללוקה נאך העכער (איך האב נאך נישט געוואוסט אז דאס טוט מען נאר אין ישיבה),
ביז מען קומט אן צו שמו''ע,
אויסטרעטעדיג שמו''ע גיב איך מיר א דריי ארום נאך פאר וואס וואו ווען, דער מיטליעריגע איד (אביסל מיט א נערוועזע בליק אויפן פנים) גיבט מיר א ווייז מיט די הענט אזא רמז וואס זאגט בערך דאס : יאלא סשפעט הייב אן הויעך שמו''ע, אבער שוין,
נישט האבנדיג קיין עקספיריענס וואס דאס מיינט הייב איך אן הויעך אויפן קול :ברוך אתה השם און ....... שא שטיל ....
חוץ פון צוויי קלאפן פון א ר''ת שיידעלעך איז געווען טויט שטיל,
ענדליך נאך דריי סעקונדעס האט זיך דער מיטליעריגער מרחם געווען מיט א שטילן ברוך הוא וברוך שמו,
אזוי ווייטער ביי אמן, נקדישך, בערך ביי שים שלום האב איך שוין געהאט א שטיקל רעספאנס,פון נאך אפאר אידן, דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס איך האב מיטגעלעבט מיין טראומע,
די קומענדיגע מאל וואס איך בין געווען אין בערך אזא סיטואציע האב איך אפגעמאכט ביי מיר דאס מאל גיי איך נישט אנהייבן הויכע שמו''ע נאר ווען איך זעה אז ס'דא געהעריג גרויס מנין אויסגעטרעטן, דאס מאל האט געהאנדלט מיט עפעס א שנה ראשונה אינגערמאן וואס גלייך נאכדעם וואס איך האב אויסגעטרעטן שטרעקט ער אויס אלע זיינע צען פינגער און די הייעך וואס דאס דארף מיינען :
ס'דא מנין הייב אן,
(זעקס פינגערס וואלט געמיינט הייב אן די זעקסטע הקפה ניגון, אבער ס'דאך נישט דא קיין צען הקפות)
דאס מאל בין איך שוין געווען שטארק איך ווייז אים צוריק מיט אויסגעשפרייטע הענט אויף אראפ,
מיין אונטערשטע ליפן אביסל ארויסגעשטעקט ווי צו זאגן :איך זעה נישט דא קיין אויסגעטרעטענע מנין,
סאו דער אינגערמאן האט מיט גרויס כעס גענומען שאקלן זיין צווייטע פינגער ,
''צען מאל'' האט ער עס געשאקלט, יעדע שאקל איז געווען צו א אנדערע זייט פונעם צימער,
ווי כאילו ביי יעדע שאקל שטייט נאך א אויסגעטרעטענע איד,
בקיצור דאס איז א טראומע וואס איך און אסאך אנדערע זענען שוין אסאך מאל אדורך זה בכה וזה בכה,
ס'האט מיר גענומען אסאך יארן ביז איך באקומען די קוראזש צו אנפייפן די אלע נערוועזע מענטשן. און אנהייבן שמו''ע ווען ''איך'' האלט אז ס'דא מנין ,נישט ווען ''ער'' האלט,
יעצט טייערע אידן וואס וויל איך פון אייך?
ביטע טרייב נישט דעם בעל תפילה צו אנהייבן שמו''ע פאר ס'דא מנין,
און אפי' אויב ס'שוין יא דא, אפשר וויל ער ווארטן ביז ס'דא צוועלף אידן, פשוט וועגן די מציאות ווייזט אז אסאך פון די אידן וואס ענדיגן די ערשטע שטילע שמו''ע, ענפערן לאו דווקא אמן אויפן שענסטן פארנעם, און עס איז זייער שווער אזוי צו דאווענען ייש''כ
נ.ב. אויך שרייבן ארטיקלען איז גאנץ שווער אן קיין רעספאנס סאו פליז זיי נישט ווי די מיטליעריגער איד און גיב א לייק
ווייטאג
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

דאס איז מיין פערדע ארטיקל און די לעצטע צוויי טעג אויב האסטו הנאה גיי ליין מיינע אנדערע און זיי מיר מחזק צו שרייבן נאך
אוועטאר
פאוויש
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 16, 2019 12:27 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאוויש »

פריש און קלאר!!
באטל וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 4:23 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באטל וואסער »

ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:24 am
ביטע טרייב נישט דעם בעל תפילה צו אנהייבן שמו''ע פאר ס'דא מנין,
און אפי' אויב ס'שוין יא דא, אפשר וויל ער ווארטן ביז ס'דא צוועלף אידן, פשוט וועגן די מציאות ווייזט אז אסאך פון די אידן וואס ענדיגן די ערשטע שטילע שמו''ע, ענפערן לאו דווקא אמן אויפן שענסטן פארנעם, און עס איז זייער שווער אזוי צו דאווענען ייש''כ
נ.ב. אויך שרייבן ארטיקלען איז גאנץ שווער אן קיין רעספאנס סאו פליז זיי נישט ווי די מיטליעריגער איד און גיב א לייק
געוואלדיג שיין אראפגעלייגט!

איך מיין גראדע אז ביי מעריב ברויך מען בלויז 6, אדרבה זאלן די תלמידי חכמים דא אריין קומען.
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

באטל וואסער האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:31 am
ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:24 am
ביטע טרייב נישט דעם בעל תפילה צו אנהייבן שמו''ע פאר ס'דא מנין,
און אפי' אויב ס'שוין יא דא, אפשר וויל ער ווארטן ביז ס'דא צוועלף אידן, פשוט וועגן די מציאות ווייזט אז אסאך פון די אידן וואס ענדיגן די ערשטע שטילע שמו''ע, ענפערן לאו דווקא אמן אויפן שענסטן פארנעם, און עס איז זייער שווער אזוי צו דאווענען ייש''כ
נ.ב. אויך שרייבן ארטיקלען איז גאנץ שווער אן קיין רעספאנס סאו פליז זיי נישט ווי די מיטליעריגער איד און גיב א לייק
געוואלדיג שיין אראפגעלייגט!

איך מיין גראדע אז ביי מעריב ברויך מען בלויז 6, אדרבה זאלן די תלמידי חכמים דא אריין קומען.
ביי מעריב דארף מען בעצם נישט האבן קיין זעקס אויך נישט אין ס'דארף אפי' נישט זיין 10 אין די צימער נאר ס'האט צו מיט די שמו''ע אויב דעמאלטס איז געווען זענען דא וואס האלטן אז מ'מעג עס אפי' זאגן איינער אליין
אבער אז ס'דא א מנין איז א כבוד צו ווארטן פאר זיי
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
שבת שטוב
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:24 am

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת שטוב »

ווייטאג דו טראגסט אסאך ווייטאג מיט דיר....
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:24 am
נ.ב. אויך שרייבן ארטיקלען איז גאנץ שווער אן קיין רעספאנס סאו פליז זיי נישט ווי די מיטליעריגער איד און גיב א לייק
שרייבערס א שטייגער ווי @בריטיש עירוועיס @שוואכער @איל_משולש @בן דרוסאי @תרמב @פופציגער ועוד ועוד האבן א מפתח ווי מען קען זעהן ווען א נייע אשכול שפראצט ארויס , טוה די אויך די זעלבע גיי אריין און די פארום אין עפענט אייער אשכול

זעה די שמועס אין @שוואכערס מפתח
◄ ווייז ספוילער
קעפל: א שוואכער מפתח
שוואכער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:51 pm
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:44 pm
יו מעיד איט איזי. טענקס.

שטעלצעך די פראגע צייכן, זאלעך ווייטער ארויפלייגן דא ווען כ'וויזויהייסטעס א נייע, אדער ניש? ווייסעך טאקע ניש. וואטעווער.

ביי.
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:00 pm

זיכער אז יא ווייל
נאך וויכטיגער אז די אשכול זאל בלייבן אקטיוו



טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:10 pm
@שוואכער נאך א סיבה קען זיין פשוט אז מען זאל באקומען נאטפיקאציעס פון דא
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15893
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זייער שיין!

דער פראבלעם פון דאווענען שטיל איז אן עכטער, ס’ביטער שווער צו דריייוון דעם מנין אזוי. מעג זיין אויפוואכונג דערוועגן, און אז מען דערמאנט שוינט עניוועי זאל מען אריינווארפן אויך אז מען מעג זיך שאקלן אפי’ זיצענדיג...

מיטן אויספיר דינג איך זיך עטוואס, אויב איז דא צעהן ביטע זיי נישט קיין מחמיר במקום וואס די הלכה זאגט קלאר אז טירחה דציבורא איז אן הארבער ענין.
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

אין מגן אברהם שטייט אז מ'דארף נאר זעקס.
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

יע יע ווער נאך פון די טראמע ווען די זיידע הייבט שרייען אז מ'דארף דאווענען שטייטער נא שטייטער האבעך געזאגט....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

זייער פיין!
יאפ יעדער קען רילעיטן צו דעם,
כמעט יעדער איז דאס דורך....
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

גוט גוט
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

גוט געשריבן!
ס'וואקסט דא אונטער א נייע גוטע שרייבער, בינעך נאר נייגעריג צו וויסן וועלכער אויסגאבע וועט האבן שכל אים ערשט צו כאפן!!
בנוגע דער נושא, ס'קומט מיר אויס צו דאווענען אסאך פארן עמוד, בעיקר מנחה, כמעט טעגליך, און די פראבלעם אז די אויסגעטרעטענע עולם ענטפערט נישט קיין אמן'ס, עכ"פ נישט אויפן קול, איז אין לשער, און מאכט מורא'דיג נערוועז דעם בע"ת, צריך תיקון גדול!!!
דברי חכמים כדרבונות
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4148
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

זייער זייער גיט ארויסגעברענגט

גיי אהן
שרייב נאך און נאך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

@ווייטאג

זעהט אויס אז די האסט נישט געדאווענט מיט א טלית, ווייל די שנה ראשונה בחורימ'לך וועלכע דארפן זיך באכלעפטשן מיטן ריזיגן טלית מאכן מיט א באזינדערע דראמא ווען מ'טרעפט זיך מיט די אינטערשטע ציצית סאומהא אראפהענגן פארענט פון אקסל.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

שבת שטוב האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:39 am
ווייטאג דו טראגסט אסאך ווייטאג מיט דיר....
פיל מיט הומא ר... ... ... ... ...
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
ראשעשיווע
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:37 pm
אין מגן אברהם שטייט אז מ'דארף נאר זעקס.
ביטע צוצייכענען דעם מגן אברהם.

אין קיצור שולחן ערוך האב איך געזען אז ס'איז א חילוק ביי וועלכע תפילה, ביי מעריב איז גענוג זעקס ווייל ס'איז נאר א קדיש, משא"כ ביי שחרית און מנחה וואו דער בעל תפילה הייבט אן הויך שמונה עשרה דארף יא זיין תשעה עונים.
אוועטאר
א שטיק געפיל
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 2:31 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטיק געפיל »

@ווייטאג איך כמיין די זאלסט אויס הערן מאטי אילוויטש ווייטאג לידעלע
מ'דארף נישט אנזעצן און נישט האבן קיין געלט פאר רענט כדי צו ווערן א עושר און זיין סוקסעפול
אוועטאר
געגאנגען
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ראשעשיווע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:31 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:37 pm
אין מגן אברהם שטייט אז מ'דארף נאר זעקס.
ביטע צוצייכענען דעם מגן אברהם.

אין קיצור שולחן ערוך האב איך געזען אז ס'איז א חילוק ביי וועלכע תפילה, ביי מעריב איז גענוג זעקס ווייל ס'איז נאר א קדיש, משא"כ ביי שחרית און מנחה וואו דער בעל תפילה הייבט אן הויך שמונה עשרה דארף יא זיין תשעה עונים.
מילתא דעבידא לגלוי...

קוק נאך די שלחן ערוך, לעצטע מאל איך האב געקוקט האט די מגן אברהם נישט געשריבן קיין הערות אויף קיצור שלחן ערוך...
איך האב אגענדעס, איך האב שיטות. אבער קודם בין איך א איד!

נישט קיין חילוק וואס איך האלט. פאלג איך דעת תורה.
ראשעשיווע
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:38 pm
ראשעשיווע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:31 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:37 pm
אין מגן אברהם שטייט אז מ'דארף נאר זעקס.
ביטע צוצייכענען דעם מגן אברהם.

אין קיצור שולחן ערוך האב איך געזען אז ס'איז א חילוק ביי וועלכע תפילה, ביי מעריב איז גענוג זעקס ווייל ס'איז נאר א קדיש, משא"כ ביי שחרית און מנחה וואו דער בעל תפילה הייבט אן הויך שמונה עשרה דארף יא זיין תשעה עונים.
מילתא דעבידא לגלוי...

קוק נאך די שלחן ערוך, לעצטע מאל איך האב געקוקט האט די מגן אברהם נישט געשריבן קיין הערות אויף קיצור שלחן ערוך...
אדרבה איך זוך דעם מגן אברהם. אין הל' תפילה וואו דער מחבר צייכנט צו דער הלכה (סי' קכ"ד סעי' ד') "ואם אין ט' מכוונים לברכותיו קרוב להיות ברכותיו לבטלה" דארט זאגט נישט דער מגן אברהם קיין ווארט דערוועגן. פארדעם האב איך געפרעגט וואו דאס איז, און אדרבה תורה הוא וללמוד אני צריך.

לרבותא וועל איך שוין צוצייכענען דעם קיצור שולחן ערוך (כ' סע' ב') בַּחֲזָרַת תְפִלַּת הַשְּׁלִיחַ צִבּוּר, כֵּיוָן שֶׁהַשְּׁלִיחַ צִבּוּר כְּבָר הִתְפַּלֵּל בִּפְנֵי עַצְמוֹ בְּלַחַשׁ, וְאֵינוֹ חוֹזֵר אֵת הַתְּפִלָּה רַק בִּשְׁבִיל הַשּׁוֹמְעִים, לָכֵן צְרִיכִין שֶׁיִּהְיוּ דַּוְקָא תִּשְׁעָה שׁוֹמְעִין וְעוֹנִין, שֶׁלֹּא תִּהְיֶינָה בִּרְכוֹתָיו לְבַטָּלָה

און ביי קדיש שרייבט ער (ט"ו סע' ז'): אִם אֵין ט' שׁוֹמְעִין לְהַשְּׁלִיחַ-צִבּוּר, לֹא יֹאמַר כְּלָל קַדִּישׁ, כִּי כָּל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה אֵין אוֹמְרִים בְּפָחוֹת מֵעֲשָׂרָה דְּהַיְנוּ אֶחָד אוֹמֵר וְתִשְׁעָה שׁוֹמְעִים, וּמִכָּל-מָקוֹם, אִם אֶחָד מֵהָעֲשָׂרָה מִתְפַּלֵּל תְּפִלַּת שְׁמוֹנֶה-עֶשְׂרֵה, אַף-עַל-פִּי שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לַעֲנֹת עִמָּהֶם מִצְטָרֵף וְהוּא הַדִּין לְב' וְג' וְד', כָּל שֶׁנִּשְׁאַר הָרֹב שֶׁעוֹנִין, אֵין הַמִּעוּט מְעַכֶּבֶת.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ראשעשיווע האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 2:31 pm
געגאנגען האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 12:37 pm
אין מגן אברהם שטייט אז מ'דארף נאר זעקס.
ביטע צוצייכענען דעם מגן אברהם.

אין קיצור שולחן ערוך האב איך געזען אז ס'איז א חילוק ביי וועלכע תפילה, ביי מעריב איז גענוג זעקס ווייל ס'איז נאר א קדיש, משא"כ ביי שחרית און מנחה וואו דער בעל תפילה הייבט אן הויך שמונה עשרה דארף יא זיין תשעה עונים.
די חילוק פון קדיש ביז הויכע שמו"ע שטייט אין שו"ע הרב
קיינער אנדערש מאכט נישט די חילוק כפי ידיעתי.

אין מחבר איז דא א סתירה, לכאורה.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענאק »

איך אמאל געאאפערט פאר א כיתה ט' מלמד צו געבן א געהעריגן שימוש שיעור פאר די בחורים וויאזוי מען דארף דאווענען אין ביהמ"ד, נאר ווייסטעך, מ'דארף מיך האלטן ביים אויסהערן...

מיר ליגט נאך גיט אין די ביינער די מיטסטעיקס און די פסקים וואס איך פלעג כאפן נאכן דאווענען פאר'ן עמוד 20 יאר צוריק. אבער ב"ה אז איך האב זיך נישט צוטון געמאכט און היינט האב איך עקספיריענס פון 20 יאר צו גוטן לאוי"ש
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9913
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:40 am
ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:24 am
נ.ב. אויך שרייבן ארטיקלען איז גאנץ שווער אן קיין רעספאנס סאו פליז זיי נישט ווי די מיטליעריגער איד און גיב א לייק
שרייבערס א שטייגער ווי@בריטיש עירוועיס @שוואכער @איל_משולש @בן דרוסאי @תרמב @פופציגער ועוד ועוד האבן א מפתח ווי מען קען זעהן ווען א נייע אשכול שפראצט ארויס , טוה די אויך די זעלבע גיי אריין און די פארום אין עפענט אייער אשכול

זעה די שמועס אין @שוואכערס מפתח
◄ ווייז ספוילער
קעפל: א שוואכער מפתח
שוואכער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:51 pm
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:44 pm
יו מעיד איט איזי. טענקס.

שטעלצעך די פראגע צייכן, זאלעך ווייטער ארויפלייגן דא ווען כ'וויזויהייסטעס א נייע, אדער ניש? ווייסעך טאקע ניש. וואטעווער.

ביי.
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:00 pm

זיכער אז יא ווייל
נאך וויכטיגער אז די אשכול זאל בלייבן אקטיוו



טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:10 pm
@שוואכער נאך א סיבה קען זיין פשוט אז מען זאל באקומען נאטפיקאציעס פון דא
איך? מיינסט דאס?...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
טעוועליך
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 31, 2021 8:35 pm
לאקאציע:ווי סאיז באשערט יענע מינוט

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעוועליך »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 3:34 pm
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:40 am
ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 10:24 am
נ.ב. אויך שרייבן ארטיקלען איז גאנץ שווער אן קיין רעספאנס סאו פליז זיי נישט ווי די מיטליעריגער איד און גיב א לייק
שרייבערס א שטייגער ווי@בריטיש עירוועיס @שוואכער @איל_משולש @בן דרוסאי @תרמב @פופציגער ועוד ועוד האבן א מפתח ווי מען קען זעהן ווען א נייע אשכול שפראצט ארויס , טוה די אויך די זעלבע גיי אריין און די פארום אין עפענט אייער אשכול

זעה די שמועס אין @שוואכערס מפתח
◄ ווייז ספוילער
קעפל: א שוואכער מפתח
שוואכער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:51 pm
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 3:44 pm
יו מעיד איט איזי. טענקס.

שטעלצעך די פראגע צייכן, זאלעך ווייטער ארויפלייגן דא ווען כ'וויזויהייסטעס א נייע, אדער ניש? ווייסעך טאקע ניש. וואטעווער.

ביי.
טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:00 pm

זיכער אז יא ווייל
נאך וויכטיגער אז די אשכול זאל בלייבן אקטיוו



טעוועליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 10:10 pm
@שוואכער נאך א סיבה קען זיין פשוט אז מען זאל באקומען נאטפיקאציעס פון דא
איך? מיינסט דאס?...
איך מיין אייער חתימה
פופציגער האט געשריבן:
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
יאנאש האט געשריבן:
איך טרעט זעלטן אריין, טאקע צוליב וואס צופיל פון די תגובות זענען צענטערזירט ארום איזרעילי פאליטיק וועלכע איך עקל מיך צו לעיזן.
גם אני מצטרף
👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍 ☝ 👍
גראבע ליגנער
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 06, 2024 9:19 pm

Re: א אומבאקאנטע טראומע ביי כלל ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראבע ליגנער »

אין מיין מיינונג מאכט דעס ווארטן אויף מער ווי 10 יודען היבש מיט א נישט גוטע בליק פאר אנדערע...

ווען איך זעה א בעל תפילה פעניאט אוועק, ער ווארט אויף 'רוב עם' מאך איך פליטה...

טירחא דציבורא איז נישט געזאגט געווארן פאר סתם...
פונקט ווי א קינד קען זיך שעמען מיט זיין זיידע, קען זיך אמעריקע שעמען מיט אונזער זיידי ביידן...
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”