נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

איינע פון די זאכן וואס נטע האט פרובירט במשך זיינע יארן אין כולל, ווי אסאך אנדערע איז געווען צו אנטראגן שידוכים,
זיין שכנ'ס קוזין איז מן הסתם א פאסיגע המצאה פאר זיין קוזינ'ס שכן, נישט אזוי ?(למעשה הייסן זיי דאך ביידע קוזין מיט שכן),
פארשטייט זיך ס'האט נישט גענומען צו לאנג, און ער האט איינגעזען אז שידוכים איז בכלל נישט פון די פשוט'סטע זאכן אויף דער וועלט,
האט ער ווי אסאך אנדערע שנעל זיך ארויסגעלאזט פון די גאנצע זאך,
מיט דעם אלעם ווען ס'איז אים יא אמאל בייגעפאלן אן המצאה האט ער יא גענומען די פאר מינוט צו פרובירן זיין מזל,
נטע האט געהאט א באקאנטער לאמיר אים א נאמען געבן מעכל אדער ר' מעכל,
ר' מעכל איז געווען א אינגערמאן א שטיקעלע יודע ספר , ער האט אפי' שוין געעפנט א שטיקל ביהמ''ד, (ווער עפענט דען נישט יעדן צופרי אויב די טיר איז פונקט פארמאכט ?)
אביסל יוחס האט אונזער ר' מעכל אויך געהאט, זיין זיידע איז געווען די ממלא מקום פארן בודק חלפים און די שטעטעלע ס., (נאכדעם וואס מ'האט אים ארויסגעווארפן פון שטעטעלע ק.), אזוי אויך איז זיין אנדערע זיידע געווען חזן און שטעטעלע ץ., (יעדן מוצאי תשעה באב ביי מעריב),
ר' מעכל איז אויך געווען א שטיקל מוהל (ביי זיינע אייגענע קינדער זיכער),
ר' מעכל איז געגאנגען מיט א ברייטן רבי'שע היט, שוואַרץ ווייסע ברילן, שיפע טאשן ,בקיצור ווי א געהעריג רבי'ש/רבני'ש אייניקל
נטע האט געהאט א נעפיו' א עכט איידעלע נשמה', א צדיקל פון א בחור, געזעצן און געהארעוועט יעדע עקסטערע מינוט, זיין יראת שמים איז געווען ניכר אויף זיין פנים, א פרומע נשמה לכל הדיעות,
זיין טאטע איז געווען א מנהל אין א גרויסע ישיבה קטנה, טאקע נישט געגאנגען מיט א פלאכע ביבער הוט אבער עכט א חסידישע משפחה לכל הדיעות,
נטע האט געטראכט אפשר וואלט זיין נעפיו געווען א גוטע הצעה פאר ר' מעכל'ס טאכטער,
נטע האט גערופן ר'מעכל און אנגעטראגן זיין נעפיו,
און גלייך געזאגט פאר ר'מעכל אז הגם ער ווייסט אז זיין נעפיו האט אפשר נישט די גרויסע יוחס,
אבער למעשה רעדט מען דאך פון א גאר א חשוב'ע בחור, א פרומע נשמה, א חסידישע משפחה, אפשר וואלט עס געווען א גוטע עצה,
ר' מעכל האט אויסגעהערט און געזאגט פאר נטע אז ער וועט אריינקוקן דערין,
נאך פאר נטע האט געהאט די מעגליכקייט צו צוריקרופן, האט שוין ר'מעכל אים גערופן מיט עקסטאז, איבערגענומען פון די מאסיווע אינפראמעישאן וואס ער האט געהערט, און געמאלדן אז שמעקט אים ער וויל גיין ווייטער ,
נטע איז געווען אין די הימלען ,
ר'מעכל האט געבעטן אז ער וויל גיין כאפן אן אומאפיציעלע בליק אויפן בחור ,
נטע האט מברר געווען ווי זיין נעפיו דאווענט שחרית יעדן צופרי, און געשיקט ר'מעכל אהין,
בערך עלף אזייגער די נעקסטע צופרי , רופט נטע ר'מעכל אבער ער הייבט נישט אויף , האט ער פרובירט נאכאמאל נאכמיטאג און דאס מאל האט שוין ר' מעכל אויפגעהויבן,
נאכן קעקעצן און שמעקעצען האט ער געלאזט וויסן פאר נטע די אזוי באקאנטע מעלדונג אז: ס'נישט אינטערעסאנט פאר יעצט ,
נטע איז געווען געפערליך פארוואונדעט וואס האט ער שוין געקענט זעהן ביי איין פלעינע שחרית?
נטע האט געדריקט אויף ר'מעכל ביז ער האט געזאגט אזוי, יא איך האב טאקע געהערט גאר גוטע אינפארמעישן
אבער למעשה זעענדיג דעם בחור ... איך ווייס נישט...... עה.....
צו א בעסערע בחור,
נטע האט געמיינט ער פאלט אראפ, מיין נעפיו ?א בעסערע בחור?
ער איז א זעלטן כאניאקישע בחור, ווי האסטו געזען זיין בעסערקייט?
ר' מעכל האט רעאגירט די פארשטייסט נישט, איך גיי מיט א שיפע טאשן, שווארצע ברילן, און א פלאכע ביבער הוט,
איך מיין אז איך קען נישט נעמען א בחור וואס ס'קוקט אויס לויט זיין גלעזער, און זיין רעקל, אז ער ליגט און חיצוניות,
איך ווייס נישט וואס אזוי האט מיר עס אויסגעקוקט,
בקיצור ס'נישט פאר מיר,

***********************
ס'דא א מעשה מיט א בחור וואס איז אמאל געשטאנען ביי א באס סטאפ, ווען אינמיטן איז אנגעקומען א אשה און פרעגט אים זאג נאר וויפיל אזייגער איז ?
.שטיל.
מעשה פרישות ניין ?
זייט ווען ענטפערט א חסידישע בחור פאר א אשה ?
גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט און עודך וויפיל אזייגער?
.שטיל.
איז דארט געשטאנען הרה''ג ר' גד'ל אייזנער ז''ל ,און די אשה זעענדיג אז די בחור ענטפערט איר נישט, האט זי זיך געוואנדן צו ר'גד'ל און געפרעגט וויפיל אזייגער איז?
און ר' גד'ל האט געענטפערט ,גייט נישט דורך קיין צוויי מינוט, און עודך זי פרעגט ר' גד'ל וויפיל אזייגער ?
און ער ענטפערט ,אזוי שפילט זיך איבער די זעלבע זאך עטליכע מאל,
ס'געקומען א צייט ווען די בחור האט עס שוין נישט אויסגעהאלטן,
און גייט צו צו ר'גד'ל מיט גרויס וואונדער און פרעגט : מילא איינמאל די ענפערסט איין מאל שוין קען איך דיר נאך דן זיין לכף זכות, אבער דריי מאל וואס די פרוי דרייט דיר דעם קאפ און די לויפסט נישט אוועק?
ווי איז אביסל פרישות?
ר' גד'ל קוקט אן דעם בחור און פרעגט : וואס? ס'געווען די זעלבע פרוי?
******************
לענינינו וואס וויל איך ארויסברענגען נטע'ס נעפיו גייט טאקע לאמיר זאגן מיט א בלויע אדער אפשר א גרויע רעקל, און ער גייט אויך מיט מעטאלענע גלעזער,
משא''כ ר'מעכל גייט מיט שיפע טאשן, און שווארצע גלעזער,
ס'איז אבער דא איין גרויסע אבער..............
ווען נטע'ס נעפיו גייט אריין אין סטאר קויפן א רעקל,
און מ'פרעגט וואספארא רעקל ווילסטו ווייסט ער נאר איין זאך..... זיין סייז,
מער פון דעם האט ער נישט קיין אנונג, ווייל ער איז אזוי ווייט פון חיצוניות,
ער ווייסט נישט וואס איז אין סטייל, און וואס נישט,
ער ווייסט נאר אז זיין מאמע האט אים געזאגט אז ס'צייט צו קויפן א נייע רעקל, איז ער געגאנגען אין סטאר און געקויפט וואס מ'האט אים געגעבן,
די זעלבע זאך טוט ער ביים קויפן גלעזער געקויפט און ארויס ,
משא''כ ר' מעכל פיין און וואויל די האסט א ספעציעלע רעקל און ספעציעלע ברילן וואס די ווילסט גיין געזונטערהייט,
יעדער לאזט דיר ,
אבער זאג נישט אז יענער איז חיצוניות'דיג ווען ער גייט מיט א רעקל וואס די וואלסט נישט געגאנגען, ווען במציאות ווייסטו פונקליך א חילוק צווישן א גראדע טאש און א שיפע טאש אזא גלעזער אדער אזא גלעזער, ווען נטע'ס נעפיו הויבט נישט אן צו וויסן די חילוק צווישן די צוויי, קיינער צווינגט דיר נישט צו טוהן דעם שידוך, און איך זאג נישט אז די ביזט א חיצוניות'דיגע מענטש, אבער אויב איינער פון ענק צוויי ליגן און חציניות איז עס די און נישט נטע'ס נעפיו ,
מ'קען יא ענפערן פאר די אשה און זיין הייליגער וואו דער בחור'ל וואס ענטפערט נישט,
און מ'קען גיין מיט א שענערע רעקל און גלעזער און זיין ווייניגער חיצוניות'דיג ווי דער מיט די חסידישע גלעזער און רעקל,
הצלחה ברכה
אויב ווילסטו נישט געבן א לייק דאן שיק מיר א שכח באישי, אבער די קענסט רואיג טוהן ביידע,
און טאמער וועסטו צושרייבן א תגובה וועסטו מיר העלפן האלטן מיינע שרייבונגען הויעך אויפן לייטער
אוועטאר
איין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 28, 2024 12:56 am
לאקאציע:80 טווין רח"ל
פארבינד זיך:

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין »

דשאסט Wow
תקנה ה.3
אין א צייט ווען עס ווערט דערקלערט א 'זיראנץ' (זערא טאלעראנץ) פאליסי, וועט מען פ'טאגלעך'ען באנוצער אפילו פאר קליינע פארלעצונגען, און אן קיין מ'חיריק בעפאר.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

On a roll
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:49 pm
אזוי אויך איז זיין אנדערע זיידע געווען חזן און שטעטעלע ץ., (יעדן מוצאי תשעה באב ביי מעריב),
ר' מעכל איז אויך געווען א שטיקל מוהל (ביי זיינע אייגענע קינדער זיכער),

געלייקט
געאישיט
געשריבן
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

אמת'דיג גוט געשריבן
און ליידער זייער אמת אויך!!!
#חיצוניות_איט_איז
דברי חכמים כדרבונות
גריק יאגורט
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:50 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גריק יאגורט »

יחליצך האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 3:02 pm
ווייטאג האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 2:49 pm
אזוי אויך איז זיין אנדערע זיידע געווען חזן און שטעטעלע ץ., (יעדן מוצאי תשעה באב ביי מעריב),
ר' מעכל איז אויך געווען א שטיקל מוהל (ביי זיינע אייגענע קינדער זיכער),

געלייקט
געאישיט
געשריבן
גא''מ
רעד מיר נישט איין אז שמירת עינים און ברוקלין איז גרינג אבער אפי' סנישט גרינג קען איך נאך אלץ מיטן אייבערשטענס הילף
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

יעדער מיט זיין רעקל אישו, מאכן משוגע שדכנים מיט דברים של מה בכך,
@ווייטאג גיט געשריבן קיפ אן מיט דיין אויפוואכונג אין די נושא.
שלום חיים
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 02, 2022 4:57 pm
לאקאציע:אין די מאכלי שבת

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום חיים »

Wow wow wow
שובר אויביםדי אראבער
ומכניע זדיםדי ציונים
(הרה"ק מקרעטשניף זצ"ל)
נישט פארגעסן די וואס האבן אנגעצינדן די פייער
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 754
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

ווער עס קען זאל אהער רופן די עסקנים זיי זאלן עס ליינען און טוהן עפעס, נישט סחת אפליינען און גיין ווייטער, וזכות הרבים תלוי בכם
דברי חכמים כדרבונות
טרא_לא_לא
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 05, 2024 12:24 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרא_לא_לא »

Wowowowowowowowow!!!!!
אין מילים!
אוועטאר
ערד_עפל
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 19, 2022 2:24 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערד_עפל »

@ווייטאג דו סורפרייזט אונז יעדן טאג מיט נאך חידושים! פיינע נייעס און אמת'ע נקודה.
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

קעפל: פאמיליע פיקטשור אויף די היים סקרין
דער צופרידענער חיים האט געשריבן: מיטוואך מארטש 06, 2024 5:07 pm
דערמאנט מיר די מעשה פון ר'"י הרמה ר' אליקים שלעזינגער שליט"א, ער האט געלערנט ביים בריסקער רב זצ"ל איין טאג איז ער געקומען מיט א נייער שענערער הוט אין ישיבה, און כדרכו של בריסק האט אים דער בריסקער רב געפרעגט "א הוט?" פרעגט אים צוריק ר' אליקים "זאל איך צוריקטוישן?" ענטפער אים דער בריסקער רב "ווייטער דעם הוט!" כלומר, לאז שוין אפּ! זיי נישט פארנומען דערמיט...
viewtopic.php?p=5181540#p5181540

קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


מענדלאוויטש
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 2:13 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדלאוויטש »

אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

אוי יו איז דעיס גוט

עפעס מיט @בלויע רעקל?
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 5:06 pm
אוי יו איז דעיס גוט

עפעס מיט @בלויע רעקל?
דארף מען מברר זיין
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער א גוטע פוינט!
סאליד פעדער!!
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
אוועטאר
שטויביג
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2020 4:56 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטויביג »

זייער קלאר ארויסגעברענגט!
Jab
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 6:54 am

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Jab »

Fabulous, as usual!
Keep'em coming!!
אויב מיינסטו אז דיך טשעפען איז מיין אינזינעניש, טראכט גוט איבער דיין מיינונג
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17457
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

א אינטרעסאנטע נקודה.


אבער אעפ"כ איז לענ"ד ר' מעכל'ס חיצוניות א שטארקע גדר אויף פנימיות.. און אז קען טרעפן פאר זיינע דורות אזאנס ווייטער מה טוב ומה נעים..


(ובדר"כ אז איינער וואס קוקט נישט אויף חיצוניות קומט אריין אין געשעפט.. גייט ער נישט אויס בטעות מיט א בלויע רעקל.. אויב יא איז עס א סימן אויף עפעס אנדערש..)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
איצל פיצל
שר האלף
תגובות: 1757
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצל פיצל »

הערליך! און זייער אן אמת׳ע נקודה.
דארף דאך אבער ר מעכיל זיין איבערצייגט אז דאס איז טאקע די מציאות.
אוועטאר
ווייטאג
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

איצל פיצל האט געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2024 6:06 pm
הערליך! און זייער אן אמת׳ע נקודה.
דארף דאך אבער ר מעכיל זיין איבערצייגט אז דאס איז טאקע די מציאות.
יש להאריך גם בזה ייש''כ לההערה ואי''ה עוד חזון למועד
אוועטאר
זושא פון לייפציג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2022 6:37 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זושא פון לייפציג »

@ווייטאג זייער זייער הנאה געהאט!

כ׳באלעק מיר מיט דיינע ארטיקלען לעטצטענס.

קיפ זעם קאמינג…
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1163
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

גאר גאר גוט !!!! מאסיוו !!!
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

וואף
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
pop
שר האלף
תגובות: 1059
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: נטע'ס נעפיו גייט א בלויע רעקל איז ער מער חצוניות'דיג ווי ר' מעכל ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

א רעקל קען מען טוישן גלעזער קען מען טוישן תוכן איז זייער שווער צו טוישן
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”