פאר מיין קינד ? אלעס!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ס'איז די 2'טע וואך אין קעמפ, א בלויע מאנטאג, מושי איז אויפגעשטאנען אין א גוטע גוסטע. "היינט קומט א טריק-מען אין קעמפ".
נאכן באמערקן אז ס'איז נאך אביסל פאר די צייט וואס מ'דארף אויפשטיין, איז מושי געבליבן ליגן אין בעט באטראכטנדיג זיינע מחשבות ווי א דרויסנדיגער. ווען אינמיטן פארט אים דורך אין מח אז ער מיז היינט נאכאמאל רופן זיין מאמע.
מיט אמאל טאנצט ער אויף מיט איין אטעם, גלייך ארויס פון בעט. די מדריך איז שוין דא, און האט שוין אנגעהויבן וועקן. ער וויל באקומען די עקסטע פאונט קארטל וואס די ערשטע 10 קינדער וואס זענען גרייט באקומען.
גרייט פאר א פרישע טאג שפאנט ער ארויף דעם בארג צום ביהמ"ד, זיך גרייטן מיט א קאָפי צום דאווענען.
אזוי ווארטנדיג ביי שטילע שמו"ע אז די בעל תפילה זאל שוין אנהייבן, האט ער געהאט א מיניט צייט צו געבן א בליק אין זיינע קליינע לויפענדע מחשבות, אזוי טראכטנדיג האט ער זיך דערמאנט אז ער דארף נאך רופן זיין מאמע היינט, און ענדיגן דערציילן ווי אזוי די ערשטע שבת איז געווען. ווען זיינע מחשוב ווערן איבער געהאקט מיט א הילכיגן ברוך אתה ד'.... פונעם בעל תפילה.
ענדלעך נאך א לאנגע תחנון'דיגע דאווענען, גייט ער צוריק אראפ צום לאנטש רום, ווי עס איז אנגעגרייט פיינע פרישע פרישטאג. גרייט זיך אן א פיינע פילן טעלער מיט אייער שפייז מיט סאלאט. און פונען פאון קאל האט ער אינגאנצן פארגעסן.
אזוי איז זיין טאג ווייטער אנגעגאנגן, מושי איז אריבער אין קלאס ווי זיין רבי האט פארגעלערנט א לאנגע רש״י. און ווידער האט ער זיך פארקלאצט, און זיך דערמאנט אז ער דארף נאך רופן זיין מאמע.
למעשה ביי ריסעס איז געווען א פעסטע געים און ער האט אינגאנצן פארגעסן צו רופן זיין מאמע.
אנפאנג לאנטש האט מושי אפגעמאכט אז יהיה מה שיהיה, ער גייט יעצט קאלן זיין מאמע! ער וויל דאך אזוי שטארק רעדן מיט איר. אבער ער האלט אין איין ווערן פארשפילט.
אבער מושי איז געווען אזוי הינגעריג אז ער איז געגאנגן א מיניט אין לאנטש רום עפעס עסן צו באריאיגן זיין הינגער. און למעשה טרעפט ער זיך ממש סוף לאנט אום געקאלט, ער הייבט אן לויפן אינעם ריכטונג פון די טעלעפאונען, ווער זיין האנט זייגער געבט א קליין קלינג אז ס'איז 4 אזייגער אין מ'דארף גיין אין קלאס.
ס'האט אים אזוי געבאדערט אז ער האט באשלאסן אז 6 אזייגער ווען מ'ענדיגט חדר, לויפט ער די ערשטע זאך צי די פאונס. אפי' ער דארף כאפן א גוטע פלאץ פאר די טריק-מען קומט אן. אבער ער מיז שוין רעדן מיט זיין מאמע. ער האט נאך אזויפיל צי דערציילן.
עדליך איז געווארן 6 אזייגער, מושי לויפט מיט שנעלע טריט צום פאון סטאנציע, ער לייגט אריין זיין מאמע'ס נאמבער און מ'הערט שוין די דייל-טאון רינגן.

*

ס'איז מאנטאג 8 אזייגער צופרי, מושי'ס מאמע איז שוין אויף. זי דארף זיין מאכן גרייט די קליין מיידעלע צו גיין אין דעי-קעמפ.
ענדליך קוואדער נאך 10, נאכן ענדיגן אויפרייניגן אביסל די הויז, איז זי גרייט זיך ארויסצילאזן גיין אין ארבעט.
4 אזייגער, נאך א ביזי טאג אין ארבעט, איז מושי מאמע אנגעקומען אהיים אויסגעמאטערט. אבער זי דארף זיך שוין אנהייבן גרייטן פאר סאפער. ס'איז דאך דא א שטוב מיט קליינע קינדער וואס דארפן עסן באלד.
זיך יאגנ'דיג אין גראסרי, צו זיין צוריק אין צייט אראפצונעמען די קינדער פון באס, האט זי איינגעקויפט די געברויכן וואס זי דארף האבן פאר די היינטיגע נאכטמאל.
געמאכט א פיינע סאפער. געגעבן צי עסן פאר די קינדער. אויפגערייניגט די קאך. און די קינדער זענען ארויס אויף די גאס זיך שפילן פאר אביסל.

ס'איז 10 צו זעקס, ענדליך נאך א גאנצע טאג זיין פארנימען, איז מושי'ס מאמע ארויס -אינגאנצן אויסגעמאטער - זיצן אינדרויסן זיך אויסליפטערן אביסל, און זיך אנגעטראפן מיט נאך אפאר נשים אין די זעלבע שיך ווי איר, און ווי די שטייגער איז געווארן א שטיקל שמועס (סירקעל בלע"ז) צווישן די פרויען.
ווען אינמיטן די שמועס הערט זיך די באקאנטע ווערייזען רינגטאון, יעדער קוקט צי ס'איז זייער פאון, און יא, ס'איז מושי'ס מאמע וועמענס פאון קלינגט.
זי דאכטצעך אז זי געדענק דעי נאמבער איז פון מושי אין קעמפ.

*

מושי שטייט ביים טעלעפאון און ווארט זיין מאמע זאל אויפהייבן.
ענדליך הייבט זיין מאמע אויף,
העלאו.

מושי: (מיט פארבענקטע אויגן, ענדליך) א גוטן טאג מאמי. ס'איז מושי.

מאמע: (יוש כאנישט קיין כח יעצט) אה, מושי וואס גייט פאר ?.

מושי: (מיז עפעס פארגיין צי קאלן ?) גארנישט. אלעס איז פיין ב"ה. כ'האב דיר נאר געוואלט פארציילן אז

מאמע האקט איבער: מושי ס'איז וויכטיג ?.

מושי: ניין, אבער כ'האב די געוואלט דערציילן אז באלד גייען אונז האבן א טריק-מען, און

מאמע האקט איבער: אה wow איים סאו עקסייטעד פאר דיר. האסט נאך עפעס געוואלט ?.

מושי: (אויגן הייבט אן ווערן פייכט) יא, כ'האלט דיר אינמיטן דערציילן ווי אזוי ס'איז געווען שבת. צופרי ווען כ'בין אויפגעשטאנען האב איך געהאט פיינע קעיק, און

מאמע האקט איבער: wow כ'בין עכט העפי די האסט ליב קעמפ. אבער כ'האב יעצט נישט קיין כח צו רעדן אויפן פאון, סאו א גוטע נאכט צדיק, און enjoy די טריק-מען. א גוטע נאכט.

מושי: (א פיצי טרער מאכט דאס וועג ארויס פונעם אויג) אבער כ'האב דיר נאך אזויפיל צי דערציילן. אקעי. א גוטע נאכט.

*

ביידע לייגן אראפ דעם טעלעפאון.
די מאמע איז צוריק אינעם שמועס מיט די פרויען.
און מושי שטייט געלעימט ביים אראפגעלייגטן טעלעפאון. אונגאנצן ציבראכן און פאטראכט, ווען נאך א טרער באווייזט זיך אויף זיין בעקל. "כ'האב דאך אזוי שטארק געוואלט דערציילן פאר מיין מאמע ווי אזוי שבת איז געווען". "פארוואס האט זי נישט קיין צייט פאר מיר ?!"
און נאך מיט די ווערטער אויפן צינג, אפווישנדיג זיינע טרערעלעך, איז ער אריין קוקן די טריק-מען.

*

טייערע חשובה עלטערן שיחי'. עטס שיקטס באלד ענקערע קינדער אין קעמפ פארן זוממער. יא, ער איז א גרויס יונגל, און ער קען שוין אליין גיין אין קעמפ.
אבער די עלטערנס אויפענע אויער דארף ער נאך אלס! ווען א קינד קאלט אהיים וויל ער אזוי שטארק רעדן צו ענק.ער וויל אז זיינע עלטערן זאלן זיך מיט פרייען מיט אים. מ'כאפטס אמאל נישט, אבער אפי' ס'איז נישט שווער פארן קינד, אבער ער דארף אזוי שטארק ענקער אויערן אפען פאר אפאר מיניט.
געבטס אים די צייט! לאטס אים אויסרעדן! לאטס אים נישט פילן ווי עטס ווילטס שוין אראפלייגן און האבן נישט קיין צייט פאר אים!
אפי' ענק ארבעטן שווער א גאנצן טאג. די קינד כאפט דאס נישט. זיין קליינע מח טראכט יעצט נאר פון ווי שטארק ער האט ליב קעמפ, און אז ער וויל אז זיינע עלטערן - וואס ער האט אזוי שטארק ליב - זאלן זיך פרייען מיט אים.

מ'געבן אויס אזוי פיל געלט פאר קעמפ אז דאס קינד זאל הנאה האבן. מ'איז גרייט צי טוהן אלעס אין דער וועלט אז א קינד זאל זיין ציפרידן. געב אים אויך אוועק דעי פאר מיניט וואס ער קאלט!
ווייל וואס טוט נישט א טאטע פאר א קינד ?!
לעצט פארראכטן דורך יקל פעדער אום זונטאג יוני 30, 2024 1:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

# שוואכער_איז_אוט
חתונות טרעפער
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אוגוסט 12, 2023 9:41 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חתונות טרעפער »

אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4094
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

שיין! הערליך!
Willy
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

בוסט אזוי גערעכט, ס'האט מיר געקימען א טרער.
אוועטאר
ארטיסטיש
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

שטארק ארויסגעברענגט!
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

יא אזוי איז דורך מיינע קעמפ יארן און נישט נאר 6 נאכמיטאג נאר אויך 10 צופרי
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
בן גלאדעש
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

why drink and drive when you can smoke and fly
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

Willy האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:42 am
בוסט אזוי גערעכט, ס'האט מיר געקימען א טרער.
שכח.
נאריד נאך אן ארטיקל אויף דעי מהלך געשריבן.
viewtopic.php?t=68301
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

חתונות טרעפער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:45 am
שוואכער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:29 am
בן גלאדעש האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:48 am

שכח פאר די גרינע. און פאר אלע וואס האבן געלייקט.
לעצט פארראכטן דורך יקל פעדער אום זונטאג יוני 30, 2024 2:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

latter האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 3:17 am
יא אזוי איז דורך מיינע קעמפ יארן און נישט נאר 6 נאכמיטאג נאר אויך 10 צופרי
זעה נאר אז דיינע קינדער זאלן דאס נישט שרייבן אין אפאר יאר ארום.
אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

@יקל פעדער האסט שוין נאך א לינק אריין צו ווארפן אין דיין אינטערשריפט...
ח"ו נאר א וויץ, זייער שיין געשריבן! נאדיר א לייק
"קיינער דארף נישט קיין טאביק הער אויף ארום גיין"

#געשמאק האט אויך א גבול!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

FDR האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:21 pm
@יקל פעדער האסט שוין נאך א לינק אריין צו ווארפן אין דיין אינטערשריפט...
יאפ. כ׳מיטשע מיך ארום וועלכע צו לייגן און וועלכע אראפ צו נעמען.
נישטא קיין פלאץ דארט פאר אלע.
ניקישי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 2:25 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניקישי »

זייער ווייניג זענען דאס די מאמעס וועמען מ'דארף אזוי אנזאגן. די מאמעס וואס איך קען האבן זיך געמוטשעט מיט די פארקערטע פראבלעם, אז מושי האט נאר געקאלט איין מאל א זומער און ס'איבריגע צייט איז פאריבער מיטן בענקען און זארגן.
די וואס דארפן יקל'ס פעדער זיך איינצובעטן , דארפן גיכער אריינקוקן אין גאנציעריגע פארבעסערונג אינדערהיים
כנלע"ד
פארדינט ווערדפולע קרעדיט קארד פוינטס אויף אייער רענט טשעק!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ניקישי האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:54 pm
זייער ווייניג זענען דאס די מאמעס וועמען מ'דארף אזוי אנזאגן. די מאמעס וואס איך קען האבן זיך געמוטשעט מיט די פארקערטע פראבלעם, אז מושי האט נאר געקאלט איין מאל א זומער און ס'איבריגע צייט איז פאריבער מיטן בענקען און זארגן.
כנלע"ד
ס׳דא פון ביידע מינע.
ביידע דארפן א תיקן.
כנלע״ד
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס! דעמאלטס געב אים די פאר מיניט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 12:48 am
שיין! הערליך!
ארטיסטיש האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:47 am
שטארק ארויסגעברענגט!
שכח.
און פאר וואס לייקן.
אוועטאר
קאטשקע פיס
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 08, 2024 4:02 pm
לאקאציע:כולל

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פיס »

זייער עמאושענעל!
יונה פון נינוה האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:51 pm

איין רגע, וואס איז די מוסר השכל ?
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

קאטשקע פיס האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 5:04 pm
זייער עמאושענעל!
שכח.
שחיטה
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

גערעכט איז גערעכט
נישט פאר שוואכע הערצער...

שווערע קאשמארן!!
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

שחיטה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 7:07 pm
גערעכט איז גערעכט
נישט פאר שוואכע הערצער...

שווערע קאשמארן!!
יאפ, ס'דא הערצער פאר וועם די נושא איז גאר שוואך.


סארי פאר די קאשמארן. כ'וויל נאר מעורר זיין. נישט ארויף ברענגן אלטע צער.

אויב שייך, קום אריין מיט דיינע קאשמארן, אויב ס'קען זיין נוגע פאר אנדער זיך צו לערנען.
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1978
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

יויש ווי די נקודה איז ריכטיג און וויכטיג! עס איז א חוב קדוש פאר אלע עלטערן דאס צו ליינען...
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
סמעטענע
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 27, 2020 9:35 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמעטענע »

ייש''כ, עס איז בזמנו זייער צום פוינט
יקל פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

ליטווישער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 11:23 pm
יויש ווי די נקודה איז ריכטיג און וויכטיג! עס איז א חוב קדוש פאר אלע עלטערן דאס צו ליינען...
שכח.
לאמער האפן אז ס'וועט אויפטוען...
שחיטה
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

יקל פעדער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 10:14 pm
שחיטה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 7:07 pm
גערעכט איז גערעכט
נישט פאר שוואכע הערצער...

שווערע קאשמארן!!
יאפ, ס'דא הערצער פאר וועם די נושא איז גאר שוואך.


סארי פאר די קאשמארן. כ'וויל נאר מעורר זיין. נישט ארויף ברענגן אלטע צער.

אויב שייך, קום אריין מיט דיינע קאשמארן, אויב ס'קען זיין נוגע פאר אנדער זיך צו לערנען.
ב"ה גראדע הנאה געהאט זיך צו דערמאנען אבער דאך קאשמארן, גראדע די ספעציפישע נקודה האב איך ב"ה נישט געליטן אבער קעמפ אלס קינד בכלליות איז א איבערלעבעניש.
ס'איז דא אסאך צו שרייבן אבער לעת עתה האב איך נישט די צייט (טאלאנט) דערפאר, אפשר איין טאג.
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: פאר מיין קינד ? אלעס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »



גאר גוט, עמאושענעל.
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”