א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2163
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

א בריוו צו דיר, מיין טייערע זוהן ני”ו

איך וויל דא שרייבן א בריוו צו דיר, מיין קינד.

ביסט קוים 9 טעג אלט, ביסט קוים געבוירן, ביסט נאך ניי אויף אונזער קאלורפולע וועלט, ביסט נאך פריש אויף אונזער אינטערעסאנטע ערד-קוגל.

ווען א טאטע איז זוכה אראפצוברענגען א קינד, איז ער אנגעפולט און איבערגעפילט מיט געפילן, פרייליכע און פונקט אזוי אויך הארציגע געפילן וואס רוישן אין זיין פאטערליכן הארץ, און אסאך מאל איז ער אויף א מצב נישט קענענדיג ארויסברענגען ריכטיג די געפילן. מ’קען עס אפילו רופן ’געמישטע געפילן’. איז אנשטאט צו בלייבן מיט דעם אין הארץ, ביז ס’וועט שטייטליך אויסגיין און אלעס וועט צוריקגיין צו געהעריג, האב איך מחליט געווען דיר צו שרייבן א בריוו, סיי ארויסצוברענגען מיינע געפילן און סיי דיר צו געבן אפאר טיפס און הדרכות, וויאזוי אנצוגיין דא, אינם עולם השפל’ע. ס’קען אבער זיין אז זאכן גייען דא זיין זייער צומישט, און דאס איז צוליב - ווי שוין פריער ערווענט - די געמישטע געפילן.

קודם כל, מזל טוב צו דיין געבורט.

די נאכט נאך וואס די ביסט געבוירן, בין איך געווען צוזאמען מיט דיר און מאמי אין שפיטאל, מאמי איז ארויס פאר א פאר מינוט, און דעמאלטס האב איך דיר, צום ערשטע מאל - גענומען אין מיינע טרייסלדיגע הענט.

טרערן האבן אנגעהויבן רינען פון מיינע שוין אזוי ווייעכע אויגן. ס’איז נארמאל, א טאטע האט א קינד. א טאטע איז זוכה צו אראפברענגען א קינד. ס’איז נארמאל אז אפאר טרערליך גליטשן זיך ארויס. העכסט נארמאל. איך האב אבער געוויינט, וועגן נאך א סיבה.

איך האב דיר געהאלזט און געטראכט, מיין טייער קינד! איך האב דיר ליב! איך האב דיר גאר שטארק ליב! איך ליב דיר - נישט ווייל די ברענגסט מיר נחת, נישט ווייל די ביסט די בעסטער יונגל פון כיתה, נישט ווייל די לערנסט מיט אזא התמדה. ניין! יעצט בין איך אויף א א מצב וואס איך האב דיר ליב וועגן איין סיבה!

וועגן די ביסט מיין קינד!!

און א טאטע האט ליב זיין קינד. יהיה מה שיהיה.

און דא האבן מיינע אויגן אנגעהויבן ווערן פייכט, ווען איך טראכט ווייטער, אז אונז זענען דאך קינדער פון באשעפער. בני בכורי ישראל. סאו, די באשעפער האט אונז ליב! וועגן איין סיבה, מיר זענען זיינע קינדער! צווישן כלל ישראל מיין באשעפער הערשט א געוואלדיגע אומבאשרייבבארע אהבה! אזא שטארקע אהבה וואס איז אוממעגליך צו דאס קענען באגרייפן מיט אונזערע קליינקעפיגע מוחות.

און דאס איז, מיין קינד, איינע פון די זאכן וואס איך וויל די זאלסט אייביג געדענקען. דיין טאטע, האט דיר גאר שטארק ליב! יא, איך האב דיר גאר גאר שטארק ליב! נישט א חילוק וואס ווען און ווי, און וועלכע מצב די וועסט נאר נישט זיין, געדענק, איך האב דיר ליב! איך נעם דיר ארום גאר שטארק, יעצט, און אייביג! די פארנעמסט ביי מיר דאס גאנצע פלאץ אין מיין הארץ!

און אזוי אויך, זאלסטו וויסן און שטענדיג געדענקען, די באשעפער האט אונז ליב! די באשעפער האט דיר גאר שטארק ליב, וועגן די ביסט זיין קינד! וועגן די ביסט א יוד! וועגן דיין נשמה איז א חלק אלוקי ממעל!

יעצט וויל איך זיך מער באציען צו אן אנדערע נושא פון א אנדערע שטאנדפונקט.
אין די רגע וואס די ביסט געבוירן, האסטו, ווי יעדעס ניי געבוירן קינד, געוויינט. גאר שטארק געוויינט. האסט נישט געוויינט סתם, און אוודאי האסטו געהאט א ריכטיגע סיבה צו די וויינען. די האסט אפשר נישט געוואוסט, אבער דיין נשמה האט גוט געוואוסט, און ער איז דא בעצם וואס האט געוויינט.

דיין נשמה איז געווען אויבן, און גענאסן יעדע מינוט פון העכערקייט, פון רוחניות, פון תענוג, נהנה מזיו השכינה. ער איז אנגעקומען צו אזא נידריגע טונקעלע מגושם'דיגע פלאץ, אוודאי האט ער געוויינט!

ער האט געוויינט, וועגן די אלע נשמה'לעך, וואס זיי זענען ליידער פארלוירן צווישן די גויים, און וואלגערן זיך און די ערגסטע בלאטעס פון די שמוציגע פעלקער.
ער האט געוויינט, וועגן די אלע נשמה'לעך, וואס ליגן נעבעך אין שפיטאל אויפן קראנקע בעט, טאטעס, מאמעס, און אויך פיצלעך קינדער נעבעך.
ער האט געוויינט, וועגן די אלע נשמה'לעך וואס מוטשען זיך אזוי שטארק אז זיי זאלן קענען אראפברענגען א נשמה'לע, און ס'גייט זיי נעבעך נישט.
ער האט געוויינט, וועגן די אלע נשמה'לעך וואס זענען יעצט בחורים, און דראפען זיך אויף אייזיג-גראדע ווענט זיך צו קענען האלטן ערליך בקדושה.
ער האט געוויינט, וועגן די אלע נשמה'לעך, חשובער בנות ישראל, וואס מוטשענען זיך נעבעך מיט ביטערלעכן נסיונות צו בלייבן אויף די וועגן וואס זייערע עלטערן האבן אויסגעטרויטן פאר זיי.

ער האט געוויינט, וועגן ער האט געזען אין וואספארא וועלט, אין וואספארא עולם השפל, און וואספארא תהו ובהו, אין וואספארא נאכט - ער איז אנגעקומען. אוודאי האט ער געוויינט! און וועגן דעם וויינט יעדער!

ער האט געוויינט, וועגן ער וויל נישט דורכגיין אזא שווערע דורכגאנג. ער וויל נישט זיך בכלל באגעגענען מיט אזא נידריגע וועלט. ער וויל זיך נישט טרעפן פנים אל פנים, מיטן שטן אליינס. ער וויל נישט בכלל טראכטן אז ער גייט בכלל געפרואווט ווערן מיט אזעלכע נסיונות און תאוות! דיין נשמה, לכתחילה, וויל עס נישט!! ער האט געוואלט בלייבן אויבן תחת כנפי השכינה.

אבער מיין קינד, מיין ליכטיגע נשמה'לע, נישט דאס וויל די אייבערשטער! ער וויל נישט זאלסט בלייבן אויבן, ער האט דווקא יא געוואלט זאלסט אראפגיין אויף די וועלט.

און אויב דאס איז רצון השם. מיינט אז דאס איז גוט פאר דיר, נשמה'לע.

די באשעפער האט דווקא געוואלט, זאלסט אראפגיין, צו טאקע א טונקעלע עולם, און פון דארט אים ברענגען נחת!! ס'נישט קיין קונץ צו בלייבן אויבן ביים כסא הכבוד, אום פון דארט דינען די באשעפער. די באשעפער, האט דיר אראפגעשיקט, כדאי זאלסט אים ברענגען נחת פון דא! דווקא פון דא, א עולם מגושם, א יצר הרע, א פלאץ וואס ס'הערשט רע, דווקא פון דא קענסטו אים ברענגען די מערסטע נחת! טאקע ווייל ס'שווער, טאקע ווייל מ'האט נסיונות, טאקע ווייל מ'קריכט אויף גראדע ווענט, טאקע ווייל מ'פאלט דורך - טאקע וועגן דעם האט ער דווקא די מערסטע נחת פון יעדע קליינע זאך וואס די טוסט פאר אים!

דווקא פון א נשמה וואס איז אין א גוף, און דווקא אויף די וועלט.

איך בעט דיר, נשמה'לע, געדענק עס.

יעצט, מיין טייער קינד. ביסט נאך קליין, חוץ פון דאגות פון עסן, האסטו נישט קיין שום דאגה, קיין שום עול. דיין טאטע מאמע זארגן זיך פאר דיר, פאר דיין גוטס און וואוילזיין די מערסטע וואס ס'שייך, און אפילו מער ווי דעם. איך האב עס נישט פארשטאנען, ביז ווען איך אליינס בין ב"ה געווארן א טאטע, און די וועסט עס אויך נישט פארשטיין ביז די וועסט אי"ה אליינס זיין א טאטע.

אבער אפילו די פארשטייסט עס נישט, זאלסטו עס כאטש וויסן, איך און מאמי, טוען אסאך מער פון די מערסטע וואס מיר קענען, כדאי עס זאל זיין גוט פאר דיר, מיר געבן זיך איבער, מיר זענען זיך מוסר נפש פאר דיר!
מיר צורייסן אונזער שלאף כדאי דיר זאלסט קענען שלאפן רואיג.
מיר געבן אוועק אזויפיל פון אונזער באקוועמלעכקייטן, כדאי עס זאל זיין באקוועם פאר דיר.
מיר געבן אוועק פון אונזער צייט צו עסן, כדאי די זאלסט זיין זאט.
מיר געבן אוועק שעות פון אונזער ארבעט, כדאי אלעס זאל גוט ארבעטן ביי דיר.
מיר געבן אויס אזוי פיל געלט כדאי פאר דיר זאל גארנישט פעלן.

מיין קינד, איך וויל פשוט זאלסט עס וויסן. און געדענקען אויף אייביג. געדענק אז דיין טאטע מאמע טוען אלעס אז פאר דיר זאל זיין גוט. אפילו ווען עס קוקט נישט אויס אזוי גוט, ווי די מיינסט אז עס דארף זיין.....

און די זעלבע - און נאך אסאך מער - איז כלפי די רבון העולמים. אלעס וואס ער טוט איז גוט! אלעס! אפילו ווען עס קוקט נישט אזוי גוט, אפילו די מיינסט אז ס'וואלט געקענט זיין בעסער, אפילו ווען אין דיינע אויגן איז אלעס טונקעל, שווארץ, שלעכט, זאלסטו וויסן אז אלעס איז גוט, און אלעס איז לטובה! איי, ס'קוקט נישט אויס? נו נו.... געדענק א כלל, נישט אלעס וואס די זעהסט און וואס די פארשטייסט, מיינט אזוי איז עס.

סאו, מיין טייער קינד, האסט קוים אנגעהויבן דיין לעבן. ס'העט נאך נעמען יארן ביז די וועסט ליינען די בריוו. אבער זאלסטו וויסן אז דאס אלעס האב איך, דיין טאטע, געשריבן אין די היינטיגע דאטום, ב' תמוז תשפ"ד, 9 טעג נאך וואס די ביסט געבוירן.
איך האב דאס געשריבן, מיט הארץ און געפיל, צו דיר מיין טייער קינד - קיין נאמען האסטו נאכנישט, אבער מיין קינד ביסטו נאכאלס!

געשריבן מיט פיל פיל ליבשאפט און אהבה,
דיין טאטע

נ.ב. איך האב נאך גאר אסאך צו שרייבן, און איך שפיר ווי זאכן זענען געשריבן געווארן אנדערש ווי מיין לכתחילה'דיגער פלאן... איז אפשר איין טאג וועט מען נאך משלים זיין אי"ה.
די עבר איז - זכרונות,
די עתיד איז - דמיונות,
די הווה איז - נסיונות.


א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד

אניווערסערי? אשת חיל האט יומולדת? שיקט א רינגל פאר'ן כלה?
גראמען גמ"ח
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2751
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אוי באשעפער ! א גאלדענעם פעדער געשלייפט פון הארציגע מאטריאל !
.
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2378
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

הארציג ! הערליך געשריבן ! הייליגע ווערטער !

א ארטיקעל אויפצוהענגן אויפן פריזשעדער !
אוועטאר
סלינקי
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 12:49 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סלינקי »

הערליך, הערליך!

דאס קינד איז געבוירען צו געלונגענע עלטערן....
אוועטאר
א צווייטע מיך
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:00 pm
לאקאציע:אין טרעפיק

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א צווייטע מיך »

גאלד
.Don't get confused between my personality and my attitude
.my personality is who i am, my attitude depends on who you are
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

על ראשון ראשון.

קודם מזל טוב מזל טוב, דער אייבערשטער זאל העלפן דו מיט דיין אשת חיל תחי' זאלטס שעפן מלא חפניים אידיש נחת פונעם קינד, מגדל זיין צוזאמען לתורה ולחופה ולמעשים טובים לאורך ימים ושנים טובות!

און יעצט מטעם דאס שרייבן אויס, יאפס, א טאטע'ס הארץ ביים האלזן זיין ניי געבוירן קינד, ביז מען האלט נישט דארט איז פשוט נישטא קיין מציאות בעולם דאס צו שפירן. אשריך וטוב לך.

און יעצט, לויב און דאנק, לויב און בעט, לויב און דאנק, לויב און בעט. ווי דו שרייבסט גוט כרחם אב על בנים. די גאנצע רחמנות און אהבה וואס דער בורא האט משפיע געווען ביי עלטערן, איז צו לערנען פון דעם אז כן עינינו אל ד' אלקינו. עד הנה עזרונו וכו' וכו', עס גיסט זיך ארויס שירות ותשבחות צום טאטן אין הימל. הער נישט אויף צו דאנקען ווייל "מ'קען נישט" אויפהערן צו לויבן און דאנקן. קטונתי מכל החסדים. פלעין ווייל ער האט אונז ליב, זיין אויסדערוועלט פאלק, זיינע קינדער און שעפעלעך.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 11104
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

מזל טוב! אסאך נחת!
הערליך געשריבן!
בילד
האסט הנאה? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

טיף, הארציג, אמת׳דיג! און שיין געשריבן.
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

הערליך שיין
hoipt1
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 6:02 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hoipt1 »

דערמאנט מיר פון דעם
פאר די געסט א שטעך טראכט אפשר איז עס מחר
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5178
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

איינס אין די וועלט

יעדער קינד - מענטש
דארף דאס ליינען-וויסן-געדענקן



דער געפיהלן וואס דא ליגט וואאאף..
הלוואי קען איך שרייבן מיינע געפיהלן
לעצט פארראכטן דורך האסטו וועסטו אום מאנטאג יולי 08, 2024 2:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ס'ברענט א פייער viewtopic.php?t=69627

מ'דארף האבן א זכיה צו קענען העלפן א אנדערע איד
אוועטאר
פראפעסאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

א שטיק הארץ!
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

איך האב נישט קיין ווערטער!

א שטיק הארץ!
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

איך בין מודה ומתודה זייט איך שרייב אויף אייוועלט סאמ האו באמערק איך ווי שיין מיינע ארטיקלען זענען מער ווי א צווייטענס ליידער אזוי טראכט א מענטש אמאל
אבער ליינענדיג דאס... איך בין שפראכלאז א שטיק הארץ איך האב ממש געפילט די טרערן וואס איך האב פארלאזט ביים געבורט פון מיינע קינדערלעך ני''ו וואוו שכח א מאסיווע טעלענט דאס קען מען נאר שרייבן ווען מאיז באמת אונטער די רושם (און די אידענע איז אויף קימפעט סאמווער ווי דו דארפסט נישט העלפן)
משה בעלז
שר האלף
תגובות: 1407
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2017 2:26 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה בעלז »

Wow! מזל טוב! מייסטערווערק!
מיר ווינטשן אייך א ברכת מזל טוב, איר זאלט שעפן אסאך נחת פון עהם און ער פון אייךַַ. אמן!
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @חברונער און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
אוועטאר
זילבער פיצער
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 1:48 am

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבער פיצער »

מזל טוב! מיר צוגעברענגט צו טרערן, א קנויל און האלז שפיר איך נאכאלץ. אזוי גוט ארויסגעברענגט די געפילן😭

זאל דער אויבערשטער העלפן אז די זאלסט זוכה זיין איהם גרינגערהייט אויפצוצוהן לתורה ולחופה ויר"ש ולמעשים טובים און די זאלסט זוכה זיין צו זעהן אסאך נחת און ער זאל זיין א ריכטיגע ברא כרעי דאבוהאון דער לעכטיג נשמה'לע זאל זוכה זיין צו גיין אין די וועגן פון זיין גרויסן פאטער אין זיידעס ביז די הונדערט און צוואנציג יאר געזונטערהייט.אמן!
אוועק מיט אלע אינספיראציע'ס,
לאז בלויז דיינע מעשים אינספירירן אנדערע.

קען זיין אז דו קענסט אנגיין מיט ווייניג שעה שלאף א נאכט,
אבער דיינע ארומיגע קענען נישט, אזוי אנגיין מיט דיר...
אוועטאר
על פי פשטות
שר חמש מאות
תגובות: 584
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

מזל טוב מזל טוב!

דער אייבירשטער זאל העלפן אז די טאטע זאל טאקע אייביג ווייטער זען אסאך נחת, און ווי אויך דער קינד זאל זען אסאך נחת ביי זיך פאר לאנגע געזונטע יארן!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
דער אינגערמאן
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 12:24 pm

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער אינגערמאן »

הערליך!
זייער זייער קונצליך!
כ'ווארט קוים פאר די חדר פירן...
אינגערמאן, כ'ווארט דיר ביים קארנער!
צו טרעפו דעם אינגערמאן פנים אל פנים!!!
מילדי העברים
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 11:26 am

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מילדי העברים »

מזל טוב.

לייג אוועק די לינק אז דיין קינד זאל עס קענען ליינען.
ותחמול עליו ותאמר ''מילדי העברים'' זה
את פתח לו האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 12:40 pm

אין א סייד נאוט, אויב דו קענסט נישט פארנעמען די היץ, גיי ארויס פון קאך!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10289
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע:ערגעץ אנדערש

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

🔥רירנד!
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

הערליך!
די גייסט קאמפיטישן מיט @ווייטאג ???
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

יש משהוא!
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

איין קליינע זייטיגע הערה'לע:
ס'מוז זיין אז די בעבי איז אביסל געל...

איז אזוי:
ס'הייבט זיך אן "די ביסט קוים 9 טאג אלט".
ס'ענדיגט זיך "קיין נאמען האסטו נאכנישט".

אויב איז עס א מיידל, וואס מיינט די ערשטע שורה "א בריוו צו דיר, מיין טייערע זוהן ני”ו".
אויב איז עס א אינגעל, פארוואס האט ער נאכנישט קיין נאמען אויב ער איז שוין 9 טאג אלט....

נאר א ווערטעל...
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

די געדאנק דערפון!
מזל טוב - לחיים!
הערליכע געפילישע שריפט!
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4981
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: א בריוו צו דיר, מיין פריש געבוירן קינד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

מורא'דיג!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”