א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

א בריוו וואס א חבר האט מיר געפארווערדעד, ס'איז אמת יעדע ווארט, ער האט עס אנומלט געשריבן צו זיין בחור'ס מנהל און מיר ערלויבט עס צו פאוסטן:

לכבוד....... שליט"א

איך האב אצינד אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט אייך, אייגנטליך נישט יעצט [דריי אזייגער פארטאגס] נאר עטליכע שעה צוריק. און זינט דעמאלטס זיץ איך און וויין, כ'קען נישט אויפהערן. מיין מוח ווירבלט מיט א געמישעכסץ פון בילדער, געוויסע ליכטיגע, און געוויסע טונקעלע, און געוויסע גאר שווארצע.

מיין בחור האט געהאט א היבש שווערע חדר יארן, מילד גערעדט

ישיבה קטנה איז געווען זייער טשעלענדזשינג. די ישיבה האט זיך געריסן מיט אים און כ'האב פראבירט וואס כ'האב געקענט, כ'האב צו זיי קיין טענות נישט געהאט, כאטש כ'וואלט געוואלט זיי זאלן זיך צו אים אויפפירן איידעלער, אבער כ'האב מיין תכשיט'ל אויך אביסל געקענט.

ישיבה גדולה ערשטע יאר איז געווען געפערליך, כ'ווייס נישט ווער ס'איז שולדיג, אבער מיין בחור איז געווען אין א קלעם.

ווען ס'איז געקומען צו ישיבה גדולה צווייטע יאר, האב איך אייך -מנהל שליט"א- זייער אסאך געפעיגערט אנצונעמען מיין בחור, כ'האב שוין געוואלט אויפגעבן אבער געוויסע עסקנים האבן מיר גע'עצה'ט נישט אויפצוהערן, ווען מיין זון האט ענדליך -נאנט צום התחלת הזמן- באקומען דעם נתקבל אין אייער "גוטע" ישיבה, האב איך זיך ניטאמאל געקענט געהעריג פרייען, ווייל כ'האב געציטערט ווען אייער פאון קאלל וועט קומען מיט טענות אויף אים.

אצינד איז דער פאון קאלל אנגעקומען... איר האט מיר מבשר געווען אז ביים פארהער פון א היבש שווערע מקצוע, האט מיין זון אמתדיג גוט געקענט, איך האב אייך נישט געוואלט גלויבן, און שוין געווארט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, אויפן "אבער" וואס וועט קומען נאכן קאמפלימענט, אבער ניין, איר האט מיר פארזיכערט אז נאר דאס האט איר געוואלט.

איך, וויסנדיג אז אייערע כוחות הנפש מיט כיטרע מהלכים וואס איר האט אינוועסטירט אויפצוהייבן מיין זון, און פון די שוועריגקייטן וואס מיין זון האט אייך גורם געווען, פון וואס איר האט ניטאמאל געמענשענד, האב נישט געגלייבט וואס איך האב געהערט, אבער נאך אייער אראפלייגן דעם טעלעפאן, האט מיר באהערשט א אויסטערלישן געוויין.

...וויינענדיג אויף אלע שוועריגקייטן וואס כ'בין מיט אים אדורך און דאנקענדיג כביכול פאר אייך מאכן דעם גוטן שליח,

כ'האב שוין לאנג געזען אויף מיין בחור אן ערנסטן שינוי, כ'האב אבער אגאנצן צייט געציטערט אז ס'איז נאר מיין איינרעדעניש. אצינד האט איר דאס באשטעטיגט.


איך קען אייך גארנישט באצאלן, נישט נאר ווייל איך פארמאג נישט קיין געלט, נאר אויך און בעיקר ווייל דאס קען נישט באצאלט ווערן, איך קען אייך נאר ווינטשן איר זאלט אלעמאל זיין אזוי פריילעך נאכן אראפלייגן דעם פאון מיט אייערע קינדערס מנהלים, ווי איך בין יעצט.


אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

כמנהל הזה ירבו בכלל ישראל
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
איך שיהיה
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 05, 2016 3:56 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך שיהיה »

אה א מחיה פאזיטיוו ב"ה
פעם התבטא כ"ק מרן מהרי"ד מבעלזא זי"ע ואמר בדרך צחות שעשיו דיבר יודיש כמו גוי שאמר ולמה זה לי בכורה שפירושו 'פארוואס דאס מיר בכורה' - (אוצר מאמרים משולחן רבותינו א' עמ' 222)
טלית גדול
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 11:25 am

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טלית גדול »

אויסטערליש הארציג! אסאך אידיש נחת!
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

זייען שיין.... מבשרי אחזה.... איך פיל אקוראט די זעלבע טיילמאל ווען כ'באקום קאמפלימענטן פון מגידי שיעור... ב"ה

@פרומע לבוש ביטע ליין די אשכול.😄
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

פארוואס האב איך טרערן יעצט?
intellectual
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

א דאנק אייך פארן פאוסטן!

אביסל אפיטימיזם צווישן אזויפיל נעגעטיווע און טרויעריגע אשכולות.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

נישטאמת האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 12:53 am
פארוואס האב איך טרערן יעצט?
ווייל סאיז וועי פעסט יור בעדטיים.
אוועטאר
רבי מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2022 7:01 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי מיילעך »

ענדליך, אביסל פאזיטיוויטי👍
דאס לעבן איז נישט גרינג, א פעקעלע טו איך שלעפן. טאטי פארוואס? - דאנט ווארי סאיז אלעס לטובה . // אבער טאטי, אבער טאטי איך וויל דיך עפעס זאגן… - פליק איט. // לאז געמאכט, רעד זיך נישט אזויפיל אפ, דזשאסט פליק איט און גיי ווייטער.. (קרעדיט: איינס )
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

WOW WOW WOW

דאס איז וואס איך קען זאגן...

#ספיעטשלעסס
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9719
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

נו, ווער ברענגט די בריוו וואס די מנהל האט צוריקגעשריבן?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

הלואי אזעלכע מנהלים אין אלע ישיבות
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

פונעם קעפל האב איך געמיינט אז כ'גיי מיטוויינען מיט דיר פאר גרויס צער, אבער דורכליינענדיג די ארטיקל בין איך געקומען צו זיך, אין בערך א שעה גיימיר עס איבערליינען בל"נ און לכאורה זיך מיטפרייען און פארלאזן א טרער פון שמחה פאר אייך (און פאר נאך אזעלכע מעשיות וואס איך קען, טאקע נישט קיין סאך, אבער ס'דא).
דברי חכמים כדרבונות
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6033
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אט אזוי!
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

הלוואי האבן מיר נאר אזלכע מנהלים ביי כלל ישראל!




יותר ממה שכתוב כאן יש פה...
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

על פי פשטות האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 2:27 am
הלוואי האבן מיר נאר אזלכע מנהלים ביי כלל ישראל!




יותר ממה שכתוב כאן יש פה...
הלוואי האבן מיר נאך אזלכע אשכולות אויף אייוועלט!!
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

הייליג!
זאלן די מנהלים וויסן וואס פארא כח זיי האבן!
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

לרבים השואלים

דער קעפל איז מיינס נישט פונעם אבי הבן
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4613
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

WOW!

כמותו ירבו בישראל! אזעלכע מחנכים דארפן מיר נאך!
אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך derech eretz »

יש מנהלים כשרים בישראל ב"ה, פונקט געהערט איבער א מנהל וואס די וואס דארפן באקומען א לא נתקבל באקומען א לענגערע קאלל פון אים ווי ער שמועסט זיך אויס מיט עלטערן הערט אויס און שיין מסביר די סיבה און מחזק וכו', הלוואי אלע אזוי.
גם העובד ד' ועוסק בתורה מן ההכרח שיעסוק גם במעט דר"ך אר"ץ - מאור ושמש פ' בחוקותי
..........
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

איך אלץ פשוט'ע און פלאטשיגע איד האב נישט די מינדעסטע אהנונג פארוואס יעדער איינציגער בחור דארף לערנען און זאגאר מצליח זיין אין מקצועות הש"ס והלכה, גרינגע צו שווערע, אבער אז די מצב איז ווי עס איז, פריי איך מיך שטארק מיט מיט דעם בחור'ל און זיינע עלטערן, הודו לה'! און שאפו פאר דעם מנהל החשוב!
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
קאכעדיגע
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 27, 2014 4:17 pm

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאכעדיגע »

ירוחם פישל האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 10:54 am
איך אלץ פשוט'ע און פלאטשיגע איד האב נישט די מינדעסטע אהנונג פארוואס יעדער איינציגער בחור דארף לערנען און זאגאר מצליח זיין אין מקצועות הש"ס והלכה, גרינגע צו שווערע, אבער אז די מצב איז ווי עס איז, פריי איך מיך שטארק מיט מיט דעם בחור'ל און זיינע עלטערן, הודו לה'! און שאפו פאר דעם מנהל החשוב!
זעט אויס ווי די האסט נאך נישט קיין בחור!
לאמיר זאגן אז ביסט גערעכט, אבער א בחור וואס איז נישט מצליח און ישיבה גייט זיכען אנדערע הנאות.
ווען מען זאל ווען האבן שכל און אפטיילן די ישיבות לויט די כשרונות, און עס זאל זיין א ישיבה פון עווריטש בחורים וואס מען לערנט קיצור שלחן ערוך מיט גרינגע מסכת, חומש רשי מיט מוסר, און אינטרעסאנטע יודישקייט זאכן אז די בחור זאל האבן א פילע קאפ מיט סיפוק, וואלט געווען א ישועה און וואלט געראטעוועט די דור, אבער ליידער ליידער איז נישט דא אזיינס, און אפילו אויב עס וואלט געווען וואלטן אסאך עלטערן נישט פארשטאנען אז זייערע קינד באלאנגט דארט, ממילא מוז די בחור מצליח זיין אדער גייט ער ח"ו טוהן עפעס אנדערש צו טרעפען סיפוק!!!
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

נישט געוויסט אז ס'איז דא בכלל אזעלכע מנהלים בתוכינו.
טאמס אפ!
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע:וואו סידא צועסן

Re: א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

איך פארשטיי אז משום גילוי איז נישט שייך צו זאגן א נאמען פונ'עם מנהל. אבער אזא מנהל דארף מען מפרסם זיין קבל תבל ומלואה!

עס איז א שווערע וועלט ברוחניות ובגשמיות, און פון די אנדערע זייט זייער א באקוועמע וועלט. עס איז פארהאן אסאך גוטע אידן ב"ה, אבער עס איז זעלטן צו טרעפן א מנהל פון א לעגיטימע פיינע ישיבה, וואס זאל אריינבייסן אין א שוואכער בחור וואס טיילט אים אויס ציפקע צרות, און אנשטאט בייז ווערן און אים שיקן ליפטערן נאך מיט רעכט, קריכט ער אריין אין דעם בחור'ס נפש, און ברענגט אים ארויף אויפ'ן סלם העולה בית ק-ל.

ייש"כ פאר'ן מפרסם זיין דעם בריוו, עס איז א חיזוק פאר אלע טאטע'ס, פאר אלע בחורים, און פאר אלע מנהלים.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אנגעזעצט
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 14, 2023 3:27 pm

א בריוועלע פון דיין בחור'ס מנהל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעזעצט »

לכבוד..... שליט"א

כ'ליין נישט קיין סאך און כ'שרייב נאך ווייניגער, אבער דיין אשכול האט מיר געצויגן רעדענדיג פון "מנהלים" האבעך זיך געגרייט צו דיפענדן "אונזער זייט", און דערווייל כאפ איך זיך מ'רעדט גאר פון מיר...

ווען כ'בין אריין אין חינוך (...) יאר צוריק אלס אן ענגליש טיטשער אין א שוואכע חדר. האבעך געמיינט אז איך בין אויף איין זייט פון די טעים, און מיין קלאס איז אויף די אנדערע זייט.
ב"ה מיט די הילף פון די 'בעסטע רבי' אין יענעם חדר האבעך זיך אויסגעלערנט אז
1. קיינער איז נישט דא קעגן מיך, כ'בין אויף מיינע תלמידים'ס זייט
2. זיי פאלגן מיך ווייל זיי פילן ווי שטארק כ'ליב זיי און כ'בין זיי מחשיב. זיי ווילן נישט פארלירן דעם טראסט אין מיינע אויגן (ווי צדיקים טייטשן. הוכח לחכם ויאהבך - זאג "ביסט דאך א חכם, דו קענסט טון סאך שענער" וכדו', וועט ער דיך ליב האבן.
3. יעדער אין די וועלט וויל די זעלבע זאך "ליבשאפט און עקסעפטן'ס". (נישט יעדער בעהט עס אזוי קלאר, און נישט יעדער הערט דעם הארציגן געבעהטן אזוי קלאר.) אבער חז"ל זאגן שוין "או חברותא או מ".
4. מ'קען נישט פארקויפן עפעס וואס מ'גלייבט נישט אין דעם, מ'דארף זיין גאר פארקויפט אין א זאך כדי מ'זאל קענען מעורר זיין אנדערע.
5. איך בין נישט דעם באשעפער'ס פארזארגער, ער זאל האבן גוטע בחורים וואס שטייגן. כ'בין דעם בחור'ס פארזארגער ער זאל שפירן גוט און זיין אין א גוט פלאץ. ווי זאגן חז"ל "אוהב את הבריות, ומקרבן לתורה" שטייט נישט אוהב את המקום ומקרב הבריות לתורה.

צוריק צו דיין זיסן בחור'ל. ער האט גלייך אנגעהויבן טשעלענדשן מיין פאוער און קאנטראל מיטן אפלאכן, נאכמאכן, וכדו'.
אבער גלויבט דעם באשעפער אז כ'האב נישט געפאלן פאר דעם. מיטן אמת'ע ליבשאפט און רעספעקט וואס כ'האב צו איהם זעה איך איהם ב"ה שטייגן מער און מער.

זאל די באשעפער אייך בענטשן מיט ישוב הדעת, אסאך נחת!



(כ'בין נישט דעם מנהל און נישט קיין מנהל. דעם בריוו האט מיך פשוט אריינגעפירט אין כאילו דעם מנהל'ס שיך)
לעצט פארראכטן דורך אנגעזעצט אום מיטוואך אוגוסט 28, 2024 6:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”