"זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

"זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

א גוט יאר אייך מיינע פריינט ענד דזשענטעלמען...

לאמיר אייך פארשטעלן מיין נייע ביזנעס געדאנק. מ'גיימיר אנהייבן שארן גאלד... פארשטייט זיך קודם העט מען סטראגלען אביסל, שאפן אן אינוועסטער, ארויפארבעטן די ביזנעס, און דאן אנהייבן פארדינען שיין געלט... און פון שיין געלט העט ווערן עשירות...

א נייע שטריימל... א נייע קאר... א נייע טלית בייטל... אלעס די טייערסטע מאדעלן... דאן העט מען בויען א רייכן פאלאץ אינמיטן שטאט... מנדב זיין א הערליכע ביהמ"ד גלייך נעבן מיין הויז וואו איך וועל זיין ראש הקהל... א בנין פאר די מוסדות העט אויך שוין מיטגיין... נאכדעם א וואקאציע הויז - אדער צוויי דריי... און אנצוקומען אהין ברויך מען דאך א פרייוועט דזשעט... און א רגע, א יאכט שיפל ברויך אויך צוגעלייגט ווערן צום עשירות פלאטע...

בקיצור, אן עושר, און אויף אזא לעבנסשטייגער אז דער בעל הקרעדיט קארד וועט זיך צו מיר דארפן חנפ'ען...

אבער איימעניט, לאמיר זיך אויפוועקן פון חלום א מינוט! העי! מ'האלט נאכנישט ביים עשירות!... סא לאמיר קודם אייך אביסל אויפוויקלען מיין נייע ביזנעס איידיע, און יו נעווער קנאו, אפשר וועט נאך פון דא איינער אויפקומען צו זיין מיין געלט שותף...

איז אזוי.

מיר אלע זענען באקאנט מיט'ן 2024 ווערסיע פון אונטערערדישע בונקערס... דארט וואו מען אנטלויפט זיך צו ראטעווען פון פליענדע ראקעטן... יא יא, דער אויטאמאטישער טעקסט מעסעדזש רעפליי וואס מען דרוקט פארלוירענערהייט ווען "די חברה" רופן אריין...

"די חברה" קען מיינען דער לענדלארד, ארבעטסגעבער, חברותא, שוויגער, אדער אפילו די אשת חיל...

"איי'ל קאלל יו רייט בעק" - און פארטיג. את נפשי הצלתי... יעצט זאל יענער ווארטן אביסל...

כדי נישט צו מאכן די זאך לאנגווייליג האבן די טעלעפאנען אן אויסוואל פון אויטאמאטישע רעפלייס, כ'קאל דיר שוין צוריק, סארי כ'קעניש רעדן שיק מיר א טעקסט, כ'בין ביזי יעצט, סארי אין א מיטינג, כ'קאל דיר שפעטער, וכו'... די מער פארגעשריטענע לייגן צו אייגענע רעפלייס, און די געשמאקערע חברה שרייבן אזעכע אידישע מעסעדזשעס ווי "צדיק, וואס מאכסטו? טשולדיגט כקעניש רעדן יעצט"... אבער הצד השוה שבהן; כ'קאל נישט צוריק באלד, כ'ביניש ביזי, טעקסט מיך נישט, הכל בטלין ומבטלין... נאר פשוט: איך האלט נישט ביים אויפהייבן יעצט!

מ'דרוקט אן אויטאמאטישע רעפליי און מ'האט אינזין צו פטר'ן די מרור. ס'דעלישעס.

האביך אזוי געקלערט צו מיר, שטעל זיך פאר ווען כ'קען האבן אזא אויטאמאטישע רעפליי אפציע אויף מיין קאר... אזא סקרין אויפ'ן הינטערשטן פענסטער, וואס זאל רעאגירן צו גערעגטע פייפערייען...

פארשטייט זיך מען דארף עס מאדיפיצירן לויט'ן געברויך, פונקט ווי ביים קאלן איז דא דער נערון קריכער, דער בעל חוב, דער טשערעדי קאמפיינער, די בני בית... און נאך, וואס פאר יעדע סארט קאל פארמאגט מען א צוגעפאסטן רעפליי, וועט עס דא אויך זיין אזוי.

ביים פייפן איז אויך דא אן אויסוואל פון פייפערס, פארהאן זענען די נערוועזע וואס זייער פייפער מאכט אזא דינע "פי-י-י-י-י-י-י-י-פ!!!!", די שיילערס וואס פייפן מיט אזא "פ-א-א-א-א-א-אפ!!!", די גרויסע טאטע וואס פייפן א שברים תרועה, און די אלגעזעסענע פייפערס וואס מאכן אזא הייזעריגע "עכעעהעכעהעכעע...".

פאר יעדן וועט זיין א צוגעפאסטע אויטאמאטישע רעפליי.

- ווען כ'שטיי ביים גרינעם לייט און די טרעפיק איז סטאק פאר סיי וועלכע סיבה, און דער נערוועזער זיידע פייפט מיר אריין א שברים תרועה, געב איך א דרוק אויפ'ן קנעפל "רבי איד! מ'קען נישט פארן יעצט!".

- ווען איך פאר פאמעליך און וואכזאם צוליב א גאס רעגן, און דער באפער פיקאפ טראק דרייווער שיינט מיר די היי-ביעמס, געב איך א דרוק "אינגערמאן!! דו הערסט אויף שאנטאזשירן?! איך וויל נאך לעבן!".

- א באזונדערע סארט רעפליי וועט מודיע זיין א "כהאב זיך אפגעשטעלט ווייל איינער קראסט!" אדער די שארפערע ווערסיע "האלא! מיינסט כהאב זיך סתם אזוי אפגעשטעלט?! נוץ דיין שכל!"

- ווען אינעם צעקאליעטשטן אינטערסעקשאן לאנט זיך עמיצער אן מיט קראפט אויף זיין פייפער און פרובירט עס הייזעריג צו מאכן וועט קומען א שארפערע רעפליי "דו אורח!! זיי שטיל!! הרף!"

- די מזכי הרבים וועלן האבן אזעלכע רעפלייס ווי "ס'דא א פאליציאנט... האלט זיך רואיג, בערל..." אדער "ווארט א רגע, כ'געב דא א היטש פאר עמיצן".

- די רייסערס וועלן האבן אזא בלינקעדיגע "הע הע... כאזיך אריינגעכאפט פון דיר..." אדער "נעקסטיים פאר אביסל שנעלער העט מען דיך נישט אריינקאטן".

מ'האלט נאך אינמיטן אויסארבעטן די דעטאלן... ספעציעלע סקרינס דארפן דעזיינט ווערן, און פארשטייט זיך ס'ברויך זיין גענוג שטארק פראטעקטעט אז העקערס זאלן נישט קענען זיך אריינברעכן און שרייבן אומווערדיגע לאזונגען...

טעכניש וועט עס ארבעטן מיט אזא קנעפלעך בארד נעבן דעם דרייווער'ס זיץ, א שטייגער ווי די לעלו קארס פארמאגן מיט'ן אויסוואל פון סיירינס...

לויט'ן פלאן וועט עס האבן א הכשר פונעם ועד, פארשטייט זיך מיט א שטארקע פילטער מ'זאל נישט קענען אליינס לייגן מעסעדזשעס וואס תוצאותיו מי ישורנה... די השומרים אקטיוויסטן ארבעטן אויף א מהלך פון פאפירער רעפלייס צו מונע זיין טעכנאלאגיע באנוץ - דאס וואס ארבעטן דורכ'ן אריינזעצן א קינד אינעם טראנק מיט א זאק שילדן וואס ווען דער טאטע וועט ווילן רעפלייען וועט ער שרייען "יענקי! ווייז אים שילד נומער 4!"...

עניוועי, מיר האלטן אינמיטן דעזיינען אונזער איידיע, דערווייל העליך אייך בעטן, מיינע פריינט, קיינער זאל נישט גנב'ענען דעם איידיע פון מיר! איך ברויך דעם יאכט שיפל!

א פרייליכן זונטאג.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 13774
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

פופצי! פופצי! פופצי!!!!!
בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
שטענדיגרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:37 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיגרייט »

אוועטאר
דער עסקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

ס'איז שוין דא אזא זאך...
אוועטאר
מקווה איד
שר שמונת אלפים
תגובות: 8511
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 16, 2017 4:53 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקווה איד »

@פופציגער קיפ איט קאמינג!!! לאוו איט!!!!!!
אוועטאר
דער עסקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:44 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער עסקן »

דער עסקן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 3:45 pm
ס'איז שוין דא אזא זאך...
נישט מיט ווערטער אבער מיט emoje's...
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4335
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »



אינזער אלטע פופצי איז דא מיט א פרישקייט
לעצט פארראכטן דורך קרית יואל פלייש אום זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 3:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

ה-ה-ה-א-א-א-א-א!!!!

יו האביך געשמייכלט פופצי, טענקס!

ווען פופצי פיייייייפט, פייפט ער א גוטס!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

ווי קען מען קויפן שעירס???

א נאמען האסטו שוין??
פַאפתָּ לרעך כמוך
איך פארקויף דיר די נאמען פאר 25.5% שעירס פון די קאמפאני
געדענקען צו פארגעסן
אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

איך האב שוין לאנג געטראכט פון די NEED אבער אזוי גאונ'יש אראפלייגן? יוש ביסטו גיט.
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
ראשעשיווע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 28, 2020 11:32 am

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראשעשיווע »

אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ראשעשיווע האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 4:17 pm
גניבה איז ביי זיי גארנישט???
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

ווי איז @וויכטיג מאכער ... האסטו די אימפעקט פון אייוועלט... נארוואס געשריבן, און שוין, אפאר יאר צוריק, האט עס איינער אויסגעפירט למעשה...
לעצט פארראכטן דורך פופציגער אום זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 4:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3457
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

@פופציגער טייערע!!
ס'א מורא'דיגע איידיע!! וועסט אבער נאך אריין טשעקן אין אייוועלט אלץ עושר?

געדענק! כ'בין אלעמאל גוט געוועהן מיט דיר!...
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

יוחנן כהן האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 4:21 pm
@פופציגער טייערע!!
ס'א מורא'דיגע איידיע!! וועסט אבער נאך אריין טשעקן אין אייוועלט אלץ עושר?

געדענק! כ'בין אלעמאל גוט געוועהן מיט דיר!...
אודאי, די ערשטע זאך אלץ עושר קויפט מען אויס אייוועלט... שוין אפגעשמועסט מיט די חברה...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7304
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

הא הא א גאונ'ישע געדאנק!
די וויכטיגסטע מעסעדזש "לעש אויס דיינע פריקן היי ביעמס"!
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

מ ע ש ו ג ע נ ע ר דו!!
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
אוועטאר
יענקעלע סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 03, 2023 6:14 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע סוחר »

😅😅

איך האלט מענטשן דארפן זיך אויך ארום דרייען דערמיט
"דו אורח פאר נישט ווי קיין חי', לאמיך קראסן"
אוועטאר
שטענדיגרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:37 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיגרייט »

ביזדערווייל ווילאנג @פופציגער ארבעט אויס די איידיע, וועל איך ארויף לייגן א הענטשיך אויף מיין בעק ווייפער, אין ווען איינער פייפט וועט מען אנצינדען דעם ווייפער אין ווייזן ביי ביי....
לעצט פארראכטן דורך שטענדיגרייט אום זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4129
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

וחמשים עלו. פירש"י מזויינין
א געשפעט האב איך
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

עס איז מיין איידיע נאך פון יארן צוריק, איך האב עס שוין געזאגט פאר אסאך מענטשן, עס איז לכאורה אנגעקומען צו דיר...

מיין ערשטע געדאנק איז געווען א 'טענקס' נאכן אריינשניידן אין אן אנדערע לעין אדער 'ברעיק!' אין פאל פון נויט

למשעה האבן אלע פאליצייאישע קארס דעם סקרין סא עס איז נישט אזוי רחוק מן השכל...
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9977
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פופציגער »

בן איש חי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2024 4:42 pm
עס איז מיין איידיע נאך פון יארן צוריק, איך האב עס שוין געזאגט פאר אסאך מענטשן, עס איז לכאורה אנגעקומען צו דיר...

מיין ערשטע געדאנק איז געווען א 'טענקס' נאכן אריינשניידן אין אן אנדערע לעין אדער 'ברעיק!' אין פאל פון נויט

למשעה האבן אלע פאליצייאישע קארס דעם סקרין סא עס איז נישט אזוי רחוק מן השכל...
אקעי, איך גיי שוין עכט יאאאאדזש... כאשוין אפילו א דין תורה...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 27058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

פופציגער כשמו כן הוא.... א ארטיקל א פיפיקער.....
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

חחחח. גוט ארופגעלייגט
העפי סאנדעי @פופציגער
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: "זיי שטיל דו אורח!" - אויטאמאטישע קאר רעפליי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

צוקאש @פופצי
קום מיט געדאנקען מער אפט....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”