Re: דעת הרה"ק מסאטמאר זי"ע בענין רעגירונג'ס פראגראמען
איך זאג נישט וואס איז יא אדער נישט געווען. ווייל איך ווייס נישט. איך זאג סך הכל, אז מיט ברוך אברהם'ס ווערטער שטומפט עס בעסער ( נאך בעסער איז די ווערסיע פון @וואטקע. איך פארשטיי נישט קלאר די ריקארדינג)א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:32 pmאון וואס איז מיט דעם וואס @יאנאש זאגט עדות אז ער געדענקט וכו', און מיט דעם פאקט אז ר' מ"מ ישיבה האט אלס גענומען?יוד האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:30 pmס'איז נישט ברוך אברהם אנטקעגן ר' משה מנחם, ס'איז ברוך אברהם אנטקעגן א איד דא פון אויפן וועלטל. ברוך אברהם זאגט ער האט דאס מער ווי איינמאל געהערט, ער האט נאר געזעהן די רבי זאל דאס אויך זאגן פארן דיין.א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:07 pmווי איינער האט דא געברענגט האט ר' משה מנחם עס געלייקענט. ער איז אריין צום רבי'ן צוזאמען מיט עם.זיי פריילאך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג מאי 23, 2024 5:05 pmברוך אברהם פערלמוטער ממאנטריאל
ווי ער שמועסט אויס אינצווישען אז די רבי אליין האט אים מסביר געווען פינקטליך וואס ער האט מתיר געווען צו נעמען און פארוואס נאר דאס
https://drive.google.com/file/d/1x1BBcP ... sp=sharing
קיינער האט נישט געברענגט פון ר' משה מנחם א ריקארדינ"ג ווי ער זאגט אנדערש. גראדע אויב איז דאס איז אמת אז ער האט נאר געלאזט די עלטערען נעמען לאנטש-פראגרעמס ( ר' נתן יוסף זאגט אז דאס איז געגאנגען דורך די עלטערען ) און קעמפ, דאן איז דאס אויפוויזן פון אונז נישט אזוי שווער צו פארשטיין.
איך געדענק נישט וועלכע עדות פון יאנאש דו מיינסט, אפשר ברענגסטו דא? איך ווייס אויך נישט פון וועלכע פאקט דו רעדסט. אין סאטמאר האט מען אויך גענומען, די שאלה איז נאר וואס מ'האט גענומען. לויט ווי ב"א זאגט אז די רבי האט נישט געלאזט פאר חינוך און יא אנדערע פראגרעמס. דאן קען זיין נאר אזעלכע האט מען גענומען אין מאנטריאל.
קאלידש פראגרעם אויב האט מען גענומען איז דאס לכאורה נישט אין איינקלאנג מיט וואס ב"א זאגט. דארף מען הערן וואס ב"א זאגט...
ער איז געווען זייער נאנט מיטן דיין, ער וואלט נישט געזאגט ברבים (מיין איך..?? ) בשעת ר' משה מנחם איז לפי דעתו עובר אויף וואס ער האט געהערט פון רבי'ן, אז ר' מ"מ האט דאס געהערט! קען זיין עס איז דא א פשוט'ע חילוק, אדער הסבר. אדרבא זאל מען קלאר מאכן.