Re: אקטועלע אנאליזן מיט הרב אליעזר קרויס-קול מבשר
100%זוכה האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 11:09 pmאין אז מען רעדט שוין, איז וויכטיג צו וויסן אז ווען א רב וויל נישט אונטערשרייבן א קול קורא קעגן יומען העיר שייטלען, מיינט נישט אז ער האלט אז ס'איז מותר,(כאטש ס'קען זיין), ס'מיינט אז ער וויל נישט אינטערשרייבן.
ווייל ער האלט אז די קול קורא דארף נישט ארויסקומען, און ס'קען זיין אסאך סיבות פארוואס ער האלט אזוי.
ווי כ'האב געהערט פון א רב אז אזעלכע זאכן זענען ביי אים שכיח צוליב כמה סיבות ובתוכם אמאל איז דא א רב המתיר\האוסר וואס די רב (מיט וועם כ'האב גערעדט) פילט - מחמת דרך ארץ - (אגב זייער א איידעלע רב) אז ער איז נישט יענעמ'ס בר פלוגתא און פאבליק - אבער פריוואט פאר שומעי קולו וועט ער קלאר זאגן
נאך א סיבה צומאל צוליב וואס ער קען נישט חתמנ'ן אויף די סגנון און לשונות פונעם קו"ק כאטשיג צום ענין איז ער מסכים און אין אזא פאל וועט ער טאקע אויכעט זאגן פריוואט זיין דעה פאר ווער ס'פרעגט ויש עוד סיבות