די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

ניש מער געדאכט איז מיר איין טאג אויסגעקומען צו פארן אויף דעי רייד וואס מאכט דיר הענגן פון אויבן אראפ פאר אפאר שעה אין א צי.. יאפ, איך בין געפארן מיט דעי וואגן וואס פארט אויף דריי רעדער און א מאפלער.. אבער נישט סתם א גרינע מאפלער, נאר א מאפלער וואס מעלדט איין פאר צוויי שטאטישע גאסן אז ער פארט אויף דיזעל. חוץ דעי קולות וואס ער געבט ארויס געבט אזא מין גרויליגע שמעק אז דלפון המן'ס זון וואלט ארויסגעקומען פון קבר.. איך רעדט נישמערניש וויינבערגער פון די וויליאמסבורג/בארא פארק באס... פוי!.

איין זאך וואס איך האב זיכער אויסגעפינען אינמיטן פארן אס דער סטאפט מער ווי ער פארט... דעי באס מאכט אזעלעכע האטשאוס ביים סטאפן, און דער מאכט פערצופאל א יעדע צווייטע סקונדע אזא פיאפטש..פיאפפטש..פיאטשששש.. און פארט נאך א פיס און עודך, פיאטששש..פי_יאפטש. דער סטאפט מער ווי ער פארט. ממש נפלאות הבורא.





איך קלעטשער מיך ארויף אויף דעי באס. וואס זעט מער אויס ווי א מאנקי באר מיט פיר רעדלעך פון אינעווייניג. פון אלע זייטן לויפן אזעלכע זילבערנע פייפס און אויף דעם הענגט אראפ אזעלכע ראבענע לעכער וואו די מאנקיס וואלטן זיך געדארפט אנכאפן..

איך זעץ מיך אראפ אויף דעי בלויע זיצן, וואס מסתמא האט מען דעיס ארויסגע'גנב'עט ביי די פארריגע ריאטן פון א פאליק סקול.. ווייל דאס האט אויסגעזען ווי פובליק סקול בענקלעך.

ענדליך זעץ איך מיך אראפ הערעך "דששינג דזשאמפ פין דזשעקס דזשעלאפינאו פאנקי דא".. איך גיב א הייב אויף מיין קאפ און צוויי שמאלע לעכער וואס אין דעי לעכער טענה'ן סייענטיסטן אז דארטן ליגן די אויגן פון כינעזישע קוקן אויף מיין נאז. דער קוקט מיר אזוי אן.. איך מאך אויף מיינע אמעריקאנע גרויסע אויגן און איך קוק אויף צוריק.. יו, (סטאפ פאר א סקונדע) ניד טו פעי, אר אוף דע באס.. איך נעם ארויס דעם גלאטן צוואנציגער וואס איך האב אים פריער געוויזן, "סיר יו כעוו דזשענדזש?." נאו! גיוו מי פייף.. אקעי, איך גיי דיר שוין אנפייפן געב מיר נאר א מינוט זיך צו מאכן גרייט צו אנטלויפן...

איך שלעפ ארויס בלית ברירה פינעף סינגלס און איך געב אים עס אהין.. אבער דא קומט די שיעור אין הלכות אמן באס.. "סיר, אנלי פייף. נאו טווענטי ענד נאו סינגל". איך האב מיך אריבערגעריקט צום אחד קעגן איבער מיר און איינגעטוישט דאס צוואנציגער און זיך צוריק באזעצט אין דעי הארטע זיץ.

ענדליך הייבט די פיל אנגעפאקטע באס אן צו פארן מיט דעי הונדרעטע בחורים און טאטעס.. אויפן רגע האבן זיך יעדעמ'ס אויגן פארמאכט און צוביסלעך האט יעדער איינגעשלאפן.

ווי שיין איז געווען צו זען ווי יעדער שלאפט אויף א רידעם... די קאפ פאלט אזוי אראפ אראפ טיפער און טיפער, נידריגער און נידריגער.. אבער די רגע וואס די טשין האט אנגערירט די האלז האט עס ווי א שטארקע מעגאנעט אויפגעשפרונגען און צוריק ארויפגעווארפן ביז אויבן.. און עודך, די קאפ הייבט אן צו פאלן און פאלן...

נאך אזא צען מינוט האבן זיך מיינע אויגן זיך אויך אונטער געגעבן און סהאט זיך אנגעהויבן צו פארלעשן.. דעי בחור וואס האט זיך אנגעכאפט אינפארנט פון מיך אויפן מאנקי באר האט מיר פריער געהאט געגעבן זיין בעג, אלנפאלס האב איך געהאט גאר א באטעמטע קישן אויף וואס זיך צוצולייגן... אבער דא איז עס געשען.. די וואקן מיט די באקסעדיגע רעדלעך האט געמאכט א שארפע רעכטס און דעי גראבע בחור וואס איז געשטאנען אינפארנט פון מיך האט זיך געטראפן שלאפן אויף מיינע שלאפעדיגע פיס... אלעס איז געפלויגן. יעדער איז געליגן איינעם אויפן אנדערען און אזוי געדרימלט. סהאט אויסגעזען ווי די בארא פארק באס האט שוין באנק בעטן פאר די שלאפעדיגע...


ראבויסייי פוי!! ווי ניד דאנעלד טראמפ בעק עי_סעפ!! אום איך בעט פון די אידישע עסקנים, ווי @יאנאש און @קלאָצקאָפּ אז זיין זאלן טון זייער ארבעט. טענקס.
אוועטאר
הינגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3864
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 11:46 am
לאקאציע:אויפן טיש

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הינגער »

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3172
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15891
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

חיריק האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 2:31 am
אום איך בעט פון די אידישע עסקנים, ווי @יאנאש און @קלאָצקאָפּ אז זיין זאלן טון זייער ארבעט. טענקס.
דאס איז פארלאנג צו ריקן דעם אשכול צום קרעטשמע פארום?...

אוועטאר
חיריק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:22 pm
לאקאציע:נעבן די טראק אייער

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיריק »

יאנאש האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 8:53 am
חיריק האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 2:31 am
אום איך בעט פון די אידישע עסקנים, ווי @יאנאש און @קלאָצקאָפּ אז זיין זאלן טון זייער ארבעט. טענקס.
דאס איז פארלאנג צו ריקן דעם אשכול צום קרעטשמע פארום?...

אנטשולדיגט, אבער ווישט אייך ארויס דאס נאז ווען מ'רעדט צו יאנאש די מנהל און נישט צו יאנאש די ניק.
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6871
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

שיגנער די...

איך האב געהאלטן אינמטון טרינקען... יוי דעס האט וויי געטון
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17440
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גערעכט ביסטו שוין איינמאל.. פרעג נאר @מקובל אלוקי .. חיריק איז קעגן די ספירה פון נצח.. וואס גייט צוזאמען מיט אמן.. כמה שנאמר 'אמן נצח סלה ועד'.. וכדי שלא לבייש הייסט עס בדרך רמז 'אמן באס'..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

🤣🤣🤣

האסטו מיר געמאכט לאכן....

בד"וו. אנאליסטן טענהן אז באמת קען דעי באס נאר סטאפן. נאר כדי צו סטאפן, גיבט ער א פאר, און דאן קען ער סטאפן....
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: די אמן באס?! ס'איז די 'חיריק' באס!...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:24 am
גערעכט ביסטו שוין איינמאל.. פרעג נאר @מקובל אלוקי.. חיריק איז קעגן די ספירה פון נצח.. וואס גייט צוזאמען מיט אמן.. כמה שנאמר 'אמן נצח סלה ועד'.. וכדי שלא לבייש הייסט עס בדרך רמז 'אמן באס'..
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”