לעצטנס האבן מיר דא א שיינע פאר חברים וואס זענען ירושלמיער.
אזוי ווי איך האב שוין באמערקט עטליכע מאל אז די אמעריקאנער בויעס גלייכן די זכרונות און ירשלימער מייסאלאך, וויל איך דא עפענען א אשכול פאר אונזערע חברים מבני ציון קרתא דשופריא צו מיטטיילן זכרונות און אינטערסאנטע עפיזאדן פון זייער יונגט.
די אמת אז סאיז א טו-וועי, ווען איך הער אלס ווי דער מעריקאנערס דערציילן פון קעמפ דאיז מיר דאס זייער אינטערסאנט נאך וואס דאס איז א עקספיריענס וואס אונז ירושלימער האבן נישט מיטגעלעבט. אזוי האב איך לעצטנס געהאט ווען איך האב געשריבן פריוואט פאר איינעם איבער די אדזשואים שפיל (וואס דאס איז?, ווארט מיט געדולד...) האב איך אסאך צוריק געהערט פון די מעריקאנערס אז זיי באלעקן זיך מיט דעם ווען זיי האבן א געלעגנהייט אריינצובליקן אין די שפאלטענעס פון ירושלימער לעבנסשטייגער.
סאיז נישט מעגליך צו אפמאכן וואס מזאל שמועסן, ווייל אונז די ירושלימער כאפן נישט וואס דער מעריקאנער ווייסט יא אדער נישט אויף אונז, גייען מיר אנהייבן על דא ועל הא, און בעזר הבורא וועט דא ווערן א שיינער אשכול איבער די קינדערלאך און מייסאלאך פון ירושלים..
ויסעו, און די בני ציון המסלואים מפז ווערן געבעטן אריינצוקומען
די חברה זענען משפחת קרישבסקי פון ירושלים דער טאטע ר׳ פסח (וואס איז אטאקירט געווארן אין א שרעקליכע אטאקע אין ירושלים מיט אפאר יאר צוריק) פלעגט זיין דער ׳פויקער׳ אין די גוטע צייטן בימים ההם. שפעטער אי די פויקעראציע אריבער צום צווייטן דור, דער פיוקער זיין זון אברהם דוב (?), 2 זון זינגען , און נאך איינער וואס מאכט באס מיט די מויל, און פסח איז געווען אויף די ׳הגברה׳
זעה איך אז היינט צו טאגס האט מען פארשאפט א נייע דזשאב א בחינה פון חדש ימינו כקדם און ער איז אויפן ׳טומבאק׳
אויף רחוב בית ישראל גלייך אונטער די שטיבלאך איז דא (ריכטיגער געזאגט, געווען) א שיך סטאר, אן קיין נאמען אן קיין סיין, אבער יעדער האט געוואוסט דאס איז ׳נפתאלעס קלעיט׳
2.jpg (301.2 KiB) געזען 3050 מאל
1.jpg (154.2 KiB) געזען 3050 מאל
איך קען מיר נישט דערמאנען זיין לעצטע נאמען, ווען יא וועל איך קענען אפירזוכן בילדער פון איהם
אין די אינעווייניגסטע צימער איז געווען דער ׳שוסטער״ א ריכטיגן שוסטער מיט אלע געצייג פון די אלטע היים, די ״דבק מגע״ האט געסרחט, די רעדיא האט אייביג גארבעט אויף טויזנט, די ווענט זענען געווען אנגעקלעבט מיט אלע מינע בילדער, שטיקלעך פון צייטונגען וכו׳ ועוד.
ווען מאיז אריין דארט איז מען נישט ארויס אזוי שנעל, ווער ביסטו? אה איך קען דיין טאטע, און דיין מאמע דענק איך ווען זי פלעגט זיך שפילן מיט מיין שוועסטער אין שול, און דיין זיידע איז געקומען צו מיין טאכטערס חתונה, און ווען.... א מחיה געווען דארט.
דערצו איז ער געווען א שטיקל חזן, (ער האט פארגעזאגט די מעין מנין סליחות אין שטיבלאך), און דארט בין פטיש לסדן האט ער נאך גחזנט אויך.
כאטש וואס כאניש זוכה געווען זיין א ירושאליימער, אבער כ'אמיך געדרייט א לענגערע תקופה אין יעראשאלאיים, וועליך מיך זיכער באלעקן די קוגל, כ'מיין די פינגער'ס...
אין די זוממער פלעגט מען זיך שפילן מיט אדזשואים.. נו גיי זיי מסביר פארן מעריקאנער בויעס וואס דאס איז. מ׳האט גענומען די קערעלע פון די משמש.. דו ווייסט נישט וואס א משמש איז? א אפריקאט. און אפגעוואשן, און ס׳איז געווען לעבעדיג און שטעטל. די אג׳ואים קען מען סטארידזשן און די וואס האבן געהאט עלטערע ברודערס זענען געווען די עשירים פון שטאט מיט א קאלעקשן פון 4 5 טויזנט אג׳ואים, לעומתם איך וואס איך בין דער צווייטער אין די רייע האט געמוזט שווער ארבעטן און אריינרוקן יעדע נאכט דריי פיר פעקלעך משמשים צו קענען אנקלויבן אפאר פרוט.. איין מיען, אדזשואים...
ס׳איז געווען ממש א גאנצע ביזנעס וועלט, ס'האט אפילו געהאט זיין אייגענע סעזאן...
ווי נאר די שבועות קרעפלעך האבן זיך געענדיגט פארדייען האט מען ארויס געשלעפט די באקסעס און זיך גענומען צום מלאכה.
די סדר איז געווען אז כתה ח' איז געווען בעלאבאס אויפן האלוועי און פארקויפט סלאטס פאר כל המרבה במחיר. שטייצעך אז א בעסערע פלאץ האט געהאט א טייערערע פרייז, און א קארנער איז שוין געווען א ריעל עיסטעיט אינוועסטמענט. יעדער פלעגט אויפקומען מיט זיינע ביזנעס איידעס צו מאכן אפאר גרא...ג'ואים.
די מאסט גייענדע וועג איז געווען צו נעמען א שיך באקס און מאכן לעכער אין געוויסע סייזעס און ווער ס'האט מצליח געווען אריין צו ווארפן אינעם לאך האט באקומען זיין באלוין. די באצאלונג איז געווען (איך מיין אז ס'איז נאכאלטס.... ) געוואנדן אין די שוועריקייט לויט די גרויסקייט פונעם לאך, אזוי אויך ווי ווייט מ'איז געשטאנען פונעם באקס. לדוגמא די גרעסערע לאך האט מען געדארפט שטיין 3 בלאטאס (3 פיס) אוועק און אויב מ'האט מצליח געווען אריינצווארפן 2 אין איין ציה האט מען באקומען 4. די וואס מ'האט נישט מצליח געווען אריינצוווארפן איז געגאנגען פארן מוכר. אויב ביסטו געשטאנען 4 פיס איז ארויף די פרייז, אזוי אויך איז געווען קלענערע לעכער וואס מ'האט געברויך זיין א ציל שיסער, און דעמאלטס האט מען באקומען א זעקל אנגעשטאפט מיט גאנצע 100 אג'ואים.
שטייצעך ווען דו האסט מצליח געווען נאך 50 אז ס'איז אריינגעפלויגן האט זיך אנגעהויבן א טענעריי, דו האסט זיך צוגעבויגן, דו האסט געשטאנען צו נאנט, ויעלה צעקת הנגנב השמימה.
די האלוועי איז געווען א מארק כפשוטו פון אלע זייטן הערט מען קולות מקולות שונים ווען איינער פראבירט איבערשרייען דעם צווייטן, צוויי פאר פיר, איינס פאר הונדערט, גרינגע לעכער, ביי מיר קען מען שטיין נאנט, און פון צווייטן ווינקל הערט מען שרייען גנב, ולעומתם צוויי עדות וואס האבן קלאר געזעהן אז דאס איז געקומען פון זיין פושקע...
אזוי אויך איז געווען לאטעריס, ס'האט געקאסט איין אג'ו אריינצוגיין אין א גורל צו געווינען 100, אויף מארגן איז א צווייטער געקומען מיט סעיל פרייזן פון 1 פאר צוויי הונדערט און 3 גייסטו צוויי מאל אריין אין גורל.
אזוי אויך איז געווען די זעלבע זאך 'תן קח' א חלק איז געשטאנען תן דו דארפסט מיר געבן, און א חלק (על פי רוב נאר איינס פון מאה ויותר) איז געווען קח, איך דארף דיר געבן.
נאך א געים האט געהייסן 'זוג ופרט' איינער פלעגט האלטן אין זיין האנט א סכום אג'ואים און דו האסט געדארפט זאגן צו ס'איז א זוג אדער א פרט, א עדד אדער עיווען נאמבער, אויב האסטו צוגעטראפן האסטו באקומען און אז נישט האסטו געדארפט יענעם געבן וויפל ער האט געהאלטן. דא האט מען געקענט זעהן די מהות פון קינדער, די וואס האבן גענומען ריסקס צו גיין מיט פארמאכטע אויגן און שפילן אויף גאנצע הענט און צומאל גאנצע באקסעס, און דערנאך האט זיך געטון קאונטס און ריקאונטס... און מצד שני אזעלכע וואס האבן זיך אויסגענומען אז זיי שפילן נאר ביז 10 אג'ואים. אזוי אויך זענען געווען די רמאים וואס פלעגן באהאלטן צווישן די פינגער איינס און ארויס נעמען לפי הענין לטובתם..
און יעצט צום פארק... כתה ח' פלעגט ארום גיין צו אלע ריסייקל בינס און צאמנעמען אלע פלעשער און מאכן א בריכה (א פול), מ'האט פארמאכט א פלאץ, דרך כלל ביי די זייט פון סטעפס און די אנדער זייט פארמאכט מיט גרויסע פלעסטיק באקסעס און אנגעפילט מיט די פלעשער. יעדער האט געקענט צאלן און גיין ענדזשויען אינעם פארק, דארט איז געשטאנען א שומר מיט א טיימער און נאך א מינוט ארויסגעטריבן....
על-אף גילו (86), לאורך ימים ושנים טובות, ר' נפתלי בורנשטיין אינו שוכח שום פרט, ולו הקטן ביותר, מהשבי הירדני בימי מלחמת השחרור. התיאורים צבעוניים, התאריכים מדוייקים, הזיכרונות מלאי רגש, משל התרחשו אך אמש. בורנשטיין, או בכינויו בפי מכריו 'רֶבּ נפתלי', מוכר לתושבי שכונת בית ישראל כסנדלר פשוט, אולם מאחורי החזות הצנועה מסתתר סיפור חיים מסעיר.
אפשר לשבת עם ר' נפתלי שעות רבות ולשמוע על ירושלים של פעם, זו שהייתה בלי חיבור מסודר למים ולחשמל, זו שעדיין אינה מעכלת את שפע השכלולים בני ימינו. "יש דברים שאספר ואנשים לא יאמינו", הוא אומר בקולו הצלול. במשך 62 (!) שנה שימש בעל קורא, בעיקר בבית כנסת חב"ד בשכונתו.
היד התרסקה
בורנשטיין ירושלמי בנשמתו, ותמיד מזכה את מבקריו בסיפור עסיסי מהשנים ההן. הוא נולד בשכונת בית ישראל ולמד ב'חדר' המקומי. לקראת מלחמת השחרור התגייס ל'הגנה' והשתתף בקרבות הקשים בגוש עציון.
"לחמתי במנזר הרוסי נגד הירדנים והכנופיות הערביות שנעו לירושלים", הוא מספר. "ב-12 במאי הערבים התקרבו אל המנזר. הם חשבו שמולם ניצב כוח גדול, ולמעשה מנינו כשלושים חיילים. הירי גבר. לפתע נורה פגז אל העמדה שלי. ידי התרסקה. חשבתי שעולמי חרב עליי".
בריחה ניסית
בורנשטיין נמלט מהמנזר בדרך נס. "אמרתי למפקד שלא אוכל לגונן על עצמי בשל הפציעה הקשה, והוא אישר לי לסגת", משחזר בורנשטיין. הוא זחל רוב הדרך, וסביבו שורקים כדורים. "כשיצאתי מהמנזר, צעקו לי חיילים: 'נפתלי, יורים! הורד את הראש'".
הוא הצליח להגיע למשואות יצחק, מתייסר מכאבי תופת. שם בישרו לו כי כמעט איש מהלוחמים במנזר לא נשאר חי. הפציעה הצילה למעשה את חייו.
ירי ותהילים
אבל כאן הסיפור רק התחיל. לאחר נפילת הגוש נלקח בורנשטיין, עם עוד פצועים, למעצר במשטרת חברון. בהמשך הועברו לבית לחם ומשם לירדן. כל תחנה לוּותה בניסים רבים מספור. בורנשטיין מספר כי בחברון ראה שוטר גרמני: "השוטר נראה לי גרמני. החברים לא האמינו, אך כששמעו אותו מדבר גרמנית, אמרו לי שצדקתי. הוא דיבר בכעס, ואמר איך אנחנו, קומץ יהודים, מעזים להילחם נגד הערבים. 'הם יכולים לכסות אתכם ביריקות', התבטא הגרמני".
בשבי הירדני הוחזק תשעה חודשים, בתנאים קשים, שעליהם הוא מעדיף שלא להרחיב. בעסקת שבויים שוחרר עם עוד מאות שבויים. "כל שנה אני חושב על הנס שלי", הוא אומר. "אני נזכר ברגעים שבהם עמדתי ליד מכונת הירייה במנזר הרוסי ויריתי לעבר הקמים עלינו לכלותנו, בעודי אומר תהילים וחושב על הצדיקים. אני מברך על הנס הגדול שעשה עמי הקב"ה. הוא 'דאג' שאפצע ביד, אבל בזכות זה ניצלו חיי. לפעמים אדם חושב שעולמו חרב עליו, ורק מאוחר יותר הוא מגלה כי ניצל מדבר הרבה יותר גרוע".
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ולא שכחנו את הסנדלר הוותיק של שכונת בית ישראל - ר' נפתלי בורשטיין ('נפתולי' בעגה המקומית). אולי כאשר תדברו אתו על ירושלים הלחוצה ושטופת הדם בעידן המנדט תוכלו לשוחח אתו ארוכות. לא על המקצוע האישי שלו. הוא עושה את מלאכתו, ודיו.
את בורשטיין מכירים כולם בשכונה הירושלמית הישנה. הוא שוכן בחדרון ארוך וגבוה הסמוך ל'שטיבלאך' בית ישראל. על קירו תלויה תמונת הגרש"ז אוירבעאך זצוק"ל הגזורה מהעיתון של יום הסתלקותו. דמותו השפופה-משהו מסתירה, מתברר, הרבה הוד קדומים.
אבל לפני חודשים מספר, העסק הישן - ועמו הנוסטלגיה היפה – נסגר.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ער איז א כוכב שלא מעלמא הדין א חבר מיטן רחמסטיריווקא רבין און טענהט אז ער האט איהם פארשאפט זיינע צוויי קינדער, א זאך וואס מאנכע שווערן זיך אז סאיז טאקע זיין מופת
צו באשרייבן די אלע סארטן מענטשאלאך וואס דרייען זיך אין די ירושלימער געסאלאך קען טאקע נאר א פענע וואס ליגט צווישן די פינגערלאך פון 'איינס' באשרייבן, ייש"כ פאר דעם אשכול!
---- עטליכע בילדער וואס א חבר מיינער האט געכאפט דארט די טעג
ער איז א כוכב שלא מעלמא הדין א חבר מיטן רחמסטיריווקא רבין און טענהט אז ער האט איהם פארשאפט זיינע צוויי קינדער, א זאך וואס מאנכע שווערן זיך אז סאיז טאקע זיין מופת
איר וועט נישט גלייבן איך האב היינט אריינגעבאמט אין ר' יוסל אין מאנסי ווארשיינליך איז ער דא לצורך פרנסה די ערשטע מאל וואס כ'האב עם געזען גיין מיט די פנים פון פארנט!
ער איז א כוכב שלא מעלמא הדין א חבר מיטן רחמסטיריווקא רבין און טענהט אז ער האט איהם פארשאפט זיינע צוויי קינדער, א זאך וואס מאנכע שווערן זיך אז סאיז טאקע זיין מופת
איר וועט נישט גלייבן איך האב היינט אריינגעבאמט אין ר' יוסל אין מאנסי ווארשיינליך איז ער דא לצורך פרנסה די ערשטע מאל וואס כ'האב עם געזען גיין מיט די פנים פון פארנט!
אז סגייט פרשת בלק דערמאן איך מיר פון "בלעם'ס געסאלע"
אין ווארשעווער הייזער צווישן די אלע געדרייטע סטעפס איז געבליבן עפעס א שמאלע דורכגאנג און מיר פלעגן אהין גיין פרשת בלק צו מאכן א פועל דמיוני פון בלעם מיטן אייזל...
א בילד פון דעם געסאלע קען איך נישט טרעפן, אבער א בילד פון גלייך נעבן דעם האב איך יא געטראפן
---
דערמאן איך מיר יעצט אז אין מאה שערים איז אויך דא גאר א שמאלע גאס וואס מפלעגט אויך רופן בלעםס געסאלע רחוב גרשון הורויץ נעבן רב אלישובס שול אונטער ברסלס מאה שערים