חלה דעקל מיט חלות און שבת לעכט (5) (1).jpg (45.14 KiB) געזען 2037 מאל
מ'האט מבאר געווען אז ס'איז דא וואס זאגן אז אפילו ביי כלי שמלאכתו לאיסור וואס ס'איז נישט דא קיין הקצאה ווייל מ'קען זיך באנוצן דערמיט לצורך גופו אדער מקומו איז נאכאלץ דא א איסור בסיס.
כידוע, איז א כלי שמלאכתו להיתר אויך נישט מותר צו מטלטל זיין שלא לצורך כלל, מ'מעג עס נאר ריקן לצורך. אבער אוכלין און ספרי קודש איז מותר לטלטל אפילו שלא לצורך כלל, דאן שטעלט זיך די שאלה, וועט איינער זאגן אז אויב מ'האט אראפגעלייגט זיין רעקל אדער עפעס אנאנדער כלי אויף אוכלין פאר שבת און ס'איז געלעגן דארט ביהשמ''ש וועט עס ווערן א בסיס און נאר זיין מותר לטלטל לצורך ? אדער וועט מען עס נישט מעגן אראפלייגן אין שבת אלץ ביטול כלי מהיכנו ? אודאי נישט. איז וואס איז די חילוק.
די תירוץ לכאורה איז אז ביי כלי שמלאכתו לאיסור האט ער זיך עכ''פ מקצה געווען פון זיין עיקר השתמשות און כלפי דעם איז דא בסיס, אבער ביי כלי שמלאכתו להיתר איז נישטא קיין הקצאה בכלל און ס'איז מותר בלי שום פיקפוק.
מ'האמיר נאכנישט געענדיגט דיני בסיס, אבער מ'וועל מיר נעמען א קורצע ברעיק צו דן זיין בענינא דיומא און משלב זיין הל' מוקצה מיט פורים.
ווי יעדער ווייסט האבן חז''ל מבטל געווען צו ליינען די מגילה אויב פורים געפאלט אין שבת (קען זיך מאכן אין ירושלים עיה''ק וואו מ'ליינט ט''ו) זאגט דיפרי חדשאין ס' תרפ''ח א געוואלדיגע חידוש אז לפי זה וועט עס זיין מוקצה אויף שבת ווייל מ'טאר נישט ליינען דערין ! ס'איז א דבר שאינו ראוי.
אלעגדולי האחרוניםקריגן זיך אויף דעם ווייל מ'קען דאך לערנען פון א מגילה, זיך פארקוקן, מ'האט נאר מבטל געווען די קריאה. אבער מ'וועלמיר פרובירן צו פארשטיין אויף וואס זיין שיטה איז בכלל געבויט.
הרב@אוראייניקלהאט צוגעצייכענט א שיינע תשובה פון הגרי''ח זונענפעלד זצ''ל אין שו''תשלמת חיים(וואס אגב איז ער חושש לשיטת הפר''חאין ירושלים ווייל ס'איז אתרא דמר) וואס זאגט אז ווען שבת געפאלט אויף ט''ו האבן חז''ל געזאגט אז וויבאלד די עיקר השתמשות פון א מגילה איז אויף יוצא צו זיין מצוות קריאת המגילה דערמיט, ממילא ווען ס'איז אסור צו ליינען איז זיך א מענטש מקצה דערפון. דהיינו, סתם א שבת איז א מגילה עומד אויף לערנען וכו'' און ממילא איז נישטא קיין הקצאה, אבער שבת שחל בו פורים שיידט זיך א מענטש אפ פון זיין מגילה ווייל ער קען נישט ליינען דערין און ס'איז א מוקצה. וביותר לשיטתהראב''דועוד אז די עיקר טעם פון מוקצה איז אטו הוצאה און ביי מגילה האט מען שטארק חושש געווען אויף הוצאה ממילא איז עס אויך מוקצה.
אבער כ''ע מודי אז דיפר''חרעדט נאר אויף שבת שחל בו פורים.
זאגט אבער דיחתם סופראין שו''ת ס' קצ''ה אז אזא יאר ווי דאס יאר ווען פורים געפאלט אין זונטאג וועט לשיטתהפר''חאויך זיין די מגילה מוקצה אויף שבת ווייל בדיעבד שטייט איןשו''עאז מ'קען ליינען די מגילה פון פלג המנחה פאר ביינאכט, אויסער אויב פורים איז זונטאג ווייל ס'איז אסור צו ליינען די מגילה אויף שבת, ממילא לפי הפר''חוועט די מגילה זיין מוקצה ווייל ס'איז חל דעמאלטס די איסור חז''ל.
ווי גערעדט כמה פעמים, איז די עיקר טעם פון בסיס ווייל א מענטש איז זיך מקצה פון א זאך וואס ליגט אונטער א דבר אסור בשבת. ולפי''ז געבן די פוסקים כמה ציורים פון פעלער ביי בסיס וואס ווערט נישט מוקצה און מ'וועלן פרובירן צו אויסרעכענען עטליכע.
א זאך וואס ליגט אויף א צווייטן באקראי, כגון א מאנגל אין פלאץ. (מג''אש''ט)
מ'וויל מיר אויך באדאנקן אלע וואס זענען צוגעקומען צו אונזער שיעור וואס מיר האבן נאכנישט באדאנקט, כ''א בשמו הטוב יבורך, ה''ה הרב@issy@ליטווישער@דער יעניגער@את פתח לו@יאנאש@nobody@ איך הייק@שטויביג
מ'קען פארשטיין די צדדים לכאן ולכאן. פון איין זייט וויל ער ס'זאל ליגן דא צוליב די סערוויס וואס די חפץ געבט אים, אבער פון די צווייטע זייט איז די ציל ס''ה ס'זאל ליגן הויעך-האלט זיך עס ווען אין די לופט פון זיך אליינס וואלט אויך גוט געווען.
יש מחמירים ויש מקילים ובעת הצורך קען מען מקיל זיין.
אויב די דבר מוקצה איז דא צו משמש זיין די היתר און נישט אז די תכלית איז אז די דבר היתר זאל אונטערהאלטן די איסור ווערט עס נישט קיין בסיס.
ווי למשל, א יוד לייגט א שטיין אויף זיין טיש אין די סוכה אז די טישטוך זאל נישט אוועקפליען מיט די ווינט ווערט די טיש נישט קיין בסיס לדבר אסור און ס'איז מותר צו ריקן די טיש דורכאויס שבת.
ביז יעצט האבן מיר גערעדט איבער די אלגעמיינע סוגיא פון בסיס, מ'וועלמיר יעצט דן זיין איבער א פרישע פרט.
די סוגיא ווערט גערופן די סוגיא פון מוכני און דאס מיינט אויב די מוקצה ליגט נישט אויף די עיקר פון די כלי נאר אויף א זייטיגע חלק פון יענע כלי.
למשל אויב א מענטש האט א טאבלעט אין זיין טאש, א טאבלעט איז מוקצה מחמת חסרון כיס-אסור צו ריקן בכל אופן- ווערט יעצט די גאנצע בגד א בסיס ? ס'ווענט זיך. אויב איז די טאש א חלק פון די בגד גופא ווי למשל ביי א העמד הייסט עס ווי די מוקצה ליגט אויף די עצם הכלי און די גאנצע העמד איז מוקצה ואסור בטילטול אפילו אויב ער דארף אינמיטן שבת אנטוהן די העמד (ווילאנג ס'נישט קיין שכח). אויב אבער די טאש איז א כיס בפני עצמו, ווי למשל ביי א רעקל, הויזן, וכו'' איז די גאנצע בגד נישט מוקצה און ס'איז מותר אנצוטוהן, אבער ס'איז נישט מותר זיך צו באנוצן מיט די טאש זעלבסט וואס איז געווארן א בסיס למוקצה מחמת חסרון כיס. פארשטייט זיך אז די טאבלעט זעלבסט דארף ער ארויסשאקלען.
אויב ס'איז נאר געווארן א בסיס לכלי שמלאכתו לאיסור איז עס מותר בכל אופן ווייל לצורך גופו ומקומו איז דאך עס סתם אזוי מותר, און מחמה לצל איז נישט שייך דא.
די הלכות איז געזאגט געווארן באופן זה וואס די כיס איז א חלק פון די בגד-אינה נשמטת, אויב איז די טפל'דיגע חלק פון די כלי נשמטת, ד.ה. אז מ'קען עס ארויסנעמען-דיסקאנעקטן איז די הלכה אנדערש ווי מ'וועט זעהן אין די קומענדיגע הלכה.
די אויבנדערמאנטע דין אז כיס בפני עצמו איז נישט קיין בסיס איז נאר אויב די חלק הטפל פון די כלי איז אינה נשמטת- א חלק בלתי נפרד פון די כלי, אויב ס'איז נשמטת-מ'קען עס אראפנעמען איז עס געווענליך הארבער.
די סיבה איז ווייל די חלק הנשמטת הייסט א כלי בפני עצמו וואס ווערט נישט בטל צו די אלגעמיינע כלי, און אויב יענץ איז א בסיס לדבר אסור, און האלט אויך אונטער די גאנצע כלי איז די גאנצע זאך אסור.
ווי למשל, אויב איז דא א עמוד אין שוהל וואס האט א לעדל וואס מ'קען ארויסשלעפן, לאמיר זאגן א די לעדל כעת האט נאר מעטשעס, לעכט מיט פייער, ווערט די גאנצע עמוד מוקצה לטלטל.
אויב איז דא א סידור אויף די עמוד זעלבסט איז עס אויך א בסיס לדבר היתר און ס'איז מותר.
די דין איז היבש מצוי און מ'דארף דן זיין אויף יעדע כלי עקסטער באופן צורתו, און וועלכע מוקצה איז געלעגן אויף דעם.
נאך א משל וואלט געווען א קערידזש. אויב איז די קערידזש בעסקעט נשמטת, און ס'ליגט נאר א קעמערע (מוקצה מחמת חסרון כיס) דערין בין השמשות, איז די גאנצע קערידזש מוקצה ואסור בטילטול.
דאס אלעס איז געזאגט געווארן אויב די מוקצה איז אויף די חלק הטפל פון די כלי. אויב די מוקצה איז אויף די עיקר כלי, וואס איז מיט די חלק הטפל ? קומענדיגע הלכה בעז''ה.
דיפרי מגדיםשרייבט אין ס' ש''ח אז מצה ערב פסח שחל בשבת איז מוקצה. וויבאלד די הלכה זאגט דאך אז מ'טאר נישט עסן מצה ערב פסח, כאילו בא על ארוסתו בבית חמיו, קומט אויס אז ער''פ שחל בשבת וועט עס זיין מוקצה.
דיאחרוניםפרעגן אויף אים אז פארוואס עפעס איז עס מוקצה, מ'קען דאך עס געבן פאר קינדער ? און ממילא נעמט מען אן להלכה אז עס איז נישט מוקצה. אבער ''ערב פסח מצות'' אויף וואס א מענטש איז גאר שטארק מקפיד און גיבט עס נישט פאר זיינע קינדער זענען דא וואס זענען דן אז ס'איז יא מוקצה, ווי מוקצה מחמת חסרון כיס, בדומה למה שמצינו דיון בפוסקים אז א אתרוג אויף שבת חול המועד סוכות איז מוקצה מחמת חסרון כיס.
יעצט, די הלכה איז אז מ'קען נישט יוצא זיין די מצוות מצה עד שתחשך, לפי זה נמצא אז בזמן תוספות יו''ט איז א צייט וואס איז שוין חל די איסור מוקצה אבער ס'איז נאכנישט די צייט אכילת מצה, נו אויב אזוי איז די מצה מוקצה דאן !
די סברא פארקערט איז אבער פשוט, ס'איז נישטא קיין הקצאה אויף מצה אין פסח, און ס'איז שווער צו זאגן אז ס'זאל הייסן מוקצה. (ומצינו דיון בשופר בר''ה אם הוא מוקצה, וכן באוכל ביוה''כ יש דיון ברעק''א ועדיין צריך תלמוד.)
וואס טוט זיך אויב ס'ליגט א מוקצה אויף די עיקר כלי, ווי למשל דא, א קאמפיוטער אויפ'ן דעסק, אבער ס'איז דא נאך חלקים צו די כלי וואס האבן דברים היתרים, ווערט עס א בסיס לאיסור והיתר אדער נישט ?
ס'ווענט זיך, די זעלבע חילוק ווי אויבן, נשמטת אדער אינה נשמטת.
אויב די לעדל איז אינה נשמטת, מחובר צו די עיקר כלי, איז די גאנצע כלי אסור אבער יענע לעדל איז מותר צו מטלטל זיין דאינו מקצה מתשמישתיה.
אויב די לעדל איז נשמטת, אין די עיקר כלי האלט עס אונטער קען עס הייסן א בסיס לאיסור והיתר וואס איז מותר צו מטלטל זיין, (נישט די בילד..) שווער צו געבן א משל דערפאר אבער ס'קען זיך מאכן ביי געוויסע נייט טעיבעל''ס ועוד.
זייער גוט, שכוח פארן ברענגען, כהאב נישט קיין נערווען צו אריין גיין אבער א חוץ וואס מקען זיך יא פארלאזן אויף טילטול מן הצד איז דא א נקודה אז גרף של רעי שלא נתגלה לעיני עולם בכלל איז דינו כמו שלא פרש [מיין חידוש) ובכלל יכול לומר שזה בטל להבגד וכמו דחזינן סי’ ש”ב סעי’ ז דלא חששו רק לליבון וטוחן ולא חששו למוקצה
יישר כח על ההערות.
לענ''ד אין ראי' מס' ש''ב משום שבדרך כלל יש היתר של גרף של רעי.
נישט יעדע שמוץ איז א גרף של רעי
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........

א פעמפער פון א קינד איז נישט קיין גרף של רעי ?
איך האב געמיינט אז איר זאגט אז אין ש'ב פארלאזט מען זיך אויף גש"ר
ווען מען מעלקט א קוה דארף מען זיך אראפ בייגען צו אים אפילו ער איז א בהמה...........
Maybe you're right, that if a food is a Bosis to a Keli, it's really getting Osur LeTaltel Shelo Letzorech Kelal. But usually, especially in your instance with a Chala Dekel, the food is not a bosis to a keli, because the keli comes to serve the food (See MG"A about Kenina agav Kitmey and the Machlokes HuRishinom about Hatmono in Gizey Tzemer).

ס'דא א דין וואס איז א גרויסע טומל אין די ראשונים ופוסקים לדורותיהם, און דאס איז א כלי שמלאכתו להיתר וואס מ'האט מייחד געווען פאר א געוויסע תשמיש של איסור, האלטן אויף זיך א מוקצה וואס איז מוקצה אפילו לצורך גופו ומקומו.
דהיינו, א פיש טאנק, א צדקה פושקע, און דאס גלייכן, די עצם כלי איז די מענטש מייחד צו באדינען די דבר מוקצה, די שאלה איז אויב די כלי איז ליידיג, ס'פארמאגט נישט יעצט קיין מוקצה, איז עס אסור אדער נישט.
דירמ''אאין סימן ש''י סעיף ז' האלט אז ס'האט נאר א דין פון א כלי שמלאכתו לאיסור, און ממילא איז עס מותר לצורך גופו ומקומו.
דימג''אמיט דימשנ''בקריגן זיך אבער און האלטן אז אויב ס'איז מיוחד און עס ווערט גענוצט דייקא פאר א געוויסע תשמיש און מ'נוצט עס נישט פאר עפעס אנדערש, איז עס אזוי ווי מוקצה מחמת חסרון כיס און ס'איז אסור לצורך גופו ומקומו.
וואס מ'דריקט אויף א פעד''ל אדער קוועטשער אז ס'זאל זיך עפענען אדער ארויסקומען די וואסער וכו''... איז דאך שווער אז די כלי איז דאך מוקצה, איז ווי אזוי קען מען עס עפענען שבת ? א גארבעט''ש קע''ן פיל מיט מיסט איז בדרך כלל א בסיס לדבר אסור, און א פערקעלעיטא''ר האט א הייסע שלהבת וואס מאכט עס פאר מוקצה מחמת גופו. נו, מה הפשט ?
די תירוץ איז אז אויב א כלי האט א באזונדער שטיקל וואס איז נישט געמאכט צו באדינען די כלי, נאר געמאכט צו באדינען די מענטש, איז יענע שטיקל סך הכל א כלי שמלאכתו לאיסור וואס איז מותר צו ריקן לצורך גופו, און ס'איז דא אסאך מוקצה כלים וואס גייען אריין אין דעם כלל.
דאס אז מ'קען צוטיילן א זאך אויף צוויי לגבי בסיס טרעפט מען אין עטליכע ערטער. במפרשים שבת קמ''ב: לגבי אבן על פי החבית, און אין פרמ''ג וואס זאגט אז נאר די חלק פון די טישטוך וואס ליגט גלייך אונטער די לעכט ווערט א בסיס לדבר אסור.

א גוט שבת !
הפמ"ג מסתפק בזה, ואינו מסיק. עי"ש.
מדבריו משמע שסומך על זה לגבי המפה והנירות.
אגב יעצט צום ערשטן מאל אריין שפאצירט און דער אשכול, ונהניתי עד מאוד, ייש"כ.