בנוגע רבית איז וויכטיג אנצומערקן אז עס איז דא א נייע טעלעפוין נאמבער פאר די בית הוראה לעניני בית שע"י הרה"ג ר' פנחס וינד באמעריקא די נאמבער איז 845-493-8604 מען קען דארט אריינרופן פון"8:00 צופרי ביז 12:00 ביינאכט"ווי עס ענטפערן דארט רבנים וועלכע האבן גענומען שימוש ביי הרה"ג ר' פנחס וינד שליט"א און קענען ב"ה ענטפערן די קאמפליצירטע רבית שאלות ווי אויך קען מען דארט איבערשומועסן אלע ענינים בנוגע היתר עיסקא, עס קאסט נישט קיין געלט צו פרעגן די שאלות
און עס איז כדאי צו באטאנען אז מען דארף צולייגן קאפ ווייל אסאך מען זאכן ווי מיר ווייסן גייען אריין אין די איסור פון רבית
פשוט אויפצוברענגען האב איך מיטגעהאלטן א שאלה וואס האט פאסירט 2 וואכן צוריק ווען א איד פון מאנסי האט אריינגערופן צו איינע פון די רבני בית הוראה, אז ער גייט יעצט דינגען א נייע אפיס לאקאל פאר זיין ביזנעס, און ער האלט ביים סיינען א ליעס מיט די אידישע בעל הבית פון די בנין, און ער זעט אין די סעיף פון late payment א שטיקל וואס ער איז חושש אז עס איז דא ביי דעם די איסור רבית, ממילא וויל ער אריישיקן די ליעס און מען זאל איהם זאגן צו ער מעג דאס חתמנ'ן,
[עס איז וויכטיג אנצואווייזן אז אפילו אויב מען פלאנט צו באצאלן אין צייט, טאר מען נישט אינטערשרייבן א שטר וואס שטייט אז אויב מען וועט באצאלן שפעט וועט מען צאלן רבית],
למעשה נאכ'ן איבערליינען די ליעס האט די רב געזען אז עס איז טאקע יא א ערענסטע פראבלעם, ווייל די הלכה איז אז אן איינמאליגע קנס מען מען מחייב זיין אויב מען צאלט שפעט אבער קנס המתרבה איז אסור,
דא איז געשטאנען אין די ליעס אז אויב ווטע ער באצאלן 10 טאג שפעט וועט מען דארפן צאלן א קנס פון 25 דאלער, און אויב וועט מען צאלן 15 טעג שפעט וועט צוקומען א קנס פון 2% פון די רענט, וואס דאס קומט קלאר אויס אז ער צאלט צוויי מאל קנס אויף די זעלבע חוב, וואס דאס איז טייטש קנס המתרבה
נאכ'ן מעורר זיין פאר די בעל הבית, האט ער זיך געריסן די האר פון קאפ, וואס הייסט איך האב שוין געסיינט אזא ליעס מיט צענדליגע אידישע טענענטס, און קיינער האט מיר קיין ווארט נישט געזאגט איבער אזא פראבלעם, ער האט זיך נישט געפויעלט ער האט איבערגעפרעגט נאך רבנים, און ב"ה ער האט געטוישט די סעיף פון די ליעס אז עס זאל זיין אויסגעהאלטן
דאס איז נאר איינס פון צענדליגע מעשיות וואס קומען פאר סיי אין ביזנעס און סיי צווישן מענטשן פריוואט
די לימוד זכות איז אז עס איז פשוט מטעם חסרון ידיעה, אבער די חיוב איז אז מייר זאלן זיך אריינלייגן און צולייגן קאפ אז אלעס וואס מיר טוען איז אויסגעהאלטן און אויב איר האט אפילו נאר א קליינע ספק זייט מוחל און רופט אריין די בית הוראה אויף די אויבענדערמאנטע נאמבער אדער פרעגט אייער אייגענע רב [פארשטייט זיך אויב ער איז אויסגעקאכט אין די נושא, ח"ו איך מאך נישט אוועק קיין רבנים, די פראבלעם איז נאר אז ביי ריבית אויסער וואס מען דארף קענען שולחן ערוך, וואס דאס קענען די רבנים דארף מען אויך קענען געוויסע מציאות וואס צו דעם דארף מען ספעציעלע שימוש ביי די רבנים וואס טוען אין די נושא
אויב וואלט איר געוואלט מען זאל דא אנהייבן אריינלייגן הלכות רבית וואס זענען נוגע מענטשן טאג טעגליך קענט איר ריפלייען ברבים אדער אין אישי. מיר וועלן ברענגען די הלכות פון די רבנים פון די בית הוראה לעניני רבית אין אמעריקא וואס איז תחת הנהלת איינע פון די גרויסע קאנאנען אין די נושא פון רבית, הרה"ג ר' פנחס וינד שליט"א וועלכע קען זיך גאר גוט אויס אין די מציאות בהלכה, וואס איז אסאך מאל זייערקאמפליצירט
זייענדיג עוסק די טעג בפרק איזהו נשך, איז ביים שיעור אויסגעקומען אז יעדע היימישע מאזאזין און אויסגאבע, טעלע-קורס , באצאלטע פאדקעסטס וכדומה ברויך האבן אן היתר עיסקה צו קענען געבן סובסקריבשנס אויב איז די סחורה אינן ברשותו
איז דאס טאקע די מציאות ביי די צייטונגען? די חברה האבן היתר עיסקא?