וואו איז דער מקור?....

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:54 am
זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:06 am
ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה
מי הוא בעל המקור
רוב ברענגען עס בשם (איך בין נישט זיכער וואו פונקטליך עס שטייט בספריו) דער עטרת צבי פון זידיטשוב: " מקובל בידי תלמידי חכמים ויראי שמים שהרבי ר’ אלימלך זי"ע קודם פטירתו הבטיח, כי כל מי שיהיה על קברו יושיעו כמו בחיים חיותו, ולא ימות בלא תשובה, ובאמת אין ספורות למו, להעולם הנוסעים בכל שנה ושנה על קברו ".

אבער פון ר' הערשעלע קרעטשעניפער ז"ל ווערט עס געברענגט בשם ר' ארון לייב פון פרימישלאן: " סיפר הרה"ק מוהרא"ז מקרעטשניף זיע"א המעשה: דער רבי ר' ארון לייב פון פרימישלאן האט געזאגט ווער עס האט געקענט דער רבין ר' אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. און זיין זון רבי ר' מאיר'ל האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט טאטע און אז איך האב אים נישט געקענט וועל איך שטארבן אן תשובה, האט ער אים גע'נטפערט ווער ס'וועט פארן צום ציון וועט אויך נישט שטארבן אן קיין תשובה. וסיפר, און דער רבי ר' מאיר'ל איז געפארן צום ציון איז ער קודם געגאנגען אויפן גאס דארט און געמאכט גלגול שלג און שפעטער איז ער אריינגעגאנגען צום ציון דער זיידע ז"ל ווען ער האט דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט און ער איז שוין נישט געשטארבן אן קיין תשובה ".

סתם אז עס איז מסוגל צו תשובה ווערט געברענגט פון ר' מענדעלע רימנוב'ער ז"ל (עטרת מנחם אות ק"ז): " כתב הרה"ג מסעראצק שי' וז"ל: הרבי ר' מנחם מענדל מרימינוב זי"ע אמר כי סגולה להתעוררות התשובה להיות על ציון הרבי ר’ אלימלך זי"ע ".
אני עורך כעת שיחה של כ"ק מרן אדומו"ר מבאבוב שליט"אובו הוא מספר דבר זה ושם הוא אומר שכאלו מאמרות לפעמים הוא מיוסד על אדני קודש, ולפעמים והוא מאנשי הבל, לכן רציתי לידע, ויישר כוחך
וזלה"ק:
ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה, ואין זה חילוק אם גרסו שרק ביום הילולא כ"א באדר או שאר הימים גם כן פועל זאת, מאמרה זו הייתה שגור בפי העולם, כי אז לא היה הדרך ליסוע לליזענסק ולשאר המקומות, והכרתי עשרות אנשים מהדור שלפני המלחמה, והם לא יצאו מהשטעטל שבה הם דרו, מלבד לעיר באבוב.
זכרינו באחד מהנסיעות של כ"ק מרן אאמו"ר זצ"ל למדינת פולין, הפליא איך אביו כ"ק מרן אדומו"ר האמצעי זי"ע הי"ד, היה רגיל לדבר על דזיקוב, והוא היה יכול לדבר בכל כמה שעות ביום איזה דזיקוב'ער דבר, ומעולם לא דרכה כף רגלו בעיר דזיקוב, אפילו ביומא דהילולא לא היה שם. וכל זה מפני שהיה א ארימע וועלט, והוצאות הדרך וטולטלי דארחא היא גדולות מאוד, ולרש אין כל להשיג הכסף לדבר אלו. וממילא נתהוו כאלו מאמרים למיניהם, לפעמים הדבר מיוסד על אדני קודש, ולפעמים היא הבל הבלים שאין בו ממש.
ואיקלע פעם שחזר אחד על מימרא הנ"ל, באזני כ"ק מרן אא"ז זי"ע הי"ד, ושאלו אם אמת הדבר שהרה"ק הר"ר אלימלך, או צדיק אחר אמר כזה, נענה ואמר לו כ"ק זקני הק' זצ"ל הי"ד, אם לומדים בספה"ק נועם אלימלך ודבוקים בצעטיל קטן, אזי יחיה כל ימי חייו בתשובה בעולם הזה, ולא רק שימות בלא תשובה.
לעצט פארראכטן דורך זאקעלעווער צדיק אום דאנערשטאג יוני 27, 2024 11:21 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור הרה"ח ר' אהרן יהודא בן מלכה פירחהועבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5932
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 9:03 am
ואיקלע פעם שחזר אחד על מימרא הנ"ל, באזני כ"ק מרן אא"ז זי"ע הי"ד, ושאלו אם אמת הדבר שהרה"ק הר"ר אלימלך, או צדיק אחר אמר כזה, נענה ואמר לו כ"ק זקני הק' זצ"ל הי"ד, אם לומדים בספה"ק נועם אלימלך ודבוקים בצעטיל קטן, אזי יחיה כל ימי חייו בתשובה בעולם הזה, ולא רק שימות בלא תשובה.
יוי האב איך דאס ליב.

פארן צום ציון הק' איז א געוואלדיגע זאך אבער עס נישט מאכן פאר אן עיקר.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12490
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

עלינו האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 4:22 pm
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 12:14 pm
עלינו האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:38 am
למעלה משבעים האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:36 am
עלינו האט געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2024 11:27 am

פון וואו איז דער זיכערקייט?
וואס איז דער טעם?
אסרו חג איז נישט קיין יו"ט און ס'נישטא קיין חיוב קרבנות אויף דעם טאג, דאס איז דאך די גאנצע הסבר אויפן פר ועצרת פון שמיני עצרת.
דארט איז צו ווייזן אז עס איז שווער פאר דער אייבירשטער כביכול, דא אויב עפעס איז מען דן אויף פארקערט אז מיר ווייזן אז עס אונז שווער.
זאג איך דיר אז ער מישט, שטייט אין ערגעץ נישט אזא זאך.
אין די ארטיקל וואס @להודות האט געברענגט שטייט עס בשם דער מנורת המאור.
און פארשטייט זיך אז דארט שטייט עס אויך נישט...

וז"ל: וכל השמח בימים טובים, ומשמח בני ביתו, ומשמח עניים בתוך ביתו, ומאכילן ומשקן במועד, שכרו הרבה מאד, והב"ה משמח את בניו ואת בנותיו. כדגרסי' בפסיקתא ר' לולני דרומיה בשם ר' יודה בר' סימון, אמ' הב"ה לישראל, אתה יש לך ארבעה בני בתים, בנך ובתך ועבדך ואמתך, ואני יש לי ארבעה בני בתים, הלוי והגר והיתום והאלמנה, וכולם בפסוק אחד, ושמחת בחגך אתה ובנך ובתך ועבדך ואמתך והלוי והגר והיתום והאלמנה אשר בקרבך. אמ' הב"ה, אני אמרתי לך שתהא משמח את שלי ואת שלך בימים טובים שנתתי לך, אם שמחת את שלי ושלך בימים טובים אשר נתתי לך, אף אני עתיד לשמח את שלך ואת שלי, אלו ואלו. והיכן אני עתיד לשמחך, בבית הבחירה, שנא' והביאותים אל הר קדשי ושמחתים בבית תפלתי וגו'.

ואפי' יום אחד אחר המועד, צריך אדם לכבדו באכילה ובשתייה ולשמוח בו, משום כבוד המועד, כדי שלא יראה את עצמו כאלו קץ בהוצאה שהוציא במועד. ואמ' ר' יוחנן המחוזי בשם ר' יוסי המוכסי, כל העושה איסור לחג באכילה ובשתייה, מעלה עליו הכתו' כאלו בנה מזבח והקריב עליו קרבן, שנא' אסרו חג בעבותים עד קרנות המזבח. ר"ל שיאסר אותו ויקשרנו בעבותות אהבה, כדי שיתערב וכדי שלא ילך לו מיד.
בערל סוני
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל סוני »

סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:05 pm
בריסקער רב טוט אויף אז מ'קען מקיים זיין דעם זוהר פון נישט לייגן תפילין חוה"מ און דאך נישט זיין א קרקפתא דלא מנח תפילין להלכה אז חוה"מ איז מען יא מחיוב בתפילין.

דער אויפטוה איז אז תפילין איז ניתן להשלמה, אויב גייט מען תפילין יעדן טאג פאר איין שעה קענסטו מארגן לייגן תפילין צוויי שעה און אזוי משלים זיין די שעה וואס האסט פארפעלט היינט.

זיין אויפטוה איז אז דוקא בימיהם וואס מ'איז געגאנגען תפילין כל היום איז נישט געווען שייך עס צו משלים זיין אבער בימינו איז עס יא שייך. (ער איז לגבי ימיהם אויכט דן אז אויף השלמה קען מען אפשר יוצא זיין מיטן לייגן ביינאכט)

---
דער מאירי שרייבט אז ס'זענען געווען גדולים וטובים וואס האבן געלייגט תפילין נאר בימים וזמנים מיוחדים ווי למשל עשרת ימי תשובה, ער לערנט די גמרות פון אלישע בעל כנפים אז ס'געווען לכתחילה
א. וואו שרייבט דאס דער בריסקער רב זצ"ל?
ב. וואו טרעפט מען דעם 'מאירי'?
א דאנק
דוב אומר: ישאו מדבר ועריו חצרים תשב קדר ירנו ישבי סלע מראש הרים יצוחו.
וַאֲרוּ חֵיוָה אָחֳרִי תִנְיָנָה דָּמְיָה לְדֹב וְלִשְׂטַר־חַד הֳקִמַת וּתְלָת עִלְעִין בְּפֻמַּהּ בֵּין שִׁנַּיהּ שִׁנַּהּ וְכֵן אָמְרִין לַהּ קוּמִי אֲכֻלִי בְּשַׂר שַׂגִּיא.
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

בערל סוני האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:03 pm
סטאוו יא פיטא האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 5:05 pm
בריסקער רב טוט אויף אז מ'קען מקיים זיין דעם זוהר פון נישט לייגן תפילין חוה"מ און דאך נישט זיין א קרקפתא דלא מנח תפילין להלכה אז חוה"מ איז מען יא מחיוב בתפילין.

דער אויפטוה איז אז תפילין איז ניתן להשלמה, אויב גייט מען תפילין יעדן טאג פאר איין שעה קענסטו מארגן לייגן תפילין צוויי שעה און אזוי משלים זיין די שעה וואס האסט פארפעלט היינט.

זיין אויפטוה איז אז דוקא בימיהם וואס מ'איז געגאנגען תפילין כל היום איז נישט געווען שייך עס צו משלים זיין אבער בימינו איז עס יא שייך. (ער איז לגבי ימיהם אויכט דן אז אויף השלמה קען מען אפשר יוצא זיין מיטן לייגן ביינאכט)

---
דער מאירי שרייבט אז ס'זענען געווען גדולים וטובים וואס האבן געלייגט תפילין נאר בימים וזמנים מיוחדים ווי למשל עשרת ימי תשובה, ער לערנט די גמרות פון אלישע בעל כנפים אז ס'געווען לכתחילה
א. וואו שרייבט דאס דער בריסקער רב זצ"ל?
ב. וואו טרעפט מען דעם 'מאירי'?
א דאנק
מאירי ברכות
מאירי - אין חובה להניח תפילין בכ״י
מאירי - אין חובה להניח תפילין בכ״י
IMG_6651.png (120.21 KiB) געזען 361 מאל
ועי׳
עיין במאירי שבת מט
בערל סוני
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 14, 2020 2:03 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערל סוני »

קיסריה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:28 pm
א דאנק
יבא שכמ"ה!
אפשר קען מען טרעפן דעם 'תלמוד המערב'
דער ירושלמי איז אין ברכות אדער אין שבת?
דוב אומר: ישאו מדבר ועריו חצרים תשב קדר ירנו ישבי סלע מראש הרים יצוחו.
וַאֲרוּ חֵיוָה אָחֳרִי תִנְיָנָה דָּמְיָה לְדֹב וְלִשְׂטַר־חַד הֳקִמַת וּתְלָת עִלְעִין בְּפֻמַּהּ בֵּין שִׁנַּיהּ שִׁנַּהּ וְכֵן אָמְרִין לַהּ קוּמִי אֲכֻלִי בְּשַׂר שַׂגִּיא.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בערל סוני האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:40 pm
קיסריה האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:28 pm
א דאנק
יבא שכמ"ה!
אפשר קען מען טרעפן דעם 'תלמוד המערב'
דער ירושלמי איז אין ברכות אדער אין שבת?
ברכות פ"ב ה"ג
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קראכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 24, 2023 6:35 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראכער »

ויי שטייט אין שלחן ערוך אז מ'טאר נישט זאגן אויף א גוי ווי גוט און שיין ער איז?
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20093
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

קראכער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:51 pm

יו״ד סו"ס קנ"א
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קראכער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:51 pm
ויי שטייט אין שלחן ערוך אז מ'טאר נישט זאגן אויף א גוי ווי גוט און שיין ער איז?
יו"ד סימן קנ"א סעיף י"ד: אסור לספר בשבחן אפילו לומר "כמה נאה עובד כוכבים זה בצורתו". קל וחומר שיספר בשבח מעשיו או שיחבב דבר מדבריו.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

תגובה דורך שפילקעס »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:54 am
זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:06 am
ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה
מי הוא בעל המקור
רוב ברענגען עס בשם (איך בין נישט זיכער וואו פונקטליך עס שטייט בספריו) דער עטרת צבי פון זידיטשוב: " מקובל בידי תלמידי חכמים ויראי שמים שהרבי ר’ אלימלך זי"ע קודם פטירתו הבטיח, כי כל מי שיהיה על קברו יושיעו כמו בחיים חיותו, ולא ימות בלא תשובה, ובאמת אין ספורות למו, להעולם הנוסעים בכל שנה ושנה על קברו ".

אבער פון ר' הערשעלע קרעטשעניפער ז"ל ווערט עס געברענגט בשם ר' ארון לייב פון פרימישלאן: " סיפר הרה"ק מוהרא"ז מקרעטשניף זיע"א המעשה: דער רבי ר' ארון לייב פון פרימישלאן האט געזאגט ווער עס האט געקענט דער רבין ר' אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. און זיין זון רבי ר' מאיר'ל האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט טאטע און אז איך האב אים נישט געקענט וועל איך שטארבן אן תשובה, האט ער אים גע'נטפערט ווער ס'וועט פארן צום ציון וועט אויך נישט שטארבן אן קיין תשובה. וסיפר, און דער רבי ר' מאיר'ל איז געפארן צום ציון איז ער קודם געגאנגען אויפן גאס דארט און געמאכט גלגול שלג און שפעטער איז ער אריינגעגאנגען צום ציון דער זיידע ז"ל ווען ער האט דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט און ער איז שוין נישט געשטארבן אן קיין תשובה ".

סתם אז עס איז מסוגל צו תשובה ווערט געברענגט פון ר' מענדעלע רימנוב'ער ז"ל (עטרת מנחם אות ק"ז): " כתב הרה"ג מסעראצק שי' וז"ל: הרבי ר' מנחם מענדל מרימינוב זי"ע אמר כי סגולה להתעוררות התשובה להיות על ציון הרבי ר’ אלימלך זי"ע ".
איך האב געמיינט אז די חלק פון גיין אויפן ציון איז א טעות , געבויעט אויף די מימרא אז ווער ס’האט געזעהן ר’ אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. וכמעשה הידוע בזקן אחד וואס האט נישט געקענט שטארבן בלא תשובה ווייל ער האט איינמאל געזעהן די גענאק פון הייליגן ר’ אלימלך.

אגב, די ברענגסט די מימרא ’’ווער ס’האט געקענט ר’ אלימלך’’, כאפ איך נישט פינקטליך וואס מיינט געקענט, איך האב אייביג געוויסט די מימרא גייט אויף געזעהן.
בני לוי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:46 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני לוי »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:59 pm
קראכער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:51 pm
ויי שטייט אין שלחן ערוך אז מ'טאר נישט זאגן אויף א גוי ווי גוט און שיין ער איז?
יו"ד סימן קנ"א סעיף י"ד: אסור לספר בשבחן אפילו לומר "כמה נאה עובד כוכבים זה בצורתו". קל וחומר שיספר בשבח מעשיו או שיחבב דבר מדבריו.
רעדט מען דאך פון א עובד כוכבים
איי די וועלט איז א שמאלער בריק און דער עיקר און דער עיקר נישט דערשרעקן זיך
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2642
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

בני לוי האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:19 pm
רעדט מען דאך פון א עובד כוכבים
געווענליך קען מען נישט מדקדק זיין אין אזא לשון ווייל די גוים האבן געפאטשקעט.
אין ערשטן דרוק וועניציא שכ"ה שטייט דא כותי וואס איז זיכער א שיבוש פון 'גוי'.

תוספות אין ע"ז דף כ' ע"א זאגט אז ס'גייט אן ביי אלע גוים, נישט נאר די ז' אומות עיי"ש.
לעצט פארראכטן דורך להודות אום מיטוואך יולי 03, 2024 2:10 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שפילקעס
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

בני לוי האט געשריבן: דינסטאג יולי 02, 2024 9:19 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:59 pm
קראכער האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 6:51 pm
ויי שטייט אין שלחן ערוך אז מ'טאר נישט זאגן אויף א גוי ווי גוט און שיין ער איז?
יו"ד סימן קנ"א סעיף י"ד: אסור לספר בשבחן אפילו לומר "כמה נאה עובד כוכבים זה בצורתו". קל וחומר שיספר בשבח מעשיו או שיחבב דבר מדבריו.
רעדט מען דאך פון א עובד כוכבים
די איסור איז דאך אלטס לא תחנם, נישט קיין חילוק אויב ער איז עובד כוכבים.
סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע:אין מערב אירופה

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סוואליעווער אייניקל »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:54 am
זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:06 am
ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה
מי הוא בעל המקור
רוב ברענגען עס בשם (איך בין נישט זיכער וואו פונקטליך עס שטייט בספריו) דער עטרת צבי פון זידיטשוב: " מקובל בידי תלמידי חכמים ויראי שמים שהרבי ר’ אלימלך זי"ע קודם פטירתו הבטיח, כי כל מי שיהיה על קברו יושיעו כמו בחיים חיותו, ולא ימות בלא תשובה, ובאמת אין ספורות למו, להעולם הנוסעים בכל שנה ושנה על קברו ".

אבער פון ר' הערשעלע קרעטשעניפער ז"ל ווערט עס געברענגט בשם ר' ארון לייב פון פרימישלאן: " סיפר הרה"ק מוהרא"ז מקרעטשניף זיע"א המעשה: דער רבי ר' ארון לייב פון פרימישלאן האט געזאגט ווער עס האט געקענט דער רבין ר' אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. און זיין זון רבי ר' מאיר'ל האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט טאטע און אז איך האב אים נישט געקענט וועל איך שטארבן אן תשובה, האט ער אים גע'נטפערט ווער ס'וועט פארן צום ציון וועט אויך נישט שטארבן אן קיין תשובה. וסיפר, און דער רבי ר' מאיר'ל איז געפארן צום ציון איז ער קודם געגאנגען אויפן גאס דארט און געמאכט גלגול שלג און שפעטער איז ער אריינגעגאנגען צום ציון דער זיידע ז"ל ווען ער האט דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט און ער איז שוין נישט געשטארבן אן קיין תשובה ".

סתם אז עס איז מסוגל צו תשובה ווערט געברענגט פון ר' מענדעלע רימנוב'ער ז"ל (עטרת מנחם אות ק"ז): " כתב הרה"ג מסעראצק שי' וז"ל: הרבי ר' מנחם מענדל מרימינוב זי"ע אמר כי סגולה להתעוררות התשובה להיות על ציון הרבי ר’ אלימלך זי"ע ".
דאס איז לכאורה דער ערשטער געדרוקטע מקור צו אזא געדאנק:

דער הייליגע זיידע דער סוואליווער רב זי"ע שרייבט:
"שמעתי בשם הרה"ק מ' מאיר מפרמישלאן זללה"ה שאמר מי שרוצה שיהיה לו יראת שמים באמת, ילך על ציון של קבר הרבי ר' אלימלך לליזענסק ויתפלל שם ויעשו דבריו פירות".
ס'איז געדרוקט אין ספרו הקדוש 'דברי יצחק' (עמ' נ"ג)
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

ראיתי באמרי קודש של כ"ק מרן אדומו"ר מבאבוב שליט"א (ר"ח אלול תשס"ו):
אמר הרה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע, שהרבה אנשים יש להם רצון דרצון, דהיינו שרוצים שיהיה להם רצון להיות טוב.
אשמח לקבל מקור לדבר זה
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור הרה"ח ר' אהרן יהודא בן מלכה פירחהועבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
אוועטאר
זאקעלעווער צדיק
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 11, 2023 2:14 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאקעלעווער צדיק »

שפילקעס האט געשריבן: מאנטאג יולי 01, 2024 2:15 am
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:54 am
זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:06 am
ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה
מי הוא בעל המקור
רוב ברענגען עס בשם (איך בין נישט זיכער וואו פונקטליך עס שטייט בספריו) דער עטרת צבי פון זידיטשוב: " מקובל בידי תלמידי חכמים ויראי שמים שהרבי ר’ אלימלך זי"ע קודם פטירתו הבטיח, כי כל מי שיהיה על קברו יושיעו כמו בחיים חיותו, ולא ימות בלא תשובה, ובאמת אין ספורות למו, להעולם הנוסעים בכל שנה ושנה על קברו ".

אבער פון ר' הערשעלע קרעטשעניפער ז"ל ווערט עס געברענגט בשם ר' ארון לייב פון פרימישלאן: " סיפר הרה"ק מוהרא"ז מקרעטשניף זיע"א המעשה: דער רבי ר' ארון לייב פון פרימישלאן האט געזאגט ווער עס האט געקענט דער רבין ר' אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. און זיין זון רבי ר' מאיר'ל האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט טאטע און אז איך האב אים נישט געקענט וועל איך שטארבן אן תשובה, האט ער אים גע'נטפערט ווער ס'וועט פארן צום ציון וועט אויך נישט שטארבן אן קיין תשובה. וסיפר, און דער רבי ר' מאיר'ל איז געפארן צום ציון איז ער קודם געגאנגען אויפן גאס דארט און געמאכט גלגול שלג און שפעטער איז ער אריינגעגאנגען צום ציון דער זיידע ז"ל ווען ער האט דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט און ער איז שוין נישט געשטארבן אן קיין תשובה ".

סתם אז עס איז מסוגל צו תשובה ווערט געברענגט פון ר' מענדעלע רימנוב'ער ז"ל (עטרת מנחם אות ק"ז): " כתב הרה"ג מסעראצק שי' וז"ל: הרבי ר' מנחם מענדל מרימינוב זי"ע אמר כי סגולה להתעוררות התשובה להיות על ציון הרבי ר’ אלימלך זי"ע ".
איך האב געמיינט אז די חלק פון גיין אויפן ציון איז א טעות , געבויעט אויף די מימרא אז ווער ס’האט געזעהן ר’ אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. וכמעשה הידוע בזקן אחד וואס האט נישט געקענט שטארבן בלא תשובה ווייל ער האט איינמאל געזעהן די גענאק פון הייליגן ר’ אלימלך.

אגב, די ברענגסט די מימרא ’’ווער ס’האט געקענט ר’ אלימלך’’, כאפ איך נישט פינקטליך וואס מיינט געקענט, איך האב אייביג געוויסט די מימרא גייט אויף געזעהן.
" געקענט" הוא מדריגה בהרבה יותר גדולה מ" געזעהן"
על דרך ביודעו ומכירו
נכדו של הרה"ק מזאקליקעוו זי"ע

נא לעתיר בתפילה ובתחנונים עבור הרה"ח ר' אהרן יהודא בן מלכה פירחהועבור החתן אברהם יוסף בן מריםלרפואה שלימה בתוך שאר כל חולי ישראל בקרוב ממש
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 34072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 6:49 am
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:54 am
זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 27, 2024 8:06 am
ידוע מאמר העולם דמי שיפקוד את ציונו הקדוש של הרה"ק הר"ר אלימלך בעיר ליזענסק אפילו רק פעם אחת בחיוב מובטח לו שלא ימות בלא תשובה
מי הוא בעל המקור
רוב ברענגען עס בשם (איך בין נישט זיכער וואו פונקטליך עס שטייט בספריו) דער עטרת צבי פון זידיטשוב: " מקובל בידי תלמידי חכמים ויראי שמים שהרבי ר’ אלימלך זי"ע קודם פטירתו הבטיח, כי כל מי שיהיה על קברו יושיעו כמו בחיים חיותו, ולא ימות בלא תשובה, ובאמת אין ספורות למו, להעולם הנוסעים בכל שנה ושנה על קברו ".

אבער פון ר' הערשעלע קרעטשעניפער ז"ל ווערט עס געברענגט בשם ר' ארון לייב פון פרימישלאן: " סיפר הרה"ק מוהרא"ז מקרעטשניף זיע"א המעשה: דער רבי ר' ארון לייב פון פרימישלאן האט געזאגט ווער עס האט געקענט דער רבין ר' אלימלך וועט נישט שטארבן אן קיין תשובה. און זיין זון רבי ר' מאיר'ל האט דאס געהערט האט ער אים געזאגט טאטע און אז איך האב אים נישט געקענט וועל איך שטארבן אן תשובה, האט ער אים גע'נטפערט ווער ס'וועט פארן צום ציון וועט אויך נישט שטארבן אן קיין תשובה. וסיפר, און דער רבי ר' מאיר'ל איז געפארן צום ציון איז ער קודם געגאנגען אויפן גאס דארט און געמאכט גלגול שלג און שפעטער איז ער אריינגעגאנגען צום ציון דער זיידע ז"ל ווען ער האט דערציילט די מעשה האט ער אויסגעפירט און ער איז שוין נישט געשטארבן אן קיין תשובה ".

סתם אז עס איז מסוגל צו תשובה ווערט געברענגט פון ר' מענדעלע רימנוב'ער ז"ל (עטרת מנחם אות ק"ז): " כתב הרה"ג מסעראצק שי' וז"ל: הרבי ר' מנחם מענדל מרימינוב זי"ע אמר כי סגולה להתעוררות התשובה להיות על ציון הרבי ר’ אלימלך זי"ע ".
דאס איז לכאורה דער ערשטער געדרוקטע מקור צו אזא געדאנק:

דער הייליגע זיידע דער סוואליווער רב זי"ע שרייבט:
"שמעתי בשם הרה"ק מ' מאיר מפרמישלאן זללה"ה שאמר מי שרוצה שיהיה לו יראת שמים באמת, ילך על ציון של קבר הרבי ר' אלימלך לליזענסק ויתפלל שם ויעשו דבריו פירות".
ס'איז געדרוקט אין ספרו הקדוש 'דברי יצחק' (עמ' נ"ג)
דער דערמאנטער עטרת מנחם איז נישט געדרוקט בעפארן דברי יצחק?
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9463
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:46 am
ראיתי באמרי קודש של כ"ק מרן אדומו"ר מבאבוב שליט"א (ר"ח אלול תשס"ו):
אמר הרה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע, שהרבה אנשים יש להם רצון דרצון, דהיינו שרוצים שיהיה להם רצון להיות טוב.
אשמח לקבל מקור לדבר זה
אין דברי תורה (מונקאטש) ברענגט ער עס, איך מיין בשם א צווייטן (יוד הקדוש?)
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר עשרים אלף
תגובות: 20093
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטאוו יא פיטא »

זאקעלעווער צדיק האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 7:46 am
ראיתי באמרי קודש של כ"ק מרן אדומו"ר מבאבוב שליט"א (ר"ח אלול תשס"ו):
אמר הרה"ק הרבי ר' אלימלך זי"ע, שהרבה אנשים יש להם רצון דרצון, דהיינו שרוצים שיהיה להם רצון להיות טוב.
אשמח לקבל מקור לדבר זה
ישמח משה בתפלה למשה קפיטל מ"ב פסוק ג

https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... &pgnum=203
IMG_9473.png
IMG_9473.png (157.93 KiB) געזען 93 מאל
כי אפילו השפל שבשפלים יוכל לבוא לעבודת ה' ע"י התוה"ק.
כי זה הוא השלימות התוה"ק, שתוכל להתפשט לכל מיני שפלים ועומקים ולהעלות כל הבחינות, אפילו הפחותים מתעלים ע"י התוה"ק.

- זרע קודש במדבר בד"ה א"י במדבר סיני
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5932
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

צ/ק
גאולה פרטית

ווי שטייט דאס די ערשטע און וואס מיינט עס אז פונטקליך.

אויב איז שוין דא אן אשכול איבערדעם, ביטע אנווייזן.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:11 am

אין תשואות חן פון הרה"ק רבי גדליה פון ליניץ זי"ע:

אמר הבעל שם טוב ז"ל בענין הכתוב (תהילים ס״ט:י״ט) קרבה אל נפשי גאלה שהוא תפלה על גאולה פרטית של הנפש שלו מגלות היצר הרע, וכשיגאל כל אחד גאולה פרטית, אז יהיה אחר כך גאולה כללית, ויבא משיח במהרה בימינו אמן, וידעו אותו מקטנם ועד גדולם לעשות הכל לשמו יתברך בלבדו:
(תשואות חן פ' וארא, ובהשמטות לפ' נח)

אונטערגעשריבענערהייט האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:29 am

שכח, גארנישט פון זוהר אדער שפעטערע ביזן בעש"ט?

און בכלל, וואס מיינט דאס? אז מ'איז באפרייט פונעם יצר הרע ווי דוד המלך בבחינת "לבי חלל בקרבי"?

פראקטיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2024 10:33 am

לויט מיין קליינע הבנה מיינט עס אז אזויווי ביי די גאולה כללית ווערט מען אויסגעלייזט בגשמיות, און אויך ברוחניות, דער יצר הרע וועט געהארגעט ווערן (עיין גמרא בסוכה), די זעלבע ביי די גאולה פרטית וועט מען ווערן אויסגעלייזט סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

רבי נתן פון ברסלב זי"ע האט געזאגט: מיין משיח איז שוין געקומען.
אוועטאר
אונטערגעשריבענערהייט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4168
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 10, 2023 11:04 pm

Re: וואו איז דער מקור?....

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונטערגעשריבענערהייט »

די ווארט איז ידוע בעיקר פון בעל שם טוב זי"ע. פארדעם איז נישט דא קיין מקור מיינעך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”