רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25616
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף ברוך מניישטאט - י' אדר א' תרכ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 11, 2022 10:51 am
היינט נאכט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי יוסף ברוך מניישטאט - דער גוטע יוד מניישטאט זי''ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25616
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט די הילולא קדישא פון דער הייליגע מאור ושמש זי"ע ועכי"א
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4569
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

די וואס זענען היינט אין פוילן ביים הילולא קדישא פונעם הייליגן מאור ושמש, קענען אריינכאפן די געוואלדיגע זכיה צו זיין אין קיעלץ ב' תמוז ביים ציון פון הרה"ק ר' מאטעלע קאזמירער, ווי ער בעט אין זיין צוואה אז מען זאל קומען צו זיין ציון ביומא דהילולא פון זיין פאטער דער טוריסקער מגיד.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

הרה"ק רבי קלונימוס קלמן ב"ר אהרן הלוי זי"ע, (עפשטיין), בעל מאור ושמש, אב"ד קראקא.


איז געבוירן אין שטאט ניישטאט, בשנת תקי"א.
צו זיין טאטע הרה"ק רבי אהרן הלוי עפשטיין זי"ע,
און צו זיין מאמע הצדקת מרת צילקא ע"ה,
פון די גזע פון הגה"ק בעל החינוך זי"ע, און פון די גזע פון הגה"ק רבינו זרחיה בעל המאור השגות על הרי"ף זי"ע.

דער טאטע פונעם מאור ושמש זי"ע איז געווען א בעקער און נישט געהאט קיין געלט צו שיקן זיין זוהן קלמן לערנען ביי א מלמד, פלעגט דער קליינער זוהן קלמן זייענדיג 7 יאר אלט, ארויסהעלפן דעם טאטן מיט פרנסה און ארום געגאנגען אונעם מארק אין קארקא פארקויפן די בייגעלעך פונעם טאטן'ס בעקעריי.

עס איז געווען ווינטער און ווען דער קינד קלמיש'ל האט גענדיגט פארקויפן די בייגלס איז דער קינד אריין אין ביהמ"ד זיך אביסל אנווארמען, און זיצענדיג אין ביהמ"ד האט ער זיך צוגעהערט ווי די תלמידי חכמים זענען זיך מפלפל אין לערנען, און דער קינד האט זייער הנאה געהאט פון די תורה וואס ער האט דארט געהערט.
האט דער קליינרער קלמיש'ל מחליט געווען יעדן טאג נאכדעם וואס ער האט געענדיגט פארקויפן אלע בייגלס איז ער אריין אין שוהל און מיט געהאלטן דאס לערנען פון די תלמידי חכמים פונעם שוהל.
צווישן די לומדים איז געווען א גרויסער עושר א תלמיד חכם, וואס האט אין אכט גענומען דעם קליינעם קלמיש'ל וואס זיצט יעדן טאג לאנגע שעות אין הערט זיך צו צו די פלפולים, האט ער דעם קינד געפרעגט ווער ער איז און ווער עס איז זיין מלמד, האט דער קינד געזאגט אז ער גייט נישט אין חדר נאר ער פארקויפט בייגעלעך פאר זיין טאטן וואס איז דער בעקער פונעם שטאט.

האט אים דער עושר געפרעגט אויב ער פארשטייט די פלפולים וואס מען זאגט דא אין שוהל, האט דער קליינער קלמיש'ל נאכגעזאגט דעם גאנצן פלפול ווארט ביי ווארט, דאן האט דער עושר געזען אז דער קינד איז א חריף.
איז דער עושר אריבער צום טאטן רבי אהרן און אים אנגעטראגען א געשעפט, איך האב א טאכטער בערך 6 יאר אלט, אויב בוסטו מסכים צו שליסן שידוך מיט מיין טאכטער צו דיין זוהן קלמן, וועל איך צאלן פאר א מלמד וואס זאל מיט דעם קינד לערנען און אזוי וועט דער קינד אויסוואקסן א תלמיד חכם, און פארן קינד נעם איך מיך אינטער צו געבן א גאר שיינע נדן פארן חתן ביי די חתונה.

דער טאטע רבי אהרן האט פאר דעם עושר געזאגט אז ער איז מסכים אויפצוגעבן אויף דעם אז דער קינד זאל אים ארויסהעלפן אין פרנסה, און ער איז מסכים צו דעם געשעפט נאר כדי זיין זוהן זאל וואקסן אין תורה.
ווען דער קינד איז געווארן בר מצוה האט מען אויך געמאכט די חתונה, און דער שווער האט דעם איידעם אויסגעהאלטן מיט וואס עס האט זיך אויסגעפעילט, און פון דעם קינד קלמיש'ל איז אויסגעוואקסן דער הייליגער מאור ושמש זי"ע.
לעצט פארראכטן דורך מרגלא בפומיה אום דינסטאג יוני 20, 2023 10:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

ער איז געווען א בעל מקובל און א מופת הדור, עניו וצדיק, און א אדם הגדול בענקים, טויזענטער אידן זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצלו.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצדקת מרת מילכה ראדל ע"ה, בת הנגיד רבי מרדכי גוטלאד זי"ע, וואס האט דעם צדיק וקדוש אויסגעהאלטן נאך פון די 7 יאר.
נאך די חתונה האט ער געדאווענט אונעם ביהמ"ד הרמ"א זי"ע.
איין טאג איז דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע געקומען קיין קראקא, דארט אין שטאט האבן דאן געואווינט אסאך מתנגדים, האט דער הייליגער רבי אלימלך געדאווענט אונעם ביהמ"ד פון הגה"ק בעל מגלה עמוקות זי"ע, און ווי פארשטענדליך זענען גאר ווייניג מענטשן געקומען דאוווענען מיטן רבי ר׳ אלימלך ווייל רוב שטאט זענען געווען מתנגדים.

אבער יענעם טאג ווען דער מאור ושמש האט געוואלט גיין דאווענען איז געווען רגליו מוליכות אותו צום ביהמ"ד פונעם מגלה עמוקות, און תיכף ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט ער געזען דעם צדיק רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע און גלייך איז געווען נפשו קשורה בנפשו און דער מאור ושמש האט זיך גלייך מדבק געווען אונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע.

ער איז געווען דבוק אין די צדיקי הדור ובתוכם.
הרה"ק רבי אלימלך מליזענסק זי"ע,
והרה"ק רבי זושא מאניפולי זי"ע,
והרה"ק בעל החוזה מלובלין זי"ע,
והרה"ק המגיד מזלאטשוב זי"ע,
והרה"ק בעל הקדושת לוי מבארדיטשוב זי"ע,
והרה"ק רבי מרדכי מנעשכיז זי"ע,
והרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע,
והרה"ק בעל עבודת ישראל המגיד מקוזניץ זי"ע,

זיין רבו מובהק איז געווען דער הייליגער רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, עס איז דא אפאר באקאנטע נסחאות ווי אזוי ער איז נתקרב געווארן שוין פון זיין יוגענט צום הייליגען רבי אלימלך מליזענסק זי"ע, צו דאס איז דורך דעם ברידער פונעם נועם אלימלך רבי ר' זושא מאניפולי זי"ע אדער דורך הרה"ק בעל הקדושת לוי מברדיטשוב זי"ע.

נאך די חתונה האט ער געבעטן רשות פון זיין שווער צו גיין זיך מסתופף זיין בצלו פונעם הייליגען נועם אלימלך זי"ע, אנפאנג האט דער שווער וואס איז אויך נישט געווען קיין חסיד געפרעגט פונעם איידעם, פארוואס ברויכסטו מבטל תורה זיין מיטן גיין צום רבין, די קענסט דאך דא עוסק זיין בתורה.
ווען זיין רעביצן האט געזען ווי שטארק דער מאן וויל גיין צו זיין רבין, האט זי אים געזאגט אז אויב דאס וועט אים העלפן אין זיין עבודת השם, זאל ער גיין אפילו אן רשות פון זיין שווער, דאן איז דער מאור ושמש געפארן צו רבי ר׳ אלימלך זי"ע.

ווען ער איז דארט אנגעקומען האט אים רבי ר׳ אלימלך זי"ע געפרעגט, ווער ביזטו, און פון ווי קומסטו, און וואס ווילסטו דא אויפטון.
האט ער געענטפערט, איך הייס קלונימוס פון קראקא, און איך בין אהער געקומען אז דער רבי זאל מיט מיר לערנען תורה.
האט רבי ר׳ אלימלך געזאגט, איך לערן נישט מיט קיין תלמידים, און רבי ר׳ אלימלך האט זיך שטארק פארטראכט, און ווען דער רבי אלימלך האט זיך אויפגעכאפט האט ער נאכאמאל איבער געפרעגט דאס זעלבע, און דער רבי קלמן האט געענטפערט דאס זעלבע.

דאן האט רבי ר׳ אלימלך געזאגט, אויב ווילסטו קענסטו דא בלייבן אלץ משרת, און דער הייליגער מאור ושמש האט צו דעם מסכים געווען, און דארט געבליבן, דארט האט דער מאור ושמש אסאך געלערנט פון זיין רבין רבי ר׳ אלימלך מליזענסק זי"ע.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

נאכדעם וואס ער איז געווען ביים הייליגען רבי ר׳ אלימלך זי"ע, ווען ער איז צוריק אנגעקומען אהיים האט ער מבער געווען אלע זיינע חידושי תורה וואס ער האט ביז דאן געשריבן.
ער האט געזאגט אז נאכדעם וואס ער איז געווען ביים רבין אין ליזענסק קען מען מחדש זיין חידושי תורה לאמיתה של תורה.

דערציילט מען אז דאס חביבות וואס זיין רבי דער רבי ר׳ אלימלך האט געהאט צו זיין תלמיד איז נישט צום באשרייבן, ער האט אייביג געהאט דער דין קדימה איבער זיינע אלע אנדערע חברים.
איינמאל זענען געווען דריי גרוויסע תלמידים ביים הייליגען רבי אלימלך און גערעדט ווער פון זיי וועט האבן די זכי' אריינצוגיין צום רבין דער ערשטער, דאס איז געווען הרה"ק רבי שלמה מקשאנוב זי"ע, הרה"ק רבי ראובן הלוי הורוויץ בעל דודאים בשדה זי"ע און רבינו זי"ע,
ווען דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך זי"ע האט געהערט ווי די דריי תלמידים זענען זיך מתווכח ווער עס וועט אריינקומען דאס ערשטע, איז דער רבי ארויס אין געזאגט פאר די דריי תלמידים אז "קשר" באטרעפט זייערע נעמען, און "ק" איז דאך דאס ערשטע און דערפאר וועט קלמן אריינקומען דאס ערשטע.

בשנת תקמ"ה איז ער בצוואות פון זיין רבי דער הייליגער רבי ר׳ אלימלך זי"ע, אריבער קיין קרארקא און דארט אנגעהויבן מפיץ זיין דאס דרך החסידות, אבער דארט זענען נאך געווען אסאך מתנגדים צום דרך החסידות, איז דארט געווען א שטארקע התנגדות קעגן דעם מאור ושמש עד כדי כך אז דאס בי"ד פון הגה"ק רבי יצחק סג"ל לאנדא מקראקא זי"ע האט ארויסגעגעבן א חרם אויפן מאור ושמש אז ער זאל נישט פארשפרייטן דעם תורת החסידות.
אבער שפעטער ווען דער דרך החסידות איז געווארן מער פארשפרייט אין גאליציה האט מען דאן אנגעהויבן זעהן דעם גדלות און קדושה פון דעם מאור ושמש און דאן האבן זיך טויזנטער אידן מדבק געווען אין דעם צדיק.

בשנת תקמ"ז ווען רבי ר' אלימלך זי"ע איז נסתלק געווארן, האט ער זיך מדבק געווען אונעם חוזה מלובלין זי"ע און זיך פאריפן אלס א תלמיד מובהק פונעם חוזה מלובלין זי"ע, און אויך פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זי"ע.
דאן איז ער געווארן באוויסט מיט זיין גדלות און קדושה, אויך איז ער דאן געווארן באוויסט אלס א בעל מופת.

דער צדיק האט זיך זיין גאנץ לעבן גאר שטארק געקאכט אונעם הייליגען שבת, און דעם גאנצן שבת איז דער צדיק געווען און א דביקות.
ער האט דעם גאנצן וואך מקפיד געווען נישט צו עסן קיין פיש, און געזאגט אז דאס מאכל איז א הייליג מאכל נאר פאר שבת קודש, און ער האט אליין מעיד געווען אז עס איז ביי אים קיינמאל נישט געשען אז ער זאל נישט האבן קיין פיש אויף שבת קודש.
מרגלא בפומיה
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרגלא בפומיה »

דער חוזה מלובלין זי"ע האט געזאגט אויף זיין תלמיד דער מאור ושמש זי"ע אז ער איז איינע פון זיינע דריי תלמידים וואס פארגעסט נישט פונעם פחד ה' אפילו אויף איין מינוט אונעם טאג.

דער דברי חיים זי"ע האט געזאגט אז ער האט געקענט דריי צדיקים וואס זענען געווען בבחינת אדם הראשון קודם החטא, און דאס איז געווען
הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע,
והרה"ק רבי מאיר הלוי בעל אור לשמים מאפטא זי"ע,
און הרה"ק בעל מאור ושמש מקראקא זי"ע.
הרה"ק בעל אריה דבי עילאי זי"ע האט געזאגט אז דער מאור ושמש האט געהאט א כח ארויסצונעמען דעם נשמה פון א גוף פון א מענטש און דאס אויסוואשען און מאכן דעם מענטש פאר א בריה חדשה.

ער האט אמאל מסביר געווען פאר די תלמידים וואס עס מיינט אמת'ע עניוות, אויב א מענטש איז זיך באמת מבטל אין הארץ אינגאנצען, און ער גלייבט באמת אז ער פארמאגט נישט גארנישט, נישט קיין תורה נישט קיין יראה נישט קיין חכמה און תבונה, דאס מיינט עניוות באמת.
אבער אויב אין הארץ האלט ער נאך אז ער איז עפעס ווערט, נאר ער וויל מקיים זיין וואס חז"ל זאגן "מאוד מאוד הוי שפל רוח" און דערפאר זאגט ער פאר אנדערע וואס ווילן אים מכבד זיין, אז מה אני ומה חיי', דאס איז אויך חשוב, אבער דאס איז נישט עניוות באמת, ווייל דער הארץ און דער מויל ברויכן זיין גלייך.

דעם ספר מאור ושמש האט דער זוהן הרה"ק רבי אהרן זי"ע אנגעהויבן שרייבן נאך בחייו פונעם הייליגען טאטן אבער געדריקט געווארן שפעטער נאכן פטירה פונעם צדיק, צדיקים האבן געזאגט אז דער ספר איז אויף חסידות אזוי ווי שולחן ערוך איז אויף הלכה.

הרה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב זי"ע איז איינמאל געפארן קיין צאנז, האט ער זיך אפגעשטעלט אין שטאט קראקא, און דארט האט ער אין דריי טאג דורך געלערנט דעם הייליגען ספר מאור ושמש פון דעקל צו דעקל, און געזאגט, אז היות דער צדיק איז באהאלטן אין דעם שטאט איז דא א ענין צו לערנען דעם ספר הקדוש.

ער האט איבער געלאזט צוויי הייליגע קינדער.
הרה"ק רבי אהרון זי"ע, הנקרא בפי כל "דער הויכער ר' ארון מקראקא", חתן הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע.
הרה"ק רבי יוסף ברוך זי"ע, הנקרא בפי כל "דער גוטער יוד פון ניישטאט".
די צוויי הייליגע קינדער האבן באקומען א ברכה פונעם טאטן בעפאר ער איז נסתלק געווארן, אז ווען זיי ווועלן אריינלייגען די האנט אין טאש וועלן זיי טרעפן געלט, אבער די צוויי צדיקים האבן זיך מיט דעם ברכת קדשו נישט געוואלט באנוצען אויף קיין גשמיות.

נסתלק לגנזי מרומים א' תמוז ב' דראש חודש תמוז תקפ"ג.
ומנוחתו כבוד איז אין דעם ביה"ח החדש אין שטאט קראקא.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
יחסן נפלא
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 20, 2023 10:02 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחסן נפלא »

הרב מגאליציען האט געשריבן: מוצ"ש יוני 12, 2021 6:37 pm
אויב עמיצער ווייסט וואס איז געווען דער געשעפט וואס די יושבים אין בעלז האבען געהאט מיט'ן מאור ושמש
איך האב געהערט בשם הרה"ק רמ"א פריינד זצ"ל אז די וועלט זאגט אז די סיבה איז דער שטיקל מאו"ש פרשת קרח בנוגע מחלוקת שאינה לש"ש,אבער די אמת'ע טעם אז ווען דער הייליגע שר שלום מבעלזא זי"ע איז געווען ביים רבין פון לובלין האט דער הייליגע חוזה מקרב געווען דער בעלזא רב (געגעבן מדריגות?) אויף א אופן יוצא מן הכלל ביז דער ישמח משה און דער מאור ושמש האבן זיך אנגערופן צום רבי פון לובלין "גענוג" ועל זה יצא הקצף.
שעטנז
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 11, 2022 11:50 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעטנז »

ווייסט אפשר איינער וויאזוי די סטאניסלאווער רבי פון לאנדאן ר' אורי אשכנזי איז געווען אן אייניקל פון מאור ושמש? אביו ר' משולם ישכר הי' חתן ר' קלמן יאלעס בן ר' נחום בן ר' אורי מסאמבור ,ור' נחום הי' חתן ר' ישראל שמואל מטאמאשוב בן ר' לייבוש חתן האור לשמים, וכפי המקובל ר' קלמן הנ"ל נקרא אחר המאור ושמש)
מיין פלאמבער האט אויך זייער שלעכטע מידות... אבער ער טויגט אויף פלאמבינג
טראמפ האט טאקע מידות מושחתות אבער פארפאלן ער טויגט...
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יחסן נפלא האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:51 am
הרב מגאליציען האט געשריבן: מוצ"ש יוני 12, 2021 6:37 pm
אויב עמיצער ווייסט וואס איז געווען דער געשעפט וואס די יושבים אין בעלז האבען געהאט מיט'ן מאור ושמש
איך האב געהערט בשם הרה"ק רמ"א פריינד זצ"ל אז די וועלט זאגט אז די סיבה איז דער שטיקל מאו"ש פרשת קרח בנוגע מחלוקת שאינה לש"ש,אבער די אמת'ע טעם אז ווען דער הייליגע שר שלום מבעלזא זי"ע איז געווען ביים רבין פון לובלין האט דער הייליגע חוזה מקרב געווען דער בעלזא רב (געגעבן מדריגות?) אויף א אופן יוצא מן הכלל ביז דער ישמח משה און דער מאור ושמש האבן זיך אנגערופן צום רבי פון לובלין "גענוג" ועל זה יצא הקצף.
די וועלט זאגט אז וואס??
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
יחסן נפלא
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 20, 2023 10:02 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחסן נפלא »

אז דער א"ד שטיקל מאו"ש האט מען געמיינט בעלזא
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25616
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 30, 2022 5:58 pm
היינט נאכט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי אהרן מקראקא זי"ע
בן המאור ושמש זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25616
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי יוסף ברוך מניישטאט - י' אדר א' תרכ"ז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מומחה יוחס האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 11, 2022 10:51 am
היינט די הילולא קדישא פין הרה"ק רבי יוסף ברוך מניישטאט - דער גוטע יוד מניישטאט זי''ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 25616
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

היינט נאכט דער הילולא קדישא פון דער הייליגע מאור ושמש זי"ע
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
פיקליש
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:43 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיקליש »

שיינע שמועס פון ר' שמעון שפיצער אויפן הייליגן מאור ושמש זיע

Check out "הילולא דצדיקיא - הרה"ק המאור ושמש זצוק"ל - שימוש תלמידי חכמים" via web: http://lomdotchasidut.libsyn.com/g3wnmfuhktfk
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2220
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

ס'איז דא עפעס א מעשה ווי ער האט אנגעוואונטשען א איד אז זיינע אייניקלעך וועלן אלע דורות זיין גרויסע עשירים און עד היום הזה זענען זיי עשירים. איינער ווייסט מער פרטים און וועלכע משפחה דאס איז ?
popo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2017 11:38 am

Re: רבי קלונימוס קלמן עפשטיין 'המאור ושמש' זצ"ל - א' תמוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך popo »

שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”