אויף קול מבשר זאגט ער אז היינט איז די יארצייט פון א מקובל ר' יעקב ישראל חיים בן לאפיא ז"ל וועלכער האט פארשפראכן אז ווער עס וועט צונדן א ליכט זאגן זיין תפלה און בעטן א בקשה אין די טאג פון זיין יארצייט וועט געהאלפן ווערן.
המקובל ר' יעקב חיים ישראל אלפייה איז געבוירן געווארן אין ארם צובה בשנת תר"כ לפ"ק, צו זיין טאטן ר' יצחק ישעי' אלפייה ז"ל, ווי ער האט געלערענט ביי ר' מרדכי עבאדי ז"ל מח"ס מעין מים, שפעטער איז ער ארויף קיין ארץ ישראל מיט זיין טאטן ווי ער האט זיך משלים געווען בתורה ובעבודה, און ער איז באקאנט געווארן פאר א גדול בנגלה ונסתר, והעמיד תלמידים הרבה, ער איז נפטר געווארן אין ירושלים בשנת תרע"ו לפ"ק, אין יונגן עלטער פון 58 יאר.
לא נאמר מיתה אחריו כי הניח אחריו ברא כרעא דאבוה ה"ה בנו המקובל ר' יצחק ז"ל, וואס האט געדריקט זיין טאטען'ס חידושים בנוסף צו זיינע אייגענע, און עס א נאמען געגעבן ריח ליצחק.
דאס וואס מאנכע זאגן אז ער האט געזאגט אז ווער ס'וועט זאגן פתח אליהו און צינדן ליכט לע"נ, וועט נתמלא ווערן זיין בקשה, לא מצאתי מקור לזו... דער "לוח דבר בעתו" ברענגט דאס טאקע, אבער אן א מקור ווי ס'שטייט.
היינט איז די יא"צ פון הרה"ק רבי יעקב חיים ישראל רפאל אלפייה בן הרה"ק רבי יצחק זיע"א בעל ריח ליצחק. כ'האב געהערט אז מ'זאגט נאך אין זיין נאמען, א סגולה וועגן זאגן היינט דעם פתח אליהו
אזוי שרייבט מיר איינער נאך ממקור אחד:מי שידליק נר לטובת נשמתו של 'רבי יעקב חיים ישראל רפאל ב"ר יצחק, ויאמר אח"כ: הריני קורא פתח אליהו לכבוד רבינו יעקב חיים ישראל רפאל בן רבי יצחק ושרה אלפייה, זיע"א, בבקשה שיעתיר ויעמוד בתפילה עבור(יזכיר כאן שמו ושם אמו)ויבקש את בקשתו(בקשה אחת בלבד),ובעז"ה יראה ישועות.
עַד כָּאן רָזָא דְיִחוּדָא. בָּרוּךְ ה' לְעוֹלָם אָמֵן וְאָמֵן:
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
דא ברענגען זיי טאקע אז ס'האט מיט די יארצייט, אבער ברענגען נישט דעם ארגינעלן לשון הצוואה, ואם זכרוני אינו כוזב לי ווערט דאס אפשר געברענגט אין הנהגת הצדיקים [פון ראטנבערג] שאינו תח"י אויב איינער וואלט געקענט נעמען די מיה און דאס אהערשטעלן לזכות את הרבים
אגב, שוין גענוצט עטליכע מאל די סגולה מיט גרויס הצלחה
ער שרייבט עס זיין זוהן אין זיין ספר שיח יצחק עמו' ח', מתוך הצוואה שכתב אביו 'לתלמידיו' מקום קבורה ירושלים: הר הזיתים חלקת הנביאים (יש לבוא מדרך יריחו בצד שני של כניסת אור החיים הקדוש עולים במדרגות הכניסה הראשונה. הקבר נמצא בשורות הראשונות)
קאפירייד, איך האב געוואלט עפענען א כולל 'פתח אליהו המסוגל', ווי א מנין וועט זאגן על ציון קברו.
כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינעןhttps://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/