הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

היינט איז דא א גאנצע מאוומענט אין די ציוניסטישע מיליטער איבער ציצית, דער ציונית'טישער עגל איז זיך מתלבש מיט א טלית שכולו תכלת אז ציצית איז די מערסט פארלאנגטע אייטעם אין צה"ל, מען קניפט ציצית אין חסידישע ישיבות פאר צה"ל

האט הגאון ר' מאיר געזאגט אז מיט דעם פארשטייט ער וואו עס קומט אריין אינמיטן די פרשה פון ציצית, לכאורה א זעלבסטשטענדיגע טעכנישע מצוה, אז ווען מען האט א בגד פון ד' כנפות דארף מען לייגן ציצית, אבער וואו האט דער ולא תתורו אחרי לבבכם זו מינות דא אריינגעוואנדערט? אבער יעצט פארשטייט מען שוין...
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

גדול העונה
גדול העונה
IMG_6081.jpeg (147.43 KiB) געזען 1013 מאל
א שיינער כאַפּ פון א ווארט:
גדול העונה יותר מן המברך.
מתוק לחכי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 21, 2021 7:39 am

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוק לחכי »

אמר פעם (בנעפאנעק לפני ל"ה שנים בערך): ווען בין איך אין יעדנ'ס מויל? ווען מען עסט דעמ-אייער צוויבל.
מתוך
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 06, 2022 5:34 pm

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתוך »

ר' מאיר האט אמאל געזאגט אז אין די ווארט בא איז מרומז אלע דריי מכות וואס שטייט אין פרשת בא ב'כורת א'רבה און חושך איז דאך טונקעל קען מען עס נישט זעהן..
מתוך שלא לשמה בא לשמה
קונטרס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 7:22 am

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קונטרס »

מתוך האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:50 pm
ר' מאיר האט אמאל געזאגט אז אין די ווארט בא איז מרומז אלע דריי מכות וואס שטייט אין פרשת בא ב'כורת א'רבה און חושך איז דאך טונקעל קען מען עס נישט זעהן..
שטייט שוין אין קדמונים (פענח רזא) אז דער אל"ף מרמז אויף א'ופל - חושך.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5538
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

בן כלבא שבוע האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 1:45 pm
ממי_שאמרו האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 9:53 am
התחברות האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 7:35 am
איז עס דער זעלבער מענטש וואס גייט כסדר אין אלע שפיטעלער באזוכן חולי ישראל און גייט אין תפיסות מחזק זיין אידן, אדער איז עס א אנדערער מיט אזא נאמען?
עס איז דער זעלבער איד. אזוי אויך איז עס דער זעלבער איד וועלכע קען ש"ס אויסעווענדיג (בלי גוזמה), עס איז דער זעלבער איד וועלכע איז זיך מכניע פאר זיין רבי כעבדא קמי מריה, עס איז דער זעלבער איד וועלכע קלאגט אויפן חורבן בדמעות שליש ווען הונדערטער אידן הערן אויס זיין דרשה און וויינען מיט, און עס איז דער זעלבער איד וועלכע וועט געבן א גוט ווארט פאר יעדן אפרוח. עס איז דער זעלבער איד וועלכע לא פסיק פמיה מגירסא, אבער וועט פארן אין די מרחקים א טובה טוהן פאר א איד.

בקיצור, א חד בדרא.

און די אלע וואס קענען אים נישט, ניין! מיר רעדן נישט פון א בדחן. מיר רעדן פון גאון עצום וועלכע האט פשוט ליב משמח זיין יעדן איד. און אויב א גוט ווארט וועט לייגן א שמייכל אויף א איד'ס פנים, וועט ער דאס אויך טוהן.
די איינציגסטע מאל ווען ר' מאיר וועט אנשרייען און אפילו מבזה זיין ברבים א צווייטע איד איז אויב מ'רעדט ביים דאווענען אדער קריאת התורה. אין אזא פאל קען ער אראפלאזן א ערנסטע פסק און ס'איז נישט שייך עס צו פרובירן צו פארוואסערן מיט א ווערטל... אזוי אויך קען ער קלאפן פון די אנדערע עק ביהמ''ד 'נא ששש'...
יאפ, כקען נישט פארגעסן זיצנדיג אין ישיבה לערנענדיג ביינאכט ערב זאת חנוכה ווען די ישיבה האט זיך איבערגעדרייט אז ר’ שלום מרדכי רובאשקין איז באפרייט.. א בחור האט זיך געוואלט נעמען טאנצן אינמיטן ביהמ”ד.. נאו נאו נאו.. נישט מיט ר’ מאיר.. הוי האט ער געשריגן אויף די ביטול תורה. און ר’ מאיר איז געווען דער וואס האט וועכנטליך געדאוונט אין אוטעסוויל און כסדר גערעדט פון ר’ שלום מרדכי... סוואלט מיך הונדערט פראצענט נישט געווען אויפפאלנד אויב ער זאל ווען טאנצן. די מעמארי גיי איך לכאורה נישט פארגעסן.

ביי ר’ יצחק ראזענבערג ע”ה מעשה אין פלארידע איז ער גאר געווען דער וואס האט ציוויסן געטון די בחורים איבער די מצב טאקע אז מזאל מתפלל זיין.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1820
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

כל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:46 am
להחיות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 12:01 am
די טעם פארוואס מ'בלאזט נישט שופר און מ'ליינט נישט די מגילה און מ'שאקעלט נישט לולב ווען עס געפאלט אין שבת איז שמא יעבירנו וילך ד' אמות ברה"ר, וואס בקיצור זאגט מען עס קדמא ואזלא מנח רביע, ער וועט זיך פעדערן און גיין ברה"ר און עס אראפלייגן נאך ד' אמות, די טראפ אויף אלע דריי פסוקים איז קדמא ואזלא מנח רביע, ולקחתם לכם ביום הראשון, בחודש השביעי באחד לחודש, און מגילה געדענק איך נישט די פסוק
היינו 'טעמא' דשופר די זעלבע טראפ וואס איז דא ביי שופר, היינו 'טעמא' דלולב, והיינו 'טעמא' דמגילה, קדמא ואזלא מנח רביע, וואס פארדעם טוט מען עס נישט ווען עס געפאלט אין שבת
דא האסטו די פסוק פון מגילה.
לכאורה מיינט ער דאס..
wow wow נישט נארמאל

פון די פסוק לערנט מען ארויס אז מ'דארף ליינען די מגילה יעדעס פורים, עיין מגילה דף ב' עמוד ב' וברש''י
הלכות מוקצה-הלכה 21


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.


א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

האמיר געוויילט מיט ר׳ מאיר ביים שבת לדורותם. דער אור המאיר שיינט און לייכט!

סשטייט אז די מצרים האבן זוכה געווען צו מנין בשעת יציאת נשמה.
זאגט ר׳ מאיר אז סאיז מרומז אינעם מדרש, הים ראה וינס, ברייתה דרבי ישמעאל ראה.
וויזו קיקט אויס א חסידיש שיהל? בעל תפילה: ׳רבי ישמעאל אומר..׳ נו, מנין?? (קיקענדיג אויף אינטערוויילעכטס..)
כלל וכלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2017 4:43 am

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כלל וכלל »

לשון הגמרא, דנקא (מין מטבע) זו שתות

זאגט ר׳ מאיר, דנקא, איינמאל דאנקען, זו שתות איז א שטות. נאר מען ברויך דאנקען דאנקען, און נאכאמאל דאנקען..
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

כלל וכלל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:11 pm
לשון הגמרא, דנקא (מין מטבע) זו שתות

זאגט ר׳ מאיר, דנקא, איינמאל דאנקען, זו שתות איז א שטות. נאר מען ברויך דאנקען דאנקען, און נאכאמאל דאנקען..
דאס האט שוין סאטמארע רב ז''ל געזאגט פאר ר' יונתן שטייף
אויב איז נארמאל צו זיין משוגע פארוואס זאל איך משוגע ווערן פון זיין נארמאל. כ׳העל זיין א משוגענער אזויווי יעדע נארמאלע מענטש און שוין…
קרעדיט יואב זינגערצווייג
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: הגאון ר’ מאיר צוויבל שליט"א- קורצע ווערטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

פרשת בשלח האט רש"י עטליכע וועגן צו פארענטפערן פארוואס עס שטייט ישיר משה מיט א י' און נישט שר אן א י'.
ווייל רש"י ווייל איז ווייזן אז עס איז נישט דא קיין איבעריגע 'איד'.
דאס לעבן איז פארקערט פונעם 'אטעלאו' שפיל - אין אטעלאו געווינט מען אויב דרייט מען יענעם איבער צו וואס דו ביסט. אין לעבן איז דאס פונקט פארקערט! - ממי שאמרו

מפתח - ממי שאמרו
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”