וואס שטייט אין ויואל משה??

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

וואס שטייט אין ויואל משה??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

בס"ד

לכבוד די הילולא קדישא וועל מיר בעזרת השם דא פרובירן צו העלפן דעם צבור הצמאים לדבר השם צו לערנען א שטיקל ויואל משה לעילוי נשמתו הטהורה...

ווי באקאנט איז דער ויואל משה נישט א גרינג ספר צו לערנען מצד אחד, ומצד שני וויל דער עולם לערנען און וויסן וואס די רבי האט געשריבן בדם לבבו!

ס'איז דא זייער זייער אסאך צו לערנען- און דאס איז טאקע די סבה פארוואס מ'הייבט אסאך מאל בכלל נישט אן- אבער ס'טוט אלס וויי נאכדערצו ביומא דהילולא וואס ס'איז א גרויסע זאך צו לערנען לעילוי נשמת א צדיק כ"ש א צדיק וואס האט ל"ע נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. מילא וועל מיר בעזר השם נעמען א סימן וואס איז א תמצית, א מיעוט המחזיק את המרובה, און דאס זאל זיין לעילוי נשמתו זי"ע

די רעדע איז וואס שטייט אין מאמר ישוב ארץ ישראל סימן קלג'... ווער ס'וויל מזכה זיין דעם צבור זאל אין א תגובה ברענגען לשונו הטהור, וואס ווער ס'קען פארשטייט זיך זאל דאס גלייך לערנען דארט, און ווער נישט, צי אפילו איינער וואס קען יא אבער מאיזה סבה איז אים גרינגער דאס צו לערנען קודם אין אידיש זאל דאס זיין א הילף!!

(די רבי האט געשריבן די מאמר בערך 10 יאר נאך די הקמת המדינה,(וואס איז געווען אייר תש"ח) און געענדיגט ערב שבת פרשת קרח, אביסל מער ווי 12 יאר נאך די הקמת המדינה.(סיון תש"כ) אין יענע יארן זענען נאך זייער אסאך געווען איבערלעבער פון די מלחמה, און די אלגעמיינע דעה ביי זייער אסאך איז געווען, אז די פלאטץ פון יעדן איד איז צו קומען און עולה זיין אויף ארץ ישראל.
די רבי האט ווי באוואוסט זיך מוסר נפש געווען, אז אידן זאלן איבער דעם גאנצען ענין האבן די ריכטגע דעת תורה, און נישט נתפעל ווערן פון די דרך רשעים צלחה.)

די רבי מאכט דא א תמצית הלכה למעשה, אויף וואס ער האט מאריך געווען אין די גאנצע מאמר ביז אהער.די רבי זאגט אז ער האט דעם תמצית צעטיילט אויף 13סעיפים, אנטקעגען די 13 אני מאמין'ס און די י"ג מדות של רחמים...

ס'לאזט זיך זאגן, אז די רבי האט ספעציעל געמאכט דעם תמצית, טאקע כדאי די וואס קענען נישט לערנען די גאנצע, זאלען זעהן אין קורצן הלכה למעשה וואס ער האלט.
ווי אויך קען מען זעהן ווי טייער און וויכטוג ס'איז אים געווען,דעם תמצית, זאגענדיג, אז די סימן צעטיילט ער ווי די "אני מאמין'ס אין די מדות"...

א) א איד וואס איז א צדיק, דהיינו ער איז מקיים כל התורה, און נישט עובר אויף קיין שום איסור,האט א אומשאצבארע זכות, אויב קען ער וואוינען אין ארץ ישראל. אפילו לויט די פוסקים וואס האלטן אז ס'איז נישט דא אן עקסטערע מצות עשה, צו וואוינען דארט,דאך זענען אלע מצוות וואס מען טוט אויף דעם הייליג פלאץ, אסאך חשוב'ער ביים אויבערשטן. וועגן דעם איז אזוי חשוב צו וואוינען אין ארץ ישראל ווי אלע מצוות פון די תורה צוזאמען,ווייל די גאנצע קיום התורה איז דארט חשוב'ר "אפילו היינטיגע צייטן".איך האב שוין אויבן מבאר געווען, אז אלע פוסקים זענען אין דעם מודה , מיין חלק זאל זיין מיט די אמת'ע עובדי השם פון ארץ ישראל!

ב) פונקט אזויווי די זכיה איז געוואלדיג, ווען מ'איז דארט א שומר תורה. איז ליידער פארקערט אויך... אויב איז מען נישט מקיים דארט די תורה, איז א יעדע עבירה אסאך הארבער ווי עבירות וואס מ'איז ח"ו עובר אין חוץ לארץ. "און אן עובר עבירה, איז אויך נישט מקיים די מצוה פון וואוינען אין ארץ ישראל"...אין דער סוף זייערע וועט זיין, אז זיי וועלן ארויסגעווארפן ווערן פון ארץ הקודש, ווי הונט.אין דעם איז אויכעט יעדער מודה, אפילו די קדושים וואס האבן אסאך געשריבן איבער די גרויסקייט פון וואוינען אין ארץ ישראל אויך בזמן הגלות...!

עוברי עבירה, רעדט מען נישט נאר פון מחללי שבתות צי אוכלי נבילות- די זיכער, נאר אפילו אזעלכע עבירות שאדם דש בעקביו, ווי "פארברענגען מיט חבירים אן זיך מתחשב זיין אז זיי זיצן אין א מקום קדוש", זיך "יא" קריגן ווי מען טאר נישט. זיך "נישט" קריגן ווען מ'דארף יא, נישט מוחה זיין אויף עבירות, ועוד...

די פוסקים זאגען נישט פונקטלעך ווי שטארק ירא שמים מ'דארף זיין, צי קענען אהין גיין וואוינען. ממילא קענען אונז נישט מייעץ זיין פאר יחידים, יא צו גיין דארט וואוינען,אדער נישט צו גיין דארט וואוינען.ווי אויך איז זייער שווער אין אונזער דור, צו וואוסן צי מ'איז באמת א ירא שמים.און אויך יעצט בזמן גזירת הגלות, איז שווער צו וואוסן ווער ס'דארף זיין אין ארץ ישראל, און ווער אין חוץ לארץ. מילא קענען אונז נאר זאגען פאר די וואס פרעגן, אז ס'ווענט זיך אין די שמירת התורה פון יעדער איד, און מ'זאל אליין אפמאכען אויף זיך... אין די וואס מיינען עס ערנצט, העלפט זיי די אויבעשטער, און ווער ס'דארף אנקומען קומט אן און ווער נישט נישט.


ג) די רמב"ם זאגט אז א מענשט ווערט נמשך נאך די דעות פון די מענטשען וואו ער וואוינט. ממילא איז פשוט אז אהין גיין וואוינען צי א געגענט פון רשעים, און אודאי מינים איז אסור! די גאנצע וואס איך האב אויבן געשריבן צדדים לכאן ולכאן, צי ס'איז היינט יא מצוה מן התורה, צי מדרבנן וכו' איז נאר ווען מ'וואוינט צווישן כשר'ע ירא השם שומרי תורה ומצוות!


ד) מ'זאל נישט גיין אז מ'האט נישט דארט א געהעריגע פרנסה בריווח, אפילו אויב קען ער דארט לעבן פון צדקה געלט!

ה)אויב ס'איז דא א "חיוב" מן התורה אויף יעדען יחיד עולה צי זיין אויף ארץ ישראל היינטיגע צייטן,לכאורה איז דא אין דעם א מחלוקת ראשונים. לויטן רמב"ן איז דא א חיוב עולה צו זיין, ווייל די רמב"ן זאגט אז דעס וואס די תורה זאגט "וישבתם בה" "עטס זאלץ ענק באזעצן אין איר" איז א מצוה אויף יעדן איד אפילו בזמן הגלות.
משא"כ די אנדערע ראשונים לערנען נישט אזוי ... לויט די אנדערע ראשונים, וואס האלטן אז די עצם וואוינען פאר זיך היינטיגע צייטען איז נישט קיין מצוה,וואס איז לגבי גיין אויף ארץ ישראל, כדי זיך מתחייב זיין מיט אלע מצוות התליות בארץ? איז אזוי, ב"ד צווינגט נישט א איד זאל זיך ברענגען צו א חיוב מצוה, וואס ער איז נאך נישט מחוייב. אבער ב"ד של מעלה איז יא מעניש, ווען ס'איז דא א חרון אף, פארן זיך נישט ברענגען צי א חיוב, כדי צי קענען מקיים זיין נאך מצוות...יעצט איז די שאלה, צי ב"ד של מעלה איז אויך מעניש, פארן נישט עולה זיין "ביז ארץ ישראל", כדי צי קענען מקיים זיין מצוות התליות בארץ? אסאך פוסקים האלטן, אז דאס אז מ'דארף זיך ברענגען- יוצא צי זיין כלפי שמיא- צו א חיוב, איז דוקא געזאגט געווארען "נאר אויף מצות ציצית" וואס דערמאנט אלע מצוות פון די תורה... אבער נישט אנדערע מצוות! לויט די פוסקים איז פשוט אז מ'דארף נישט עולה זיין.

די פוסקים וואס האלטן אז די זעלבע איז מיט "אלע מצוות" אז ס'איז דא א תביעה- כאטש ב"ד של מטה צווינגט נישט- אז מ'זאל זיך ברענגען לידי חיוב, "קען זיין אז דאס איז נאר אויף אן אופן, אז איך קען טון די מצוה "דא אין שטאט", אבער ארויס פון שטאט, אין אודאי אויב ס'פארלאנגט זיך צי פארן, איבער ימים אין טאכן פאר דעם, דעמעלץ איז נישט דא דעם תביעה...
אפילו א מצוה וואס מ'איז שוין פון ביפאר מחוייב, נאר מ'קען עס נאר מקיים זיין ווען מ'פארט צי אן אנדערע שטאט, איז אויך נישט זיכער אז מ'איז מחויב, ווענד זיך אין געוויסע פרטים און צדדים...
{על כל פנים, בהשקפה ראשונה זעהט, אויס אז די רמב"ן אין די וואס גייען אין שיטת הרמב"ן, האלטען אז יעדע יחיד פאר זיך, האט א חיוב אפילו בזמן גלות עולה זי זיין.}
אבער נאכען זיך שטארק אריין לייגן אין די סוגיא איז קלאר, אז ס'קען נישט זיין אפילו לויטן רמב"ן אז יעדער זאל א "חיוב האבן" עולה צי זיין אפילו היינטיגע צייטן,
ווייל די רמב"ן אליין זאגט אויף כמה מקומות אז "גלות איז א הכרח" אידן "מוזן" זיין אין גלות. נו ווי קען יעדער האבן א חיוב עולה צו זיין ווען אין די זעלבע צייט מיזן אידן זיין אין גלות?? אויב יעדער וועט מקיים זיין די מצוה, וועט דאך נישט זיין קיין גלות. וואס אודאי איז די רמב"ן מודה אז אידן זענען אין גלות. מילא האב איך אויפגעוויזן באריכות מיט ראיות ברורות אין דעם מאמר, אז די שיטה פון די רמב"ן איז, אז יעדע איד אפילו היינטיגע צייטן, וואס וואוינט אין א"י איז מקיים א מצוה מן התורה פון וואוינען אין ארץ ישראל,אבער "קיין שום איד" האט נישט קיין "חיוב" עולה צו זיין, א חיוב צו גיין פון חוץ לארץ צו ארץ ישראל...

ממילא, כאטש ס'איז פאר א ריכטיגע שומר תורה געוואלדיג צו זיין אין ארץ ישראל, איז אבער רצון השם, און אזוי האט חכמתו יתברך איינגעזען, אז מ'דארף זיין אין גלות. מילא איז יעדער מקיים רצון השם.די וואס וואוינען אין ארץ ישראל און די וואס וואוינען אין חוץ לארץ... "אבער ביידע" דארפן מיינען לשם שמים!! אין ארץ ישראל לשם שמים, מקיים צי זיין מצוות ישיבת א"י, והמצוות התליות בארץ, וכל התורה כולה. אין חוץ לארץ לשם שמים, צו מקיים זיין די גזירת הגלות, מיט די געוואלדיגע תיקונים וואס ס'שטייט אין ספרי קודש אז מ'איז מתקן מיט גלות אין אדאי אלע מצוות וואס האט נישט מיט וואוינען ארץ ישראל...


ו) די וואס זאגן אז "אלע אידן" זאלן עולה זיין אויף ארץ ישראל יעצט בזמן הגלות,איידער משיח איז געקומען,רעדן אפיקורס'ישע ווערטער רחמנא ליצלן.
ווייל דעס אז ס'איז דא א גזירת הגלות, זעהט מען פון אסאך פסוקים און פון זייער אסאך חז"ל'ס. און אויך שטייט קלאר אין די תורה אין פרשת נצבים, (דברים אנהייב קאפיטעל ל' ) פסוק א' "והיה כי יבאו עליך כל הדברים האלה הברכה והקללה" כו' "ס'וועט זיין ( ביי די סוף פון די יעצטיגע גלות, ווייל ס'איז נאכנישט געווען די אלע קללות ביי גלות בבל יון מדי. רמב"ן ועוד.) ווען ס'וועט קומען אויף דיר די אלע זאכן, די ברכות און קללות" וואס איז געשטאנען אין פרשת כי תבא... פסוק ב' "ושבת עד ה' אלקיך ושמעת בקולו כו' בכל לבבך ובכל נפשך" די באשעפער זאגט א הבטחה (רמב"ם הלכות תשובה פ"ז ה"ה) אז די סוף פון די גלות וועט זיין "די וועסט תשובה טוהן מיט דיין גאנצע הארץ און זעהל"

{עיין מאמר שלש שבועות אות מ' מא' מב' ווי די רבי איז מבאר באריכות, אז דאס וועט זיין,איינס פון די צוויי וועגן. אדער אונז וועלן תשובה טוהן משום איזה סבה,מתוך בחירה. און די גמ' זאגט שוין אז כלו כל הקיצין ואין הדבר תלוי אלא בתשובה, דאס הייסט, אונז האלט מען שוין ביי דעם זמן, ווי משיח האט געזאגט פאר ר' יהושע בו לוי, ווען ער האט געפרעגט משיח, ווען ער וועט קומען, און משיח האט געענטפערט, "היום אם בקולו תשמעו" "היינט אויב מ'וועט תשובה טוהן" משיח וועט זיכער גלייך קומען, אויב טוהט יעדער תשובה... אדער אז מ'וועט נישט תשובה טוהן,איז דא א זמן וואס משיח מיז בהכרח קומען,און קען נישט קומען שפעטער, און ער וועט דאן מחזיר בתשובה זיין יעדן איד, און אפילו אן א בחירה, וועלן אונז תשובה טוהן. אבער ס'מוז קודם זיין תשובה פון גאנץ כלל ישראל פאר די גאולה}

אין הערשט נאכדעם פסוק ג' "ושב ה' אלוקיך את שבותך כו' וקבצך מכל העמים אשר הפיצך ה' אלוקיך שמה" "דער אויבערשטער וועט זיך צוריק קערען מיט דיינע געפאנגענע, און ער וועט ענק איינזאמלען פון צווישן די פעלקער, וואס דער אויבערשטער האט דיך דארט צעשפטרייט"!!

שטייט דא קלאר אין די תורה, אז קודם וועט זיין תשובה (פסוק ב') וואס דעמאלץ מיז משיח קומען, אדער וועט משיח מחזיר בתשובה זיין. אין נאר נאכדעם (פסוק ג') "וועט די אייבישטער מאכען קיבוץ גליות"... קומט אויס, אז איינער וואס זאגט, אדער גלייבט, אז ס'קען זיין קיבוץ גליות פון אלע אידען, פאר משיח וועט קומען, רעדט דברי כפירה, אדער אויב גלייבט ער אזוי איז ער א כופר!!

ווי אויך איז איינער, וואס אפילו נאר מיט רעדן זאגט און רעדט צו, אז אלע אידן זאלן עולה זיין אויף ארץ ישראל, גייט דאס אריין אין דעם גרויסען איסור וואס דער אויבערשטער האט אונז שטרענג אנגעזאגט, אין געמאכט שווערן, אז אונז וועלן נישט ארויף גיין בזמן הגלות, אויף ארץ ישראל מיט א גרויסן ציבור. "עליה בחומה", און דאס צורעדן אז מאסן זאלן קומען, איז אויך א חלק פון די השתדלות, וואס איז נכלל אין דעם איסור חמור!

{ אין די ערשטע מאמר אין ויואל משה מאמר שלש שבועות, איז די רבי מבאר באריכות די איסור פון יעדע פון די 3 שבועות. די שבועה פון נישט עולה זיין בחומה "שלא יעלו בחומה" איז אפילו די גוים געבן רשות, און אפילו נישט רוב כלל ישראל איז עולה, נאר א "גרויסע צבור" איז שוין עליה בחומה. מאמר שלש שבועות סימן י'}

ס'איז נאר מותר פאר "יחידים" עולה צו זיין, און אויך איז מותר "פאר יעדעם צו גליסטן" און וועלן זיין פון די יחידים וואס זענען זוכה צי דעם...

חלילה נישט טראכטן אז די גלות איז נישט פאר אונז א טובה, אין ווי אויך פאר די גאנצע וועלט, כמבואר בדברי חז"ל. עד כאן פאר יעצט.

( אויב דער עולם וויל וועל איך בל"נ שרייבן דאס איבריגע 7 סעיפים מארגן א גוטע נאכט)

אז איינער האט אן הערה סיי מיט א ספעלינג אדער מיט סיי וואס זאל ביטע אויפמערקזאם מאכן דא אדער אין אישי, יישר כחכם!
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: וואס שטייט אין ויואל משה??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

עמער מיט די אויבערשטערס הילף יעצט מסיים זיין די אנדערע 7 סעיפים...



ז)בנוגע ארויס גיין פון ארץ ישראל צו חוץ לארץ, וואס ס'שטייט אין די גמ' אז ס'איז אסור.זייער אסאך פוסקים ברענגען עס נישט, וואס מ'זעהט פון דעם, אז זיי האלטן אז די איסור איז נאר בזמן הבית. כאטש ס'איז דא וואס האלטן אז ס'גייט יא אן בזמן הזה, אבער וויבאלד די איסור איז נאר מדרבנן, אין ס'איז דאך א ספק צי די איסור איז בזמן הזה,איז ספיקא דרבנן לקולא. אפילו לויטן רמב"ן, וואס האלט אז דער וואס איז דארט, איז מקיים מן התורה א מצוה. אבער וויבאלד ס'איז דא א גזירת גלות, קען זיין, אז מ'קען נישט אסר'ן אפילו לויט אים ארויסצוגיין פון ארץ ישראל. אויך האבן רוב ראשונים נישט אנגענימען ווי די רמב"ן.

חוץ פון דעם ווי שוין פריער געשמועסט, כאטש ס'איז זייער גרויס די זכות דארט צו וואוינען, איז דאך פון די אנדערע זייט פונקט פארקערט, פאר דער וואס טויג נישט אינגאנצען. די רשב"ם זאגט, אז ארץ ישראל איז די ערגסטע לאנד פאר דער וואס באלאנגט נישט דארט, פונקט ווי ס'איז די בעסטע פאר די ריכטיגע ירא שמים. מ'קען נישט וויסן, וואס די מצב הרוחני פון דעם שואל וואס פרעגט צי ער מעג ארויסגיין איז... הלכה למעשה קענען אונז נישט מחמיר זיין, אויף איינער וואס וויל ארויסגיין, אים צו זאגן אז מ'טאר נישט!


ח) איינער וואס איז עוסק אין א גרויסע מצוה אין חוץ לארץ, וואס ער קען נישט טון אין ארץ ישראל, זאל נישט עולה זיין אויף ארץ ישראל. ווייל ער איז שוין מחוייב אין די מצוה, משא"כ מיט מצוות התליות בארץ, איז ער נאך נישט מחוייב...


ט) א נסיעה אויף ארץ ישראל, דארף דוקא זיין אויף אן אופן פון לשמה, קונה צו זיין קדושה וטהרה, אבער נישט גיין פאר כבוד אדער געלט, צי אנדערע אייגענע צוועקן שלא לשמה, וואס חוץ פון דעם פראבלעם פון שלא לשמה ( עיין באריכות סימן קכג' קכד', ווי די רבי איז מבאר בארוכה, אז ביי ישוב ארץ ישראל זאגט מען נישט דעם כלל "מתוך שלא לשמה בא לשמה") איז דאס נישט גיין לשמה עלול צו ברענגען מ'זאל עובר זיין דארט אויף אנדערע עבירות אויך, וואס איז זייער א הארבע זאך אויף אזא הייליג פלאץ.


י) די וואס שיקן געלט צו ארעמע ערליכע אידן אין ארץ ישראל, וואס זענען שומרי תורה כהלכה, און זיך נישט מתחבר קיין כי היא זה מיט רשעים, זענען מיט דעם מקיים אויך די מצוה פון ישוב ארץ ישראל. ווייל דורך זיין געלט, קענען די ערליכע אידן וואוינען אין ארץ ישראל און מקיים זיין תורה ומצוות. און זיכער אזוי, מיטן שיקן געלט פאר ערליכע חדרים, וואס זענען נישט נהנה פון געלט פון רשעים. וואס מיט דעם קענען זיי זיין ריכטוג אפגעטיילט פון די רשעים און אפוקורסים... אזויווי די רמב"ם איז מסביר, אז פאר דעם האט די תורה גע'אסר'ט נישט הנאה צו האבן פון די געלט פון א עיר הנידחת, ווייל טאמער וועט מען הנאה האבן, קען מען חס ושלום צוקימען צו דינען עבודה זרה,ממילא די חדרים וואס זענען מחנך תינוקות של בית רבן, אן הנאה האבן פון די געלט פון רשעים, איז מען מיט זיי שטיצען, אודאי מקיים מצות ישוב ארץ ישראל מן המובחר, ווייל אין זכות פון אט די הייליגע קינדער האט ארץ ישראל אן עקזיסטענס!!


יא) אויך א כהן מעג היינטיגע צייטן ארויסגיין פון ארץ ישראל. כאטש חז"ל האבן גוזר געווען אז גאנץ חוץ לארץ האט א דין פון ספק טומאה מת, און א כהן טאר זיך נישט מטמא זיין צו א מת, דאך זאגן די פוסקים, אז היינט איז ארץ ישראל גארנישט בעסער ווי חוץ לארץ. און פונקט ווי א כהן מעג וואקן אין חוץ לארץ, אדער אין ארץ ישראל אויף א פלאטץ ווי מ'ווייסט נישט פאר זיכער, אז ס'איז דא דארט א טומאה מת, די זעלבע איז ארויס גיין פון ארץ ישראל צו חוץ לארץ.. מ'קען זיך אויף דעם לכתחלה פארלאזן אפילו שלא בשעת הדחק...!


יב) צו קויפן א הויז אדער א פעלד אין ארץ ישראל, איז א גרעסערע מצוה פון עולה זיין אויף ארץ ישראל, אפילו לויט די וואס האלטען אז ס'איז א מצוה אויך היינטיגע צייטן צו וואוינען אין ארץ ישראל.
{צו קויפען פון א גוי און אודאי פון א אידישע אפיקורס וואס וואוינט לעבן א ערליכע איד איז די חשוב'סטע}
ווי אויך איז די לאווין פון נישט לאזן וואוינען גוים אין ארץ ישראל, וואס מ'קען מקיים זיין דורך קויפען א שטח, און נישט אריין לאזן קיין גוי אדער נישט ערליכע איד, גייט אן היינטיגע צייטן מן התורה לויט אלע דיעות. ווייל אפילו די וואס האלטן, אז ס'איז נישט דא היינט א מצוה צו וואוינען אין ארץ ישראל, איז אבער יעדער מודה אז ס'איז אלס דא אידן וואס וואוינען במציאות אין ארץ ישראל.

{ די רבי ברענגט כמה פעמים, אז אלע יארן פון גלות, איז אייביג אויך געווען, עפעס אידן אין ארץ ישראל. לויט טייל ראשונים איז דאס א חלק פון די הבטחה וואס די אויבישטער האט צוגעזאגט, אז ער וועט נישט פארלענדען כלל ישראל.די רמב"ם האלט, אז ס'וואלט נישט געווען קיין שום יום טוב, אויב זענען נישט דא אידן אין ארץ ישראל, קיין שום קידוש החודש, און קבועת הלוח,קען נישט זיין אין קראפט, נאר אויב ס'זענען דא אידן אין ארץ ישראל!}

ממילא וויבאלט אייביג, אפילו בזמן הגלות זענען דא דארט אידן, איז א מצוה ארויס צי זען ווי מער גוים און אפוקורסים פון ארץ ישראל. ווייל די תורה זאגט די סבה פארוואס מ'טאר נישט לאזן גוים וואוינען אין ארץ ישראל, ווייל "פן יחטיאו אותך לי" טאמער וועלן זיי דיך מאכן זינדיגן,און אויף אידישע אפוקורסים, איז דא א גרעסערע חשש אז זיי וועלן מאכן זינדיגן ערליכע אידן, ווי ס'שטייט אין רמב"ם. ממילא איז דאס גאר א גרויסע מצוה!!

דער וואס ערמעגליכט אפוקורסים, און מחטיאי הרבים ,צו וואוינען אין ארץ ישראל זענען עובר אויף אסאך לאווין. און דאס אז אידישע אפוקורסים זענען אין הייליגן לאנד האלט דאס ליידער אפ ביאת המשיח און די גאולה שלימה!!

יג) ס'איז א גרויסע מצוה פאר ווער ס'האט השפעה אויף איינעם, צו אויף מער ווי איינעם אין ארץ ישראל, וואס פורט זיך נישט ווי עס דארף צו זיין,משפיע צו זיין אויפ אים (צי אויף זיי) אוועק צו גיין פון ארץ ישראל!! צי וואוינט ער דארט צי לערנט ער נאר דארט אין ישיבה וכד'...
מ'רעדט נישט דוקא פון א גרויסע עובר עבירה ח"ו, ווי אן אוכל נבילת, מחלל שבת, נאר אפילו איינער וואס טוט אזעלכע זאכען וואס מענטשן טרעטן מיט די פיס, דהיינו זאכן וואס מענשטן באטראכטן נישט אזוי ווייט ווי אן עבירה, און דער עובר עבירה האט אודאי אסאך מער יראת שמים פון דעם מחלל שבת. דאך ווען מ'רעדט פון וואוינען אין ארץ ישראל דארף מען זיין 100% אויסגעהאלטן.

ווי שוין אויבן געזאגט אפילו ביי די 100% אויסגעהאלטענע ווייסט מען נישט, ווער ס'דארף זיין אין ארץ ישראל אין ווער אין חוץ לארץ, און בזמן הגלות האבן רוב ערליכע אידן געוואוינט אין חוץ לארץ, אין ביי די 100% אויסגעהאלטענע פירט שוין די אויבישטער יעדעם ווי ער דארף זיין, און דוקא א יעדער לויט זיין תיקון הנפש ,איז אויף די פלאץ ווי ער דארף צו זיין,און מ'קען נישט זאגן פאר 100% אויסגעהאלטענע איד ווי ער דארף וואוינען...

אבער איינער וואס איז נישט אינגאנצען אויסגעהאלטן, דארף מען אים צורעדן אוועק צו גיין פון אונזער הייליג לאנד! וואס דורך זינדיגן דארט, ברענגט מען רחמנא ליצלן גרויסע שאדן, פאר אלע אידן אין די וועלט, הן פאר די יושבי ארץ ישראל און הן פאר חוץ לארץ'דיגע אידן.

אמאל האט מען פארטריבן פון ארץ ישראל,יעדער נישט חתונה געהאטער, וואס איז אלט פון די 20 ביז די 60, אפילו מ'האט נישט געוואוסט אז ער איז נישט ערליך!
אונז דארף מען נישט אזוי מחמיר זיין, אבער כאטש זעט מען די בליק פון פריערדיגע צדיקים, איבער דעם ענין פון נישט לאזן אין ארץ ישראל קיין עוברי עבירה...

איבריג צי זאגען אז די וואס טון פארקערט, די וואס העלפן בעלי עבירות זיך צו באזעצן אין ארץ ישראל,מאכן חרוב די וועלט! און זייער עבירה איז שרעקליך גרויס אין אומפארגעבאר...!!

מיט דעם האט די רבי מסיים געווען די יג' סעיפים די תמצית פון די גאנצע מאמר...

איך וויל נאכאמאל בעטן ווער ס'קען זאל ביטע אראפברענגען לשון קדשו א גרויסן דאנק!
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: וואס שטייט אין ויואל משה??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

קען איינער ביטע אראפ ברענגען א קאפי פון ויואל משה עמוד, דשם -שמה-שמו-שמז-שמח?? א גרויסן ישר כח!
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: וואס שטייט אין ויואל משה??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-08-13 121745.png
Screenshot 2023-08-13 121745.png (243.33 KiB) געזען 647 מאל
Screenshot 2023-08-13 121736.png
Screenshot 2023-08-13 121736.png (245.19 KiB) געזען 647 מאל
Screenshot 2023-08-13 121726.png
Screenshot 2023-08-13 121726.png (229.66 KiB) געזען 647 מאל
אוועטאר
השקפה ברורה
שר האלף
תגובות: 1579
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 14, 2021 1:16 am

Re: וואס שטייט אין ויואל משה??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקפה ברורה »

.
אטעטשמענטס
Screenshot 2023-08-13 121808.png
Screenshot 2023-08-13 121808.png (230.57 KiB) געזען 643 מאל
Screenshot 2023-08-13 121758.png
Screenshot 2023-08-13 121758.png (225.36 KiB) געזען 643 מאל
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: וואס שטייט אין ויואל משה??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

ישר כח ר' השקפה ברורה
יוד
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 08, 2020 3:11 pm

Re: וואס שטייט אין ויואל משה??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוד »

איך טראכט אז ס'איז אפשר כדאי אראפ צוברענגען א קליין שטיקל פון די הקדמה צו ויואל משה וואס ברענגט ארויס די געוואלדיגע אהבת ישראל ואהבת השם ואהבת התורה בחדא מחתא וואס די רבי האט פארמאגט הגם איך שטעל מיר פאר אז יעדער ווייסט עס שוין אבער ס'שאט נישט איבער צו'חזר'ן

די רבי שרייבט אין די הקדמה ווי שווער ס'קומט אים אן דאס שרייבן זייענדיג פארנומען מער וויפיל ער קען בטבע דערהייבן, דאך שרייבט ער אז טאמער וועט נאר זיין אפילו איין איד וואס וועט קלאר ווערן נאכן זיין צומישט פון דעות כוזבות מיט די אמת'ע דעת תורה איבער עניני ציונות איז אים דאס שוין גענוג דאס גאנצע פלאג!!!

די רבי האט נישט דא געשריבן קיין גוזמאות... לאמיר זיך מתבונן זיין וואס דאס מיינט, אז א איד וואס איז פארנומען איבערן קאפ און נעמט שעות- טעג-וואכן- און חדשים צו שרייבן זיין ספר, איז אים אלעס כדאי צו העלפן אפילו נאר איין איד מיט זיין מצב הרוחני, ער זאל האבן די ריכטיגע דעת תורה און וואוסן וואס איז רצון השם...!!

וויפיל אהבת השם ותורתו און אהבת ישראל דארף מען האבן דאס צו באווייזן. זי"ע...
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”