אויפגעפאסט אן אינטערסאנטער זאך, א קרוב מיינער האט באקומען די אימעיל מיט א צומישעניש פון אינפארמאציע, לויט די צוזאמשטעל איז מוכרח אז די אינפארמאציע האבן זיי פון א געוויסע וועבסייט, וואס בערך 2 יאר צוריק האט די קרוב באשטעלט עפעס פאר א צווייטע קרוב און עס דעליווערט צו אדרעס פון א דריטן קרוב, און אט די קיגעל איז צוזאמגעמישט אין די אימעיל.
מיט די אינפארמאציע איז מיר אויסגעקומען אז יענע וועבסייט האט געניצט אן אנדערע היימישע קאמפעני צו צושטעלן א געוויסע סערוויס אויף זייער וועבסייט, (משום גילוי שרייב איך נישט מער, סארי), און זיי האבן צוליב דעם אלע קאסטומער'ס אינפארמאציע, אט די קאמפעני איז געווארן געהעקט בערך אנדערט-האלבן יאר צוריק, און די אינפארמאציע איז פארקויפט געווארן אויף די טינקעל-וועב, און זיי האבן געמאכט א שווייג דערפון, נאך א 2 חדשים פון די העק האבן זיי געשיקט אן אימעיל מיט א מילתא דלא משתמע לשום אנפין, און מיט דעם האט זיך עס גע'ענדיגט מצדם, אבער עס זעהט אויס אז יעצט עסט מען די זויערע קרויט.
א"ר יוחנן לעולם ישתדל אדם לרוץ לקראת מלכי ישראל, ולא לקראת מלכי ישראל בלבד, אלא אפילו לקראת מלכי עכו"ם, שאם יזכה יבחין בין מלכי ישראל למלכי עכו"ם.
אויפגעפאסט אן אינטערסאנטער זאך, א קרוב מיינער האט באקומען די אימעיל מיט א צומישעניש פון אינפארמאציע, לויט די צוזאמשטעל איז מוכרח אז די אינפארמאציע האבן זיי פון א געוויסע וועבסייט, וואס בערך 2 יאר צוריק האט די קרוב באשטעלט עפעס פאר א צווייטע קרוב און עס דעליווערט צו אדרעס פון א דריטן קרוב, און אט די קיגעל איז צוזאמגעמישט אין די אימעיל.
מיט די אינפארמאציע איז מיר אויסגעקומען אז יענע וועבסייט האט געניצט אן אנדערע היימישע קאמפעני צו צושטעלן א געוויסע סערוויס אויף זייער וועבסייט, (משום גילוי שרייב איך נישט מער, סארי), און זיי האבן צוליב דעם אלע קאסטומער'ס אינפארמאציע, אט די קאמפעני איז געווארן געהעקט בערך אנדערט-האלבן יאר צוריק, און די אינפארמאציע איז פארקויפט געווארן אויף די טינקעל-וועב, און זיי האבן געמאכט א שווייג דערפון, נאך א 2 חדשים פון די העק האבן זיי געשיקט אן אימעיל מיט א מילתא דלא משתמע לשום אנפין, און מיט דעם האט זיך עס גע'ענדיגט מצדם, אבער עס זעהט אויס אז יעצט עסט מען די זויערע קרויט.
יעצט באקומען די אימעיל צו זעקסטן מאהל... דאס מאהל מיט די ריכטיגע אדרעס און א בילד פון מיין הויז... אבער פון איבער צוויי יאהר צוריק. בקיצור איך בין א האט אייטעם פאר זיי....
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
מרנן ורבנןהאט געשריבן:↑פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:42 am
יעצט באקומען די אימעיל צו זעקסטן מאהל... דאס מאהל מיט די ריכטיגע אדרעס און א בילד פון מיין הויז... אבער פון איבער צוויי יאהר צוריק. בקיצור איך בין א האט אייטעם פאר זיי....
איך האב שוין באקומען 4 מאל אזעלכע אימעיל אין די לעצטע צוויי וואכן, דאס בילד פון די הויז איז געווען פון מיין שכן אויף די אנדערע זייט גאס, איך האב זיך אבער בכלל נישט דערשראקן ווייל איך האב ב"ה קיין מאל נישט געהאט קיין סמארט פאון אדער ענדליכס און ב"ה נישט געטוהן די זאכן וואס שטייט דארט אז איך האב געטוהן דעריבער האב איך תיכף געכאפט אז דאס איז סתם א שווינדל