דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

newschest79 האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 4:45 pm
יעצט באקומען די סארט אימעיל. איך האב געבלאקט דעם סענדער און אריינגעריקט די אימעיל אין ספעם. און כ'האף אז בזה יצאתי פון אלע פראבלעמען.
געטוהן די זעלבא, אבער זייט לעצטע וואך האב איך שוין באקומען דריי אזעלכע מעסעסזעס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

יעצט באקומען די עימעיל צום 5 מאהל.

כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4676
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

אויפגעפאסט אן אינטערסאנטער זאך, א קרוב מיינער האט באקומען די אימעיל מיט א צומישעניש פון אינפארמאציע, לויט די צוזאמשטעל איז מוכרח אז די אינפארמאציע האבן זיי פון א געוויסע וועבסייט, וואס בערך 2 יאר צוריק האט די קרוב באשטעלט עפעס פאר א צווייטע קרוב און עס דעליווערט צו אדרעס פון א דריטן קרוב, און אט די קיגעל איז צוזאמגעמישט אין די אימעיל.

מיט די אינפארמאציע איז מיר אויסגעקומען אז יענע וועבסייט האט געניצט אן אנדערע היימישע קאמפעני צו צושטעלן א געוויסע סערוויס אויף זייער וועבסייט, (משום גילוי שרייב איך נישט מער, סארי), און זיי האבן צוליב דעם אלע קאסטומער'ס אינפארמאציע, אט די קאמפעני איז געווארן געהעקט בערך אנדערט-האלבן יאר צוריק, און די אינפארמאציע איז פארקויפט געווארן אויף די טינקעל-וועב, און זיי האבן געמאכט א שווייג דערפון, נאך א 2 חדשים פון די העק האבן זיי געשיקט אן אימעיל מיט א מילתא דלא משתמע לשום אנפין, און מיט דעם האט זיך עס גע'ענדיגט מצדם, אבער עס זעהט אויס אז יעצט עסט מען די זויערע קרויט.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15337
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

כפרה האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:37 pm
אויפגעפאסט אן אינטערסאנטער זאך, א קרוב מיינער האט באקומען די אימעיל מיט א צומישעניש פון אינפארמאציע, לויט די צוזאמשטעל איז מוכרח אז די אינפארמאציע האבן זיי פון א געוויסע וועבסייט, וואס בערך 2 יאר צוריק האט די קרוב באשטעלט עפעס פאר א צווייטע קרוב און עס דעליווערט צו אדרעס פון א דריטן קרוב, און אט די קיגעל איז צוזאמגעמישט אין די אימעיל.

מיט די אינפארמאציע איז מיר אויסגעקומען אז יענע וועבסייט האט געניצט אן אנדערע היימישע קאמפעני צו צושטעלן א געוויסע סערוויס אויף זייער וועבסייט, (משום גילוי שרייב איך נישט מער, סארי), און זיי האבן צוליב דעם אלע קאסטומער'ס אינפארמאציע, אט די קאמפעני איז געווארן געהעקט בערך אנדערט-האלבן יאר צוריק, און די אינפארמאציע איז פארקויפט געווארן אויף די טינקעל-וועב, און זיי האבן געמאכט א שווייג דערפון, נאך א 2 חדשים פון די העק האבן זיי געשיקט אן אימעיל מיט א מילתא דלא משתמע לשום אנפין, און מיט דעם האט זיך עס גע'ענדיגט מצדם, אבער עס זעהט אויס אז יעצט עסט מען די זויערע קרויט.
לאמיר וויסן וויפיל אישי'ס דו האסט ביי פאר!
שמעון משה
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:17 am
לאקאציע:מלפנים חד גדיא

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעון משה »

מרנן ורבנן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 7:26 am
יעצט באקומען די עימעיל צום 5 מאהל.
גא''מ
ברכו שמו
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 4:52 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכו שמו »

כי עתה שבנו זה פעמיים
היינט באקומען צוויי שטיק - אבער בטעות געלייגט מיין שכןס בילד
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

יעצט באקומען די אימעיל צו זעקסטן מאהל... דאס מאהל מיט די ריכטיגע אדרעס און א בילד פון מיין הויז... אבער פון איבער צוויי יאהר צוריק. בקיצור איך בין א האט אייטעם פאר זיי....
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
בת קול
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm
לאקאציע:דארט ווי מיין מחשבה איז

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

ברכו שמו האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 1:46 pm
כי עתה שבנו זה פעמיים
היינט באקומען צוויי שטיק - אבער בטעות געלייגט מיין שכןס בילד
סעים היר..
תשפ"ה= 785
דולנד טראמפ נשיא= 785 (גימטריה)
וימי הפורים אינן בטלים לעולם= 785😂

ת'הא ש'נת ה'עריס פ'אלט= 1621
אסור לתת לנשים לנהוג =1621

ליכטמאן,סעלצער =680
פַּחַד וָפַחַת וָפָח =680
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

מרנן ורבנן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 12:42 am
יעצט באקומען די אימעיל צו זעקסטן מאהל... דאס מאהל מיט די ריכטיגע אדרעס און א בילד פון מיין הויז... אבער פון איבער צוויי יאהר צוריק. בקיצור איך בין א האט אייטעם פאר זיי....
יעצט באקומען צום זיבעטער מאהל. דאס מאהל צוריק צום אלטע נישט ריכטיגע אדרעס.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

Lpr האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 4:45 pm
איך האב שוין באקומען אזא אימעיל בערך 2 יאר צוריק, פארמעקט און געגאנגען ווייטער
ס'איז וויכטיג, למען הכלל, צי דריקן "ריפארט ספעם" אנשטאט סתם פארמעקן.

דאס העלפט אימעיל פראוויידערס צי שיקן דעם סענדער'ס אימעילס צי ספעם אדער אינגאנצן בלאקן.
Financial Consultant & CFO
זיכט איר איינער צי נעמען charge אויף אייער בינעס פינאנצען? ווארף אן אישי.
One hour consultation free
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1891
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

אגב. א עצה טובה איז נישט צו סעיוון די ריכטיגע היים אדרעס אדער ארבעט אדרעס אין גוגל מעפס.. (מקען לייגן א גאס אראפ אדער ארויף אויב מוויל גוטע דירעקציעס)
אויב חלילה א קרוק כאפט זיך אריין אינעם אקאונט , העלפן די אויבנדערמאנטע אדרעסן סיי צו צאמשטעלן א פראפייל פאר שווינדלערייען און קענען דערמיט שטארק אנשרעקן די געליטענע.
וכל מאמינים שהוא לבדו הוא, הממליך מלכים ולו המלוכה
#פון_עהם_קען_מען_נישט_גנבנ'ען
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3766
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע:שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

קען מען ערגעץ פיילן א לאו סוט אז ער האט מיר ארויס געלאזט
איך פיל מיר געהעריג אוט אף כלל ישראל
אוועטאר
נייגעריגע אקס
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:23 pm
לאקאציע:אויף די רויעך פין די מאפלער

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע אקס »

געמבלער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 9:19 am
אגב. א עצה טובה איז נישט צו סעיוון די ריכטיגע היים אדרעס אדער ארבעט אדרעס אין גוגל מעפס.. (מקען לייגן א גאס אראפ אדער ארויף אויב מוויל גוטע דירעקציעס)
אויב חלילה א קרוק כאפט זיך אריין אינעם אקאונט , העלפן די אויבנדערמאנטע אדרעסן סיי צו צאמשטעלן א פראפייל פאר שווינדלערייען און קענען דערמיט שטארק אנשרעקן די געליטענע.
אויב גוגעל ווערט געהעקט וועט דיר דאס שוין אויך נישט העלפן...
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5790
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

געמבלער האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 9:19 am
אגב. א עצה טובה איז נישט צו סעיוון די ריכטיגע היים אדרעס אדער ארבעט אדרעס אין גוגל מעפס.. (מקען לייגן א גאס אראפ אדער ארויף אויב מוויל גוטע דירעקציעס)
אויב חלילה א קרוק כאפט זיך אריין אינעם אקאונט , העלפן די אויבנדערמאנטע אדרעסן סיי צו צאמשטעלן א פראפייל פאר שווינדלערייען און קענען דערמיט שטארק אנשרעקן די געליטענע.
דיין אדרעס איז די גרינגסטע צו געוואויר ווערן, עס איז פובליק אינפאו.

צווייטענס ווי איינער שרייבט שוין, אויב באקומט איינער צוטריט צו דיין גוגל אקאונט איז דיין אדרעס די קלענסטע פראבלעם, און ער קען עס טרעפן אין דיינע אימעילס אסאך גרינגער..
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

איך האב שוין באקומען 4 מאל אזעלכע אימעיל אין די לעצטע צוויי וואכן, דאס בילד פון די הויז איז געווען פון מיין שכן אויף די אנדערע זייט גאס, איך האב זיך אבער בכלל נישט דערשראקן ווייל איך האב ב"ה קיין מאל נישט געהאט קיין סמארט פאון אדער ענדליכס און ב"ה נישט געטוהן די זאכן וואס שטייט דארט אז איך האב געטוהן דעריבער האב איך תיכף געכאפט אז דאס איז סתם א שווינדל
ברוכאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:48 am

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכאוויטש »

למעלה משבעים האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 7:33 pm
די אמת איז אז דער וואס דרייט זיך ווי מען טאר נישט איז טאקע יא מעגליך אז זיי זאלן האבן זיין גאנצע אינפארמאציע אפילו דאס וואס ער וויל נישט מען זאל האבן, ווייל די פלעצער זענען זייער אסאך מאל פול מיט וויירוס וכדו', און ס'קען טאקע יא מעגליך זיין אז זיי זיצן אויף זיין דעווייס, דאס איז בעצם וואס ליגט אונטער די סארט אימעיל'ס, ווייל די גוי ווייסט דאס אויך נאר ער האט נישט קיין פילטער וואס זאל אים אפהאלטן פון אנקומען צו די סייט'ס. ווידער דער וואס דרייט זיך טאקע נישט ווי מען טאר נישט, פון וואס זאל ער זיך פונקטליך שרעקן?

למעשה פאר אונז אידן איז דאס בכלל נישט נוגע, די שיקערס זענען דאך גוים, זייערע שרעקן איז בכלל נישט דומה לדומה צו א איד, ממילא די סארט אינפארמאציע מיט וואס זיי מיינען צו סטראשן איז בכלל נישט דא ביי א איד, ווייל אפילו לו יהא ס'זאל ווען זיין אמת אז זיי זיצן אין זיין דעווייס, למעשה זעמער א הייליג פאלק, אידן האבן נישט אזעלכעס וואס זאל הייסן פאר א גוי א פראבלעם, די ארגסטע וואס ער וועט טרעפן ביים איד איז א שווארצע בילד פונעם ווייס פרעזידענט... ביי אים איז דאך דאס א לכתחילה, אהה נישט שווארץ?!
ווער ווייסט אפשר האט ער מצליח געווען מיך אפצוכאפן ווי איך שפיל טעטריס
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: דראמא: שודערליכע אימעלס ווערן געשיקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

מאנטשיס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:44 pm
איך האב באקומען היינט א שרעקעדיגע אימעיל פון א אומבאקאנטע אימעיל אדרעס
זיי האבן מיין פאון נאמבער און נאמען!
ליינט זיך ווי פאלגענד
היות איך האב געוויזיט אומריינע וועבסייטס דורך א סמארטפאון און טעבלעט
און זיי זענען אריין אין מיין קעמארא און האבן videos פון מיר ווי איך קוק אומריינע videos
און אויב איך שיק זיי נישט גלייך א נדבה אויף ביטקוין פין 2500$
גייען זיי שיקן די videos פאר 12 קאנטעקטס פון מיין פאון א טאג!

לויט ווי איך הער בין איך נישט דער איינציגסטער וואס האט דעס באקומען
און מען טאר זיך נישט דערשרעקן אז זיי גייען טאקע אפשר שיקן עפעס (אפילו סתם א בילד פון אייך)

מדארף דעס פארשפרייטן אז קיינער זאל זיך נישט דערשרעקן פון דעם און ח״ו אריינפאלן אין א פאניק
היינט באקומען
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
אוועטאר
נייגעריגע אקס
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 23, 2023 10:23 pm
לאקאציע:אויף די רויעך פין די מאפלער

Re: דראמא: שודערליכע אימעלס ווערן געשיקט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייגעריגע אקס »

הרב זושא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2024 10:59 pm
היינט באקומען
מזל טוב
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

קענדי'ס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 9:29 am
קען מען ערגעץ פיילן א לאו סוט אז ער האט מיר ארויס געלאזט
איך פיל מיר געהעריג אוט אף כלל ישראל
גם אני מצטרף.
איך הער פון אלע מיינע ארומיגע, איך פיל מיר ווי אין ישיבה יעדער ווערט א חתן, און נאר פון מיר האט מען פארגעסן...
כהן מיוחס!
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3692
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

איך האב עס באקומען אין די לעצטע פאר וואכן מסתמא זעקס זיבן מאל... איך האב עס נישט געעפענט אבער איך גלייב אז יעדע מאל גייען זיי אראפ מיט די פרייז... איך ווארט ביז זיי גייען מיר צוצאלען צו אויס מעקן די ווידיאוס...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
אוועטאר
הערינג מיט ברוינפען
שר שלשת אלפים
תגובות: 3692
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 08, 2020 10:41 pm

Re: דראמא: שוידערליכע אימעילס ווערן געשיקט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערינג מיט ברוינפען »

קענדי'ס האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 20, 2024 9:29 am
קען מען ערגעץ פיילן א לאו סוט אז ער האט מיר ארויס געלאזט
איך פיל מיר געהעריג אוט אף כלל ישראל
שיק מיר אריין דיין אינפארמאציע און איך וועל דיר בל"נ צאמשטעלן אזא אימעיל... אז דו שרייבסט אויך צו אין וועלכע ביהמ"ד דו דאווענסט קען איך דיר אויך שיקן א פאר ווידיאוס ...
די עזה מיליטער האט פיר אפטיילונגען, די קאמאנדא איינהייט, פיס זעלנער איינהייט, ראקעט און מיסיל שיסער איינהייט, און די יומען שיעלד איינהייט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אימעיל און קאמיוניקאציע”