טעבלעטס חלק א' iPads
שלום וברכה מיינע טייערע פריינד.
אזוי ווי איך זעה ווי דער עולם האלט און איין פרעגען וואספארא טעבלעט צו קויפן מיין איך אז סאיז כדי אויסצושמועסן אביסעלע אלעס וואס סאיז דא אויף די מארקעט אז ווען סקומט צו זוכען א טאבלעט וועט איר וויסען בערך ווי איר שטייט אויף די וועלט.
איז לאמיר נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות און גלייך צוגיין צום ענין.
מיר וועלען עס צוטיילען בעזר השם און 2 חלקים. 1. פאר אייפעדס 2. פאר ענדרויד.
איז אזוי, סאיז פארהאנען 4 משפחות פון אייפעדס.
די 4 זענען ווי פאלגענד סארטירט פון די בעסטע ביז די שוואכסטע
iPad Pro
iPad Air
iPad
iPad Mini
איז לאמיר אנהייבען
iPad Pro
דאס זענען די בעסטע גרעסטע און שטערקסטע אייפעדס וואס זענען פארהאנען.
דאס קומט און אפאר מינע ווי פאלגענד סארטירט פון די נייעסטע ביז די עלטסטע.
די נייעסטע פארהאנען איז די
(iPad Pro 13-in (M4
און
(iPad Pro 11-in (M4
דא האט איר א בילד פון די pro 13
די צוויי (איינציגסטע אויף דערווייל) האבן די גאר נייע M4 טישפעס.
די M4 טישפעס האבען אפ טא 10 CPU core און 10 GPU Core וואס ערמעגליכט די דיווייס צו ארבעטן גאר גאר שנעל.
נאך א מעלה וואס די פרא האט איז אז סהאט די ProRes ווידיאו שאטינג פיטשער וואס אינעבלאד צו האבן זייער high quality ווידיאוס.געמאכט בעיקר פאר די וואס ווילען עדיטאן ווידיאוס.
דאס קען מען גרינג דערקענען ווייל די פרא קעמערעס זענען צאם געשטעלט פון 3 שטיקלעך משא"כ אלע אנדערע האבן נאר 1.
נאך א מעלה פון אייפעד פרא איז אז סהאט Face ID
ווי אויך האט עס א 4 speaker audios.ווי אויך 4 מייקראפאונס. די אנדערע האט נאר 2.
אזוי אויך וועט מען קענען קויפען איינס וואס האט 2TB סטארעדש
די אייפעד air גייט נאר ביז 1TB און די רעגילער אייפעד ווי אויך די מיני גייט ביז 256GB.
ווי אויך האט די פרא א בעסערע דיספלעי און רעזעלושען.
נאכדעים איז דא די עלטערע פרא מאדעלס.
ווי פאלגענד
iPad Pro 12.9 6th generation
iPad Pro 12.9 5th generation
iPad Pro 12.9 4th generation
iPad Pro 12.9 3rd generation
iPad Pro 12.9 2nd generation
iPad Pro 12.9 1st generation
12.9 הייסט די סייז און אינטשעס.
די זעקסטע גענעראציא האט די M2 טשיפ. דאס האט 10 core GPU און CPU core 8 . זעה אויבען די חילוק צו די נייע M4.
דא האט איר א ביחד פון די 12.9 זעקסטע גענעראציא
די פיפטע גענעראציע האט א M1 וואס האט סיי 8 GPU און 8 CPU.
אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער די נידריגער די גענעראציע די שוואכער און שטייטער איז די פראסעסער.
אזוי אויך אלעס אינטער די פיפטע גענעראציע האט נאר 4G נישט 5G.
ווי אויך איז דא אביסעל קלענערע פראס וואס איז 11 אינטשעס ווי פאלגענד
iPad Pro 11 in 4th generation
iPad Pro 11 in 3ed generation
iPad Pro 11 in 2nd generation
iPad Pro 11 in 1st generation
אזוי ווי ביי דער 12 אינטשעס איז די העכער די גענעראציע איז די בעסער די פראסעסער איז.
ווי אויך האבען זיי א 10.5 און 9.7 אינטש אייפעד פרא. אבער זיי זענען אלע אלטע דיווייסעס.
שוין האבען מיר געקאווערט אלע פרא מאדעלס.
תמצית הדברים.
אויב דארפט איר א גאר שנעלע פראסעסער אזוי ווי די M4
אדער ווילט איר נוצען FACE ID אדער ווילט איר האבען UP TO 2 TB STORAGE אדער ווילט איר האבען די ProRes feature פאר די קעמרא איז פרא געמאכט פאר אייך.
iPad Air
די בעסטע פון די משפחה איז די iPad Air 13-in M2 און
iPad Air 11-in M2
די אייפעדס נוצן די M2 טישפס ווי שוין אויבען געשריבען די חילק פון דעי ביז די M4.
דאס קען מען האבען up to 1 TB storage
אייפעד air האט נישט די אלע פיטשירעס אויבען דערמאנט ווי face id וכדומה.
ווי אויך זענען דא מער עלטערע מאדעלס ווי פאלגענד
iPad Air 5th generation
iPad Air 4th generation
iPad Air 3rd generation
iPad Air 2
iPad Air 1st generation
ווי נידיריגער אלץ שוואכער איז די פראסעסער.
דא האט איר א בילד פון די אייפעד air
לאמיר זיך רוקען צו די נעקסטע משפחה
iPad
iPad 10 generation איז די נייעסטע פון די משפחה
דאס האט שוין אסאך א שוואכערע פראסעסער. סנוצט א A14 וואס האט 6 core CPU און 4 core GPU.
סטארעדש גייט נאר ביז 256 GB
האט אויך א שוואכערע רעזעלושען.
ווי אויך HDR 3 קעמרא די אנדערע האבן HDR 4
ווי אויך זענען דא עלטערע מאדעלס ווי פאלגענד
iPad 9th generation
iPad 8th generation
iPad 7th generation
iPad 6th generation
iPad 5th generation
אזוי ווי געשמועסט ווערט עס שוואכער און שוואכער
דא האט איר א בילד
iPadMini 6th generation
דאס זענען די קליינע אייפעדס
דאס נוצט א A15 טשיפ 6 core CPU און 5 core GPU
האט אויך נישט די אלע פרא פיטשערס
דאס האט אויך נישט די אפציע פון די magic keyboard נאר א Bluetooth keyboard.
דאס איז אויך אוועלעבאל ביז 256 GB
נאכדעים איז דא עלטערע מאדעלס ווי
iPad Mini 5th generation
IPad Mini 4
IPad Mini 3
IPad Mini 2
דא האט איר א בילד
איך האף אז נאכען ליינען וועט איר שוין זיין באקאנט מיט אלע אפשענס און ווייסען בערך וואס איר דארפט.
אייפעד האט אויך די אפציע צו צולייגען א קיבארד. זעה בילד