טעבלעטס חלק א' iPads

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

בילד

שלום וברכה מיינע טייערע פריינד.

אזוי ווי איך זעה ווי דער עולם האלט און איין פרעגען וואספארא טעבלעט צו קויפן מיין איך אז סאיז כדי אויסצושמועסן אביסעלע אלעס וואס סאיז דא אויף די מארקעט אז ווען סקומט צו זוכען א טאבלעט וועט איר וויסען בערך ווי איר שטייט אויף די וועלט.

איז לאמיר נישט מאכן קיין לאנגע הקדמות און גלייך צוגיין צום ענין.

מיר וועלען עס צוטיילען בעזר השם און 2 חלקים. 1. פאר אייפעדס 2. פאר ענדרויד.

איז אזוי, סאיז פארהאנען 4 משפחות פון אייפעדס.
די 4 זענען ווי פאלגענד סארטירט פון די בעסטע ביז די שוואכסטע

iPad Pro

iPad Air

iPad

iPad Mini

איז לאמיר אנהייבען

iPad Pro

דאס זענען די בעסטע גרעסטע און שטערקסטע אייפעדס וואס זענען פארהאנען.

דאס קומט און אפאר מינע ווי פאלגענד סארטירט פון די נייעסטע ביז די עלטסטע.

די נייעסטע פארהאנען איז די
(iPad Pro 13-in (M4
און
(iPad Pro 11-in (M4

דא האט איר א בילד פון די pro 13
בילד

די צוויי (איינציגסטע אויף דערווייל) האבן די גאר נייע M4 טישפעס.
די M4 טישפעס האבען אפ טא 10 CPU core און 10 GPU Core וואס ערמעגליכט די דיווייס צו ארבעטן גאר גאר שנעל.

נאך א מעלה וואס די פרא האט איז אז סהאט די ProRes ווידיאו שאטינג פיטשער וואס אינעבלאד צו האבן זייער high quality ווידיאוס.געמאכט בעיקר פאר די וואס ווילען עדיטאן ווידיאוס.

דאס קען מען גרינג דערקענען ווייל די פרא קעמערעס זענען צאם געשטעלט פון 3 שטיקלעך משא"כ אלע אנדערע האבן נאר 1.

נאך א מעלה פון אייפעד פרא איז אז סהאט Face ID

ווי אויך האט עס א 4 speaker audios.ווי אויך 4 מייקראפאונס. די אנדערע האט נאר 2.

אזוי אויך וועט מען קענען קויפען איינס וואס האט 2TB סטארעדש

די אייפעד air גייט נאר ביז 1TB און די רעגילער אייפעד ווי אויך די מיני גייט ביז 256GB.

ווי אויך האט די פרא א בעסערע דיספלעי און רעזעלושען.

נאכדעים איז דא די עלטערע פרא מאדעלס.

ווי פאלגענד
iPad Pro 12.9 6th generation
iPad Pro 12.9 5th generation
iPad Pro 12.9 4th generation
iPad Pro 12.9 3rd generation
iPad Pro 12.9 2nd generation
iPad Pro 12.9 1st generation

12.9 הייסט די סייז און אינטשעס.

די זעקסטע גענעראציא האט די M2 טשיפ. דאס האט 10 core GPU און CPU core 8 . זעה אויבען די חילוק צו די נייע M4.

דא האט איר א ביחד פון די 12.9 זעקסטע גענעראציא
בילד

די פיפטע גענעראציע האט א M1 וואס האט סיי 8 GPU און 8 CPU.

אזוי גייט עס ווייטער און ווייטער די נידריגער די גענעראציע די שוואכער און שטייטער איז די פראסעסער.

אזוי אויך אלעס אינטער די פיפטע גענעראציע האט נאר 4G נישט 5G.

ווי אויך איז דא אביסעל קלענערע פראס וואס איז 11 אינטשעס ווי פאלגענד
iPad Pro 11 in 4th generation
iPad Pro 11 in 3ed generation
iPad Pro 11 in 2nd generation
iPad Pro 11 in 1st generation
אזוי ווי ביי דער 12 אינטשעס איז די העכער די גענעראציע איז די בעסער די פראסעסער איז.
ווי אויך האבען זיי א 10.5 און 9.7 אינטש אייפעד פרא. אבער זיי זענען אלע אלטע דיווייסעס.

שוין האבען מיר געקאווערט אלע פרא מאדעלס.

תמצית הדברים.

אויב דארפט איר א גאר שנעלע פראסעסער אזוי ווי די M4
אדער ווילט איר נוצען FACE ID אדער ווילט איר האבען UP TO 2 TB STORAGE אדער ווילט איר האבען די ProRes feature פאר די קעמרא איז פרא געמאכט פאר אייך.

iPad Air

די בעסטע פון די משפחה איז די iPad Air 13-in M2 און
iPad Air 11-in M2

די אייפעדס נוצן די M2 טישפס ווי שוין אויבען געשריבען די חילק פון דעי ביז די M4.

דאס קען מען האבען up to 1 TB storage

אייפעד air האט נישט די אלע פיטשירעס אויבען דערמאנט ווי face id וכדומה.

ווי אויך זענען דא מער עלטערע מאדעלס ווי פאלגענד

iPad Air 5th generation
iPad Air 4th generation
iPad Air 3rd generation
iPad Air 2
iPad Air 1st generation
ווי נידיריגער אלץ שוואכער איז די פראסעסער.

דא האט איר א בילד פון די אייפעד air
בילד

לאמיר זיך רוקען צו די נעקסטע משפחה

iPad

iPad 10 generation איז די נייעסטע פון די משפחה

דאס האט שוין אסאך א שוואכערע פראסעסער. סנוצט א A14 וואס האט 6 core CPU און 4 core GPU.

סטארעדש גייט נאר ביז 256 GB
האט אויך א שוואכערע רעזעלושען.
ווי אויך HDR 3 קעמרא די אנדערע האבן HDR 4

ווי אויך זענען דא עלטערע מאדעלס ווי פאלגענד
iPad 9th generation
iPad 8th generation
iPad 7th generation
iPad 6th generation
iPad 5th generation
אזוי ווי געשמועסט ווערט עס שוואכער און שוואכער

דא האט איר א בילד
בילד

iPadMini 6th generation

דאס זענען די קליינע אייפעדס
דאס נוצט א A15 טשיפ 6 core CPU און 5 core GPU
האט אויך נישט די אלע פרא פיטשערס
דאס האט אויך נישט די אפציע פון די magic keyboard נאר א Bluetooth keyboard.

דאס איז אויך אוועלעבאל ביז 256 GB

נאכדעים איז דא עלטערע מאדעלס ווי
iPad Mini 5th generation
IPad Mini 4
IPad Mini 3
IPad Mini 2

דא האט איר א בילד
בילד
איך האף אז נאכען ליינען וועט איר שוין זיין באקאנט מיט אלע אפשענס און ווייסען בערך וואס איר דארפט.

אייפעד האט אויך די אפציע צו צולייגען א קיבארד. זעה בילד

בילד
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19018
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

וואו זייער קלאר!

שוין לאנג געוואלט הערן אזא שיעור, בעיקר אויף סעמסאנג.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 6:21 pm
וואו זייער קלאר!

שוין לאנג געוואלט הערן אזא שיעור, בעיקר אויף סעמסאנג.
אי"ה חלק ב
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

@בריטיש עירוועיס א גרויסע ש’כח.
עצה טובה פאר חלק ב’ (וואס איך ווארט בעיקר...) גיי פון די שוואכע ארויף צו די גוטע.
ס’לייענט און פארשטייט זיך בעסער.
אויך קען מען זיך אפשטעלן נאך יעדע טראכטן צו איך בין שוין מסודר.
ווי רש"י ברענגט שוין אז אזוי איז די סדר פון סוחרים...
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:24 pm

איך וויל דאך אז דער עולם זאל קויפען די גוטע

אז נישט וועט מען זיך קומען אפרעדען דא די נעקסטע טאג
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

זייער אינטערעסאנט און אינהאלטפול. ש'כח @בריטיש עירוועיס .
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ווער איז שטערקער?!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3058
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 27, 2022 2:04 pm

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער איז שטערקער?! »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:46 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:24 pm
@בריטיש עירוועיס א גרויסע ש’כח.
עצה טובה פאר חלק ב’ (וואס איך ווארט בעיקר...) גיי פון די שוואכע ארויף צו די גוטע.
ס’לייענט און פארשטייט זיך בעסער.
אויך קען מען זיך אפשטעלן נאך יעדע טראכטן צו איך בין שוין מסודר.
ווי רש"י ברענגט שוין אז אזוי איז די סדר פון סוחרים...
איך וויל דאך אז דער עולם זאל קויפען די גוטע

אז נישט וועט מען זיך קומען אפרעדען דא די נעקסטע טאג
איך פארשטיי... דאס זאג איך, ווען יענער גייט ארויף שטייטלעך צום טאפ מאדל, ווערט ער אזוי נתפעל אז ער קויפט גלייך 2 דערפון....
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 7:57 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:46 pm
ווער איז שטערקער?! האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:24 pm
@בריטיש עירוועיס א גרויסע ש’כח.
עצה טובה פאר חלק ב’ (וואס איך ווארט בעיקר...) גיי פון די שוואכע ארויף צו די גוטע.
ס’לייענט און פארשטייט זיך בעסער.
אויך קען מען זיך אפשטעלן נאך יעדע טראכטן צו איך בין שוין מסודר.
ווי רש"י ברענגט שוין אז אזוי איז די סדר פון סוחרים...
איך וויל דאך אז דער עולם זאל קויפען די גוטע

אז נישט וועט מען זיך קומען אפרעדען דא די נעקסטע טאג
איך פארשטיי... דאס זאג איך, ווען יענער גייט ארויף שטייטלעך צום טאפ מאדל, ווערט ער אזוי נתפעל אז ער קויפט גלייך 2 דערפון....
איך האלט נאך אימיטען ארויף גיין וועגען דעם האב איך אנגעהויבען מיט עפל
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער שיין @בריטיש עירוועיס
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר האלפיים
תגובות: 2776
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

אוועטאר
FDR
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 02, 2024 12:59 am

Re: טעבלעטס חלק א' iPads

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FDR »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:57 pm
שמן זית זך!!!
קריסטאל קלאָר!!!
א לייק איז זייער קארג פאר אזא שיעור!!!
בעיקר אויף די נייע!!!
שכרך הרבה מעוד!!!!
קיינער דארף נישט קיין טאביק. הער אויף ארומגיין!

#געשמאַק האט אויך א גבול!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “טעכנאלאגיע און ערפינדונגען”