נקדימון'ס נייעס ווינקל

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
הרב יואל קליין
שר שלשת אלפים
תגובות: 3648
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 13, 2017 6:01 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב יואל קליין »

נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:48 pm
אמעריקע זעצט פאר מיט די פראבעס פאר די B-21 רעידער סטעלט באמבער פליגער. די פליגער איז ערווארטעט צו זיין די ערשטע פון די זעקסטע גענעראציע פליגערס און וועט אריינקומען אין דינסט אין 2027. די קאסטן פאר אזא פליגער ציילט זיך אין די ביליאנען

העלא...


20240522_194200.jpg



20240522_194151.jpg
20240522_194156.jpg

פינג @הרב יואל קליין קום אריין מיט דיינע באקענטעניסן

ווי שטארק ווילסטו דרייוון אזאנס? איז דאס אינטערסאנטער ווי שרייבן אין די מאמענט אשכול
פון א B2 צו א B21. פארוואס נישט B3?
איך שרייב שוין לאאאאנג נישט אינעם מאמענט אשכול…

לגבי דרייוון?! נישט עכט… ס׳האט נישט א בית הכבוד… ניצן די ספעציעלע פייטער דשעט סוט, איז א שאלה אויב מ׳מעג מאכן א ברכה…

היות דער פליגער לאנדעט נישט אין ערגעץ, עס הייבט זיך און לאנדעט ״נאר״ פון זייער אייגענע באזע. א ראונד טריפ מיסיע קען נעמען א גוטע 36 שעה. כ׳בין נישט מקנא די צוויי פיילאטן. ווייסט וואס דאס מיינט ״פיילאטירן״ דעם מערסטע פארגעשריטענע פליגער פאר ״זעקס און דרייסיג שעה??״ א נס אז זיי קומען אהיים גאנץ אן א עקסידענט.

איך בין נייגעריג וואס עס קען טוהן בעסער פון די B2? זעקסטע גענעראציע מיט וואס? ראדארן? מ׳קען נישט אויסשטאטן די ארגינעלע B2 מיט בעסערע ראדארן? בעסערע סטעלט טעכנאלאגיע? מיט וואס?
איך בין נייגעריג, און כ׳קען בלייבן נייגעריג… ס׳איז טאפ סיקרעט פאר א סיבה.

די ביליאנען וואס עס קאסט איז פשוט, ווען מ׳בויעט נאר עטליכע צענדליגע שטיק דערפון הענד מעיד מיט אלע סעקיוריטי, מ׳קען עס נישט פארקויפן פאר קיינעם, קאסט עס מער. די R&D איז די טייערסטע זאך.

איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected] . לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!
אוועטאר
בדרך אפשר
שר ששת אלפים
תגובות: 6352
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע:על חוט מתוח

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בדרך אפשר »

נקדימון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 7:00 pm
טראמפ ביי זיין ראלי אין די בראנקס

20240523_185912.jpg
ווערט געזען דזשימי קימעל...
נישט געדאווענט נישט געלערנט נאר דעם בורא עולם נישט דערצערענט,
יא געשלאפען יא געגעסן אבי פון בורא עולם נישט פארגעסן.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די לעצטע פאר טאג איז געווען באריכטן אז דער איראנער פאליציי שעף אחמאד רעזא ראדאן איז אסעסענירט געווארן. די באריכט האט געלויטעט אז אין די טאג פון די העליקאפטער קראך איז רעזא ראדאן געשאסן געווארן מיט 7 קוילן וואס האט געמאכט א סוף צו זיין לעבן. די באריכטן זענען פאלש.
ezgif-5-02cf3a6349.png
ezgif-5-02cf3a6349.png (392.51 KiB) געזען 4869 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין פאַפואַ ניו גיני (נעבן אויסטראליע) האט פאסירט א מאסיווע לענדסלייד אין א שטעטל. ארטיגע איינוואוינער פארציילן אז מען רעדט פון אזויפיל ווי אריבער הונדערט טויטע אין די געשעעניש.
ezgif-5-4d81d49aab.png
ezgif-5-4d81d49aab.png (399.47 KiB) געזען 4754 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

די מאנקיס פלאצן צו זייער טויט אבער אן די גאלדענע רענדלעך אינעווייניג...

ציווילע וואלונטירן האבן זיך אנגעטראגן צו ארויסהעלפן ראטעווען די מאנקיס אין מעקסיקא. עס הערשט א גאר שטארקע היץ אין מעקסיקא און מיט די גראד אריבער 100 ווערן א גרויסע צאל מאנקיס אויסגעטריקענט פון די היץ. אין בלויז צוויי שטעט אליינס זענען אזויפיל ווי ארום 150 האולער מאנקיס געשטארבן ווי זיי פאלן פון די ביימער אויסגעטריקנט צו זייער טויט.
20240524_011348.jpg
20240524_011348.jpg (237.71 KiB) געזען 4719 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

טכינע...

היינט איז פארגעקומען די צווייטע (פון צוויי) טאג מיליטערישע איבונגען פון די כינעזער מיליטער ארום טייוואן און די שכינות'דיגע אינזלען. כינע באצייכנט די ציל פון די היינטיגע טרענירונג מיט די דגוש אויף פארכאפן מאכט. באזונדער (ווארשיינליך מיט קאלאבאראציע) האט די כינעזער ים גווארדיע אויך דורכגעפירט מושטירונגען היינט.


טייוואניזער לופטוואפע אבזערווירט און האלט א נאנט אויג אויף כינעזישער קאמפס פליגער
20240524_085646.jpg
20240524_085646.jpg (25.02 KiB) געזען 4373 מאל
20240524_085648.jpg
20240524_085648.jpg (26.92 KiB) געזען 4373 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אינטערנאציאנאלע געריכט אין האג האט פארארדענט אז מדינת ישראל דארף זאפארט אפשטעלן זייער אפענסיווע אין רפיח און מוז האלטן די רפיח דורכגאנג אפן פאר הילף צו דורכגיין אומגעשטערט

כאמאס האט ווארעם באגריסט די פסק

---
נישט אז דאס איז מחייב איזראעל וואס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די אינטערנאציאנאלע געריכט
20240524_094915.jpg
20240524_094915.jpg (156.07 KiB) געזען 4209 מאל
לעצט פארראכטן דורך נקדימון אום פרייטאג מאי 24, 2024 10:04 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אז מען רעדט שוין פון טורבאנען.. אורבאן באטשי פון אונגארן האט געמאלדן היינט אז אונגארן מיט אירע אדוואקאטן זיכן צו רי-דעפענירן די סטאטוס פון זיין א נאט"א מיטגליד. דאס הייסט אז זיי זאלן נאכאלץ זיין א נאטא מיטגליד (פאר די בענעפיטן) אבער זיי זאלן נישט דארפן אנטייל נעמען אין נאט"א'ס באשלוסן אינדרויסן פון נאט"א.

דאס קומט אין צייט ווען די נאט"א אליאנץ גרייט זיך אויף א זיצונג אין יולי אין וואשינגטאן הבירה צו דיסקוטירן וויאזוי נאט"א קען שפילן א מער אפעקטיווע ראלע אין די קריג.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13753
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נקדימון האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 9:51 am
אינטערנאציאנאלע געריכט אין האג האט פארארדענט אז מדינת ישראל דארף זאפארט אפשטעלן זייער אפענסיווע אין רפיח און מוז האלטן די רפיח דורכגאנג אפן פאר הילף צו דורכגיין אומגעשטערט

---
נישט אז דאס איז מחייב איזראעל וואס איז נישט אונטערגעווארפן אונטער די אינטערנאציאנאלע געריכט

20240524_094915.jpg
די אינטערנאציאנאלע געריכט פון יוסטיץ וואס האט היינט ארויסגעגעבן די אורטייל איבער די מדנ"י אפענסיווע אין עזה, האט האט יא יוריסדיקציע איבער מדנ"י, אלס אפיציעלע געריכט פון די יו ען קערפערשאפט, וואו מדנ"י איז א מיטגליד. מדנ"י האט זאגאר א ריכטער אויפן געריכט.

די פראבלעם אין אז די אג"י האט נישט קיין אינפארסירונג מעכאניזם צו צווינגען מדנ"י צו פאלגן. די איינציגסטע זאך וואס קען געשען אויב מדנ"י פייפט זיך אויס אויפן אורטייל, אויסער אינטערנאציאנאלע איזאלירונג, איז אז דאס קען אנקומען צו די יו ען זיכערהייט קאנסול, וואו די פאראייניגטע שטאטן האט א וועטא שטימע.
לעצט פארראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום פרייטאג מאי 24, 2024 10:08 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

שכח שלמה. אין די ענד געים איז דאס מחייב איזרעל? ניין. סא אלעס בלייבט לכאורה ביים אלטן. ניין?
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עס איז פונקט ווי סיי וועלכע וואוט אין די פולע יו ען זאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

חוץ פארדאמען אויב גייט עס אנקומען צו די זיכערהייט קאנסיל ווי אמעריקע האט א דעצעדירנדע ווארט גייען זיי דאך עס וועטאאירן. טא, ווי גייט עס עכט אויסמאכן בפועל זאל איזרעאל דעסיידן צו פייפן.

חוץ אפשר א פרישע פאלל פון מישיגען ווי ביידן דראפט מיט נאך פינעוו פונקטן וועט ער עס אפשר נישט וועטאאירן
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18031
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

עס איז אנדערש דערמיט וואס אפיציעל איז עס לעגאל בינדענד - כ'מיין אז די פולע דשענעראל אסעמבלי'ס באשלוסן זענען ניטאמאל בינדענד.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

פאר די וואס פרעגן מיין מיינונג. מיין מיינונג איז א רואיגער אשכול, א לייכטע אטמאספערע און נישט קיין אנגעשטרענגטקייט.

יעדער איז וועלקאם צו שרייבן און איז נישט לימיטעד צו מיר. אזויפיל רעזערוויר איך מיך די רעכטן אלץ מיין ווינקל, אז די אשכול זאל זיין ציוויל און לייכט ווי איידער געדעכט.

עס איז בעיקר א נייעס אשכול און נישט קיין אויסשליסליכער ראדיא סטאנציע. ווי געשריבן "קאמענטארעלעך" זענען פיין. א פאסיגע דוגמא פון א קאמענטארעלע איז אז איינער שרייבט א נייעס אז "דער סערבישער פרעזידענט וויינט" און @בוטשער האט קאמענטירט וויציג אז ער האקט גאר אריין א טונא סענדוויטש...

עס שטערט נישט די פלוס און איז א הומאריסטישע קאמענט. אזוי אויך אנדערע קאמענטארן ווי צולייגן א שטיקל קאָנטעקסט צו סתם אן אינטערסאנטער באמערקונג אדרבה ואדרבה. אז עס פארפארט כסדר פון די רעלסן דאן איז אפשר יא *בלויז* בעסער.


נאך נייעס, אנאליזירן, לייכטע קאמענטארן און ציווילע שמועסן פארוואס נישט. בוטשערס קאמענטאר איז איין דוגמא און א צווייטע איז די פאריגע שמועס איבער די אפיציעלע ביז פאקטישע כח פון די אינטערנאציאנאלע געזעץ. איינער שרייבט און א צווייטער לייגט צו און א דריטער ציפט אראפ. ס'איז לייכט און סמאאד.

קען זיין געוויסע גלייכן "בלויז" דאס אדער "בלויז" יענץ און איך פארשטיי עס. מען רעדט פון שווערע הונדערטע שרייבער און אייוועלט איז שוין לאנג אויסגעוואקסן די קליינע קרעמלעך. בכלל געוויסע אינדזשויען סתם אזוי בלויזע אנשטאט לויזע און יעדער מיט זייער שניט און טעיסט.

זייער מעגליך ווען איך וואלט אריינגעלאזט געווארן צו געבן א פיעק אין די מנהלים צימערן ווי עס ליגט שווערע צענדליגער בערג מיט געמעקטע פעידזשעס וואלט איך אינגאנצן אנדערש געזאגט. זיי קענען בעסער זאגן ווייל זיי זענען פאקטיש די וואס טוען די ארבעט וואס דארף געטון ווערן צו האלטן אייוועלט פאר א געשמאקער ארט.

פון די אנדערע זייט קען איך זען די פארקערטע פון די **בלויז**...
איך ווייס נישט צו צומאל האט עס א שאטן פון אן עליטיסישע טאטש צו זיך צו עס פילט זיך עפעס ווי א טרוקענע ראדיא סטאנציע. איך קען נישט געהעריג מגדיר זיין ווען עס איז סך הכל א פילינג. איך קען עס נישט געהעריג דעפינירן מיט שפראך. צוזאמען קוועטשן די גודל אצבה אינעם אמה פינגערס ווי מען ציילט דאלארן וואלט בעסער געהאלפן מיט די הסברה... איך גלייב אנדערע אידענטיפיצירן אויך אזא הרגשה. ווי זאגט יענער, ווען ס'איז ווען א פאקט קען מען עס נאך טוישן.. מען ברענגט אלטערנאטיווע פאקטן אבער א פילינג איז דאך א פילינג ווי איז שייך עס צו טוישן... פארשטייט זיך די מיינונג רעפלעקטירט בלויז די מיינונג פון איין זכר.

אין געוויסע אופנים בין איך יא שטארק פאר אזא געדאנק. אנפארטשענעטלי פעלט עס אויס. אייוועלט איז היינט ריזיג גרויס און קעיטערט אלע סארטן פון קליגע ביז איבער קליגע.

ווי איך זע זיראנץ צו ענליכע שטרענגע קאנטראל אלץ גאר פאזיטיוו איז בעיקר צוויי אופנים .

איינס ווען עס איז א גאר מאכטפולע געשעעניש ווי עס איז דא נאכאנאנדע אפדעיטס און אויב איז עס נישט קאנטראלירט איז עס כמעט אומעגליך צו אנקומען צו ליינען אדער שרייבן בשעת עס טוט זיך א ים פון זייטיגע צווישנריפן. לדוגמא די נאכט פון א פרעזידענטליכע וואל פארמעסט.

די צווייטע איז ביי א פאל וואס עס פעלט אויס סענסיטיוויטעט. אפי' עס איז נישט דא קיין נאכאנאנדע באריכטן. זאל ווען האדמו"ר היינט נפטר ווערן וואלט איך עס זיראנצט. די פאקט ווייזט אז געוויסע זענען אומסענסעטיוו צו יענער קהילה און דאס וואלט געווען די איינציגסטע אפציע.

להבדיל ווען דרייסיג טויזנט ציווילע מענטשן שטארבן אין א שרעקעדיגע ערד ציטערניש אין טערקיי באלאנגט עס צו זיין די ערשטע לאנגע צייט זיראנץ. נישט נאר ווייל עס איז דא אפדעיטס נאר עס איז א סענסיטיווע טראגעדיע און מאכן וויצן און קאמישע ליצנות בשעת שווערע טויזנטער שטארבן מיט ענוים קשים פון הונגער און שווערע ברוכווארג איז נישט פאסיג.

בקיצור ווי סענסיטיוויטעט קומט אריין.

פון די אנדערע זייט, לדוגמא ביי דער איראנער פרעזידענט, אפשר אנהייב וואלט געווען פאסיג מער בלויז נייעס ווען עס הערשט אן אומקלארקייט און בעסער לאז עס אויסקלארן. אבער איינמאל עטליכע שעה אריין און מען ווייסט בערך וואס טוט זיך און סך הכל עכטע "אפדעיטס" קומט איינמאל אין א האלבע שעה צו א שעה. פארוואס נישט לאזן נאטירלעך. (חוץ אז די אשכול פארט גענצליך אראפ פון די רעלסן). מען מעג זיך לאזן אביסל אונטערהאלטן אויף א רוצח וואס האט באקומען זיין סוף.

פערצופאל האט דער מנהל אנגעמערקט א וויכטיגע נקודה ביי די ספעציפישע אינצידענט אז מען זאל זיך האלטן אין די ראמען כדאי עס זאל נישט קליא מאכן ווען א טאג בעפאר איז א איד אין איראן כמעט געהארגעט געווארען און זיין מצב איז נאכאלץ נישט גיט. (גאר ווייט פון גיט ליידער)

אבער ווען נישט די נתנאל בן סוניה פאל, אדרבה. מען מעג א משהו ארויסקאלערן.


ווי בין איך פארפארן דא. סא יא. אנאליזן, קאמענטארעלעך, נייעס, הגהות מה טוב.


פון די אנדערע זייט, ריתחא דאורייתא און דרבנן'ס, חוץ וואס השקפה און מוחאות איז סתם אזוי פארבאטן דא אויפן וועלטל מיט כמעט געטייטעט ווערן, עס איז איינס נאך 80-טווין... איז עס סתם אזוי אומגעשמאק ווען אן קיין ספק אז עס גייט אין ענדלאזע דעבאטעס. ענדלאזע טענה'רייען אהין און צוריק איז געדעכט. עס מאכט די לופט געשפאנט און דיק. איך מיין יעדער פארשטייט וואס איך מיין.

חוץ די צוויי קאמפס געלערנטע שלעגער אינדשויט עס נישט רוב מענטשן. ספעציפיש ווען זיי ווילן לייכטערע זאכן. ווער רעדט נאך ווען עס קומט צו מדינת ישראל וכדו' ווי פרי-עקזיסטינג הרגשות זענען פאקטן און סך הכל שרייבט מען איבער די פערטע מאל די זעלבע פוינט וואס מען האט געשריבן די צווייטע מאל וואס גייט זיין די זעלבע וואס מען גייט שרייבן די פיפטע מאל נאר אין אן אנדערע רעפער...


עס מאכט די לופט געשפאנט און פאר דעבאטעס איז דא באשטימטע אשכולות ווי מען קומט קאמפס גרייט מיט שטייפע פויסטן צו פארטיידיגן די סעט פון פאקטן וואס מען האט אנגענומען, און די ליינער וואס גייען אריין אינעם קיך זענען גרייט צו פארנעמען די היץ, קומען גרייט מיטן גלאז קאלטע וואסער און ברילן ווישער צו דערהייבן די פארע.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

העליקאפטער פון דער איראנישער פרעזידענט אין די גוטע צייטן גייט דורך א שווערע טורבולאנס...

https://www.dropbox.com/scl/fi/lmxakljn ... q5tct&dl=0
בניהו
שר ששת אלפים
תגובות: 6704
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

און אנדערע נייעס האט נקדימון געסוויטש פארטיי פון בלויזע צו לויזע.

דער איז געהעריג דא אויף א מיסיע אויפצולאזן אייז.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אווערדאוז. באלטימאר האט א רעקארד צאל מענטשן וואס זענען געשטארבן פון אווערדאוז. 6 טויזנט מענטשן דורכאויס די לעצטע זעקס יאר. וואס איז גאר א ריזן ציפער פאר אזא שטאט. אסטראנאמיש העכער פון די נאציאנאלע ראטע.

Screenshot_20240524-193506~2.png
Screenshot_20240524-193506~2.png (113.52 KiB) געזען 2415 מאל
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

נקדימון האט געשריבן: פרייטאג מאי 24, 2024 7:35 pm
אווערדאוז. באלטימאר האט א רעקארד צאל מענטשן וואס זענען געשטארבן פון אווערדאוז. 6 טויזנט מענטשן דורכאויס די לעצטע זעקס יאר. וואס איז גאר א ריזן ציפער פאר אזא שטאט. אסטראנאמיש העכער פון די נאציאנאלע ראטע.


Screenshot_20240524-193506~2.png
אזוי שרייבט מען: אווערדאוז. באלטימאר האט א אווערדאוז פון מענטשן וואס זענען געשטארבן פון אווערדאוז. 6 טויזנט מענטשן דורכאויס די לעצטע זעקס יאר. וואס איז גאר א ריזן ציפער פאר אזא שטאט. אסטראנאמיש העכער פון די נאציאנאלע ראטע.

שכויעח פאר דיינע אלע געוואלדיגע באריכטן און לייסטונגען פאר אונזער וועלטל.
גיטשאבעס!
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

כאמאס ווארטזאגער איז ארויסגעקומען רעדן מיט א סטעיטמענט און געמאלדן אז כאמאס האט פארכאפט מדינת ישראל סאלדאט(ן) און ארויסגעגעבן א ווידעא ווי מען זעט א טויטער זעלנער.


מדינת ישראל איז תיכף ארויסגעקומען און אפגעלייקנט די באריכט זאגנדיג אז עס פעלן נישט קיין שום זעלנער


---
מיט די נאכאנאנדע פסיכאלאגישע שפילן וואס כאמאס פרובירט צו אנזייען א צוטיילעניש און באיינפלוסן איזרעלי אפיניען קעגן די רעגירונג לטובת א פייער אפשטעל, בנוסף וואס די קליפ איז ארומגעשפילט איז דא שטארקע סברות צו טראכטן אז דאס איז נאך א שפיל מצד כאמאס
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נאך א שווערע אנהייב מיט די שווימענדער פּאָרט וואס אמעריקע האט אפגעשיקט קיין עזה צו ארויסהעלפן מיט די הומאניטארישע קריזיס, ווען די ליפערונגען זענען באראבעוועט געווארן איז עס היינט נישט בעסער געווארן.

צוליב די שווערע וועטער האט עס געדארפט אוועקגעשלעפט ווערן קיין אשדוד. דארט ביים אשדוד'ער האפן צוליב שווערע כוואליעס, האט זיך דער שלעפער שיף פארהאנקעט און אוועקגעוואשן געווארן ארויף אויף די זאמד.

עס איז געשיקט געווארן נאך אן אמעריקאנער שיף צו אוועק שלעפן די ערשטע שיף אבער א שטריק האט זיך פארהאנקערט אין די פראפעלער.

א דריטע גרעסערע אמעריקאנער מיליטערישע שיף איז אלאמירט געווארן צו ארויסהעלפן. צו ערשט האט מען פרובירט דורך א דראון צו פירן א שטריק פונעם געשטראנדעטע שיף צום גרעסערע שיף אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט.

(איך בין נישט באקאנט ווי עס שטייט יעצט)

דער דראון ביי די ארבעט
ezgif-3-6cd886c0be.jpg
ezgif-3-6cd886c0be.jpg (360.18 KiB) געזען 2119 מאל
ezgif-3-babb12b30b.jpg
ezgif-3-babb12b30b.jpg (377.44 KiB) געזען 2119 מאל
ezgif-3-4aba12a461.jpg
ezgif-3-4aba12a461.jpg (374.77 KiB) געזען 2119 מאל
אוועטאר
פון אמעריקע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4410
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

נקדימון האט געשריבן: מוצ"ש מאי 25, 2024 10:05 pm
נאך א שווערע אנהייב מיט די שווימענדער פּאָרט וואס אמעריקע האט אפגעשיקט קיין עזה צו ארויסהעלפן מיט די הומאניטארישע קריזיס, ווען די ליפערונגען זענען באראבעוועט געווארן איז עס היינט נישט בעסער געווארן.

צוליב די שווערע וועטער האט עס געדארפט אוועקגעשלעפט ווערן קיין אשדוד. דארט ביים אשדוד'ער האפן צוליב שווערע כוואליעס, האט זיך דער שלעפער שיף פארהאנקעט און אוועקגעוואשן געווארן ארויף אויף די זאמד.

עס איז געשיקט געווארן נאך אן אמעריקאנער שיף צו אוועק שלעפן די ערשטע שיף אבער א שטריק האט זיך פארהאנקערט אין די פראפעלער.

א דריטע גרעסערע אמעריקאנער מיליטערישע שיף איז אלאמירט געווארן צו ארויסהעלפן. צו ערשט האט מען פרובירט דורך א דראון צו פירן א שטריק פונעם געשטראנדעטע שיף צום גרעסערע שיף אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט.

(איך בין נישט באקאנט ווי עס שטייט יעצט)

דער דראון ביי די ארבעט

ezgif-3-6cd886c0be.jpg


ezgif-3-babb12b30b.jpg

ezgif-3-4aba12a461.jpg
מיינע קינדער וואלטן געזאגט:

בייייייייייייייששעעעעס!

🙈
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10470
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

גרויסע בושות..
אוועטאר
שמואל וואכטנהיים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:01 pm
לאקאציע:It's called the "Right" for a reason.
פארבינד זיך:

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל וואכטנהיים »

פון אמעריקע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:02 pm
נקדימון האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:37 pm
סופרים קאורט ריכטער אליטא איז געקומען אונטער קריטיק פון דעמאקראטן נאך וואס עס איז באקאנט געווארן אז ביי זיין היים נאך די 2020 וואלן איז געווען אן אמעריקאנער פאן אבער איבערגעדרייט. א צייכן וואס (קען געניצט ווערן ) איז געניצט צו ארויסווייזן שטיצע מיט טראמפ און די וואס האבן זיך איינגעבראכן אינעם קעפיטאל געביידע.

אליטא האט עס אפגעווארפן און געזאגט עס האט מיט זיין פרוי און גארנישט צוליב פאליטישע סיבות.

היינט קאכן די דעמאקראטן ווידער ווען עס איז אפירגעקומען א בילד פון אליטא'ס זומער היים אין ניו דזשערסי ווי עס האט געפלאטערט א פּיין בוים פאן וואס טראגט די משמעות פון א געבעט צו גאט. א פאן וואס די לעצטערע יארן איז עס באניצט דורך קריסטליכע נאציאנאליסטן און איז אויך געווען באניצט ביי די יאנואר 6 איבערפאל.

בקיצור די דעמאקראטן ברויזן שטארק אויף ריכטער אליטא און א צאל דעמאקראטן ריפן ער זאל זיך אנטזאגן פון יאנואר 6 קעיסעס וואס קומט אן אין געריכט.


20240522_193754.jpg
סיריעסלי, איינער האט שוין אמאל געזעהן אדער געהערט פון די פאן ביז היינט?

אנריעל ווי דעספערעט די כעוורע זענען
ווילסט טאקע וויסן?

די פאן 'געבעט צום הימל' - אדער כהיום 'געבעט צו גאט' גייט צוריק צו די צייטן פונעם רעוועלוציע אין אמעריקע אקעגן די בריטישע וואס האט אונז געברענגט דער נייע לאנד 'די פאראייניגטע שטאטן', דער פאן איז גענוצט געווארן דורך עטליכע באטאליאנען אנגעפירט דורך הויפט קאמאנדיר דזשארדזש וואשינגטאן, און איז אריין אין באנוץ אום אקטאבער 1775.

די היסטאריע דערפון קומט פון די קאלאניעס אין ניו ענגלאנד, און איז געבויעט אויף א פראז אין איינע פון די דאקומענטן פון דזשאן לאק, וואס איז געווען אין די 1600’ע יארן, און איז דער וואס האט פארשפרייט דער מושג פון דאס אז יעדער מענטש האט זיינע רעכטן וואס ער האט באקומען פון גאט, און דערמיט קען מען אויפשטעלן א רעגירונג - אנדערש ווי ביז דאן וואס די גוים האבן געהאלטן אז די פירערשאפט קומט זיך פאר א קעניג וכו’ - און דערפאר האבן אויך די מענטשן די רעכט צו מאכן א רעוועלוציע.

היינט צוטאגס איז דער דיזיין פונעם פלעג נאכאלץ א חלק פון די אפיציעלע מעריטיים (דאכזיך אז דאס מיינט א שיף סימבאל) אינעם סטעיט פון מעסעטשוסעס, הגם די ווערטער זענען אראפגענומען ארום 50 יאר צוריק, און אזוי אויך הענגט דער אפיציעלע פאן אין אסאך שטעט איבערן לאנד ביי די סיטי האל אריינגערעכנט אין סאן פראנציסקאו (דער דיסטריקט וואס ווערט פארראטן דורך דער וואס האט געעפענט די יאנואר זעקס קאמיטע).

- - -

שטייט זיך אז די דעמאקראטן וואס ווילן אויסרייסן יעדע סארט היסטאריע פון אמעריקע מאכן זיכער אז קיינער זאל נישט וויסן דאס אלעס - הגם עס איז א וויקיפעדיע בלאט אוועק - און אין די מידיע ווערט דאס אראפגעלייגט ווי א קריסטליכע נאציאליסטישע פאן, הלמאי ס'איז דאך באוואוסט אז דזשארדזש וואשינגטאן איז געווען א שרעקליכע סופרעמעסיסט, און גאנץ אמעריקע איז דאך געבויעט אויף ווייסע סופרעמעסיזם.

דאס איז אין איינקלאנג מיטן דעפנעצירן יעדן סימבאל פון יענעם תקופה אלץ ראסיסטיש און עקסטרעמיסטיש - אריינגערעכנט מיין אוועטאר וואס איז אויך א פאן פון יענע תקופה.
No amount of evidence will ever persuade an idiot. - Mark Twain
That’s my opinion. By the way, nobody here has to agree with me - on anything. Only, I don’t have to agree with you either. – Rabbi Avigdor Miller, Tape #133
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

אין שטאט איספאהאן אין איראן איז די אידישע געמיינדע זיך צוזאמגעקומען אפגעבן רעספעקט פאר די פירנדע ממשלה, די פארשטארבענע פרעזידענט ראיסי און אנדערע פירנדע פיגורן וואס זענען געשטארבן אינעם העליקאפטער קראך

~ אירנא נייעס
20240526_013013.jpg
20240526_013013.jpg (139.23 KiB) געזען 1084 מאל
20240526_013009~3.jpg
20240526_013009~3.jpg (129.15 KiB) געזען 1084 מאל
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 17762
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: נקדימון'ס נייעס ווינקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א טארנעידא האט באפאלן טעקסעס היינט. א גרויסע צאל ריפן זענען אריינגעקומען די לעצטע שעה אין דענטאן קאונטי. אין די ספעציפישע געביידע איז דא באריכטן איבער א צאל געשטראנדעטע
20240526_015415~2.jpg
20240526_015415~2.jpg (49.7 KiB) געזען 975 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”