לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איל משולש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:29 am

קיעפ גאואינג!
--
כמדומה לי אז ענדרויד סטודיא איז א פראדוקט פון intelliJ.
גוגל האט געבויט אן עקסטענשאן פאר intellij, און ענדרויד סטודיאָ איז intellij מיט די עקסטענשען אריינגעבויט, און מיט די ריכטיגע קאנפיגורעשינס פאר ענדרויד. אויך צאלט גוגל פאר jetbrains, אז ענדרויד סטודיאָ און intellij זאלן זיין בחנם, אלע זייערע אנדערע IDE'ס קאסטן געלט.

גוגל האט אויך געבויט אן עקסטענשאן פאר עקליפס, פאר דער וואס וויל יענס ניצן
computer expert
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 01, 2021 5:05 pm

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך computer expert »

בבקשה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:41 pm
לאמיר ממשיך זיין מיט אונזער דוגמא

אונז האב מיר שוין א קלארע בילד וואס אונז זיך מיר, יעצט איז די צייט זיך צו נעמען שרייבן קאוד. ניין נאך נישט. יעצט דארף מען וועלן א פרעימווארק.

וואס איז דאס א פרעימווארק? אמאל, האט א קאמפיוטער בלויז געקענט לויפן איין פראגרעם אויף א מאל, און די פראגרעם האט געדארפט טוהן אלעס אליין, הכל בכל מכל, כהיום איז די מצב אנדערש, פראגרעמס לויפן שוין נישט איינער אליין, אנשטאט לויפן פראגרעמס היינט אין א סביבה. דאס האט די מעלה אז מען דארף שוין נישט טוהן אלעס אליין, מען קען זיך פארלאזן אויף די סביבה צו טוהן געוויסע זאכן. די פרעימווארק איז די סביבה פאר די פראגרעם וואס מען גייט שרייבן.

זיך וועלן א פרעימווארק איז מן הסתם די וויכסטיגטע החלטה וואס מען דארף מאכן ווען מען פאנגט אן א נייעם פראיעקט. ס'איז אפילו א גרעסערע החלטה פון וועלעכע פראגרעיממינג שפראך מען ניצט (טייל פרעימווארקס לאזן שרייבן און מער פון איין שפראך). נישט בלויז טוהט די פרעימווארק טוהן רוב ארבייט פון שרייבן די קאוד פאר דיר, נאר די פרעימווארק וועט געווענליך קומען מיט א טוץ פון כלים כדי צו נעמען די קאוד, דאס איינפאקען, און גרייט מאכן צום באנוץ. אלזא, וויאזוי וועלט מען א פרעימווארק?

שאלה 1. וואס וויל איך טוהן? וויל איך בויען א ווינדאוס עפפ? דאן איז די ערשטע פרעימווארק צו קוקן אויף, די .NET פרעימווארק. דאט נעט איז געמאכט דורך מיקראוסאפט, און איז געאייגנט צו מאכן ווינדאוס עפפ. די זעלבע פאר מעק, ס'איז דא פון עפל א פרעימווארק, סיי פאר מעק, און סיי פאר iOS. אויך פאר ענדרויד, איז דא די ענדרויד SDK פון גוגל. כאטש די אלע אויבן דערמאנטע פרעימווארקס זענען מיוחד פאר זייערע צוועקן, מיינט נישט אז זיי זענען די איינציגסטע פרעימווארקס וואס קענען עס טוהן. מען מוז נישט ניצן דאט נעט צו בויען א ווינדאוס עפפ, ס'איז דא אנדערע פרעימווארקס וואס מאכן אויך ווינדאוס עפפס, אבער די ערשטע וואס מען דארף קוקן אויף, איז די פרעימווארק וואס איז מיוחד לכך.

איידער מען וועלט א פרעימווארק, דארף מען זיכער מאכן אז עס קען טוהן וואס די ווילסט עס זאל טוהן, למשל מען קען נישט לעת עתה ניצן די ענדרויד SDK צו בויען א ווינדאוס אדער iOS עפפ, מילא אויב ווילסטו בויען א iOS עפפ, קענסטו נישט ניצן די ענדרויד SDK, און מען קען נישט ניצן די עפל פרעימווארקס צו בויען פאר ענדרויד. אבער די קענסט יא ניצן די דאט נעט פרעימווארק צו בויען סיי ווינדאוס עפפס, און סיי ענדרויד און אייפאון עפפס (באמת די די דאט נעט פרעימווארק איז אזוי גרויס, אז עס האט אפטליינגען, און איין אפטיילונג קען מען ניצן צו בויען מאביל עפפס).

שאלה 2. וועלעכע פרעימווארק בין איך דער מערסטע באקוועם מיט? וועלעכע קען איך גוט? וועלעכע גלייך איך? אויב למשל איינער גלייכט דאט נעט, קען זיך אפשר לוינען צו ניצן די דאט נעט פרעימווארק צו בויען מאביל עפפס, און נישט די אפיציעלע פרעימווארקס, צו מאל איז דא מערערע פרעימווארקס וואס זענען געאייגענט פאר די זעלבע זאך, וואו למשל פאר וועב דעוועלפמענט, איז דא ריעקט (פון פעיסבוק), אנגולער (פון גוגל), סוועלט, וויו.JS, וועלעכע ניצן JavaScript, ס'איז אויך דא רובי אן רעילס, symfony (וואס אייוועלט-phpBB ניצט), און אוודאי דאט נעט, וכהנה וכהנה פרעימווארקס לרוב, דארף מען זיך וועלן די פרעימווארק וואס מען גלייכט, אדער די פרעימווארק וואס מען קען.

שאלה 3. סופפארט, קאמיוניטי און דאקומענטעישען. וואס איז טאמער איך קען נאך נישט קיין שום פרעימווארק, וועלעכע זאל איך ניצן? די תירוץ איז אז מען דארף נאכפארשן וועלעכע האט די בעסטע סופפארט אין פאל וואס מען דארף הילף. וועט זיין איינער פון די פרעימווארק וואס וועט פארריכטן באגס\ענטפערען פראגעס? וואס טוהט זיך מיט דאקומענטעישען, איז דא קלארע אנווייזינגען וויאזוי צו ניצן די פרעימווארק? קאמיוניטי, דאס איז טייטש מענטשען פון אינדערויסן וואס גלייכן די פרעימווארק, און זענען פארנומען ענטפערן שאלות אויף סטעק אווערפלאו וכדומה, דאס איז אויך א ריזן אויפטוה, ווייל אזוי וועסטו באקומען הילף ווען די וועסט עס דארפן.

בקיצור, ווען מען וועלט זיך א פרעימווארק דארף מען זוכן

1. א פרעימווארק וואס קען טוהן דאס וואס די ווילסט טוהן
2. א פרעימווארק וואס מען קען אדער גלייכט (אדער א פרעימווארק וואס מען וויל זיך לערנען)
3. א פרעימווארק וואס האט סופפארט, דאקומענטעישען און א קאמיוניטי

נחזיר לענייננו, אונז זוך מיר א פרעימווארק וואס
1. קען לויפן א קליינע פיצילע סקריפט
2. קען לויפן יעדער שטיק צייט
3. לכתחילה זאל עס נישט דארף'ן צוקומען צו א געוויסע קאמפויטער, אזוי אז עס זאל לויפן אפילו מיין קאמפיוטער איז אויסגעלאשן.

נאכ'ן קוקן די ריקווייערמענטס, איז קלאר אז וואס איך זיך אז סערווערלאז. וואס איז דאס סערווערלאז? דאס איז א וועג פון לויפן פראגרעמס אין די קלאוד, דהיינו ביי יענעם אין קאמפיוטער,נישט אין מיין קאמפיוטער. ווייס מיר שוין אז מיר ווילן ניצן סערווערלאז. איז וואס זענען אונזער אפציעס? די 3 גרעסטע סערווערלאז קאמפיניס זענען אמעזאן (AWS), גוגל (GCP), און מיקראוסאפט (Azure). קוק'נדיג אויף זייער פראדוקטען, איז דא איין פראדוקט פון יעדער איינער פון זיי וואס איז געאייגענט פאר סקריפטס, און מען קען דאס אנשטעלן צו לויפן יעדער מינוט

פון AWS איז דא Lambda
פון מיקראוסאפט איז דא Azure Functions
פון גוגל איז דא גוגל קלאוד פונקטשיענס.

באמת, וואלט דאס געווען א געצאלטע פראיעקט, וואלט איך מן הסתם אויסגעקליבן איינער פון די 3, און עס גענוצט, אבער היות איך האנדל דא פון א בחינמ'דיג'ע פראיעקט און די 3 כאטש וואס איך קען לכאורה אנקומען צו מיין ציל מיט זייער בחינמ'דיג'ע לימיטס, בין איך נישט איטנרעסירט צו בטעות זיך זעהן מיט א ריזיגע בילל.

דא קומט אריין גוגל עפפ סקריפטס, עס קען טוהן אלעס וואס איך וויל מיט איין הגבלה. ס'איז מוגבל צו ארבייטן מיט גוגל פראגרעמס. דהיינו ס'איז געמאכט צו ארבייטען מיט שיעטס, אדער מיט gmail וכדומה גוגל עפפס, ס'איז נישט עכט געמאכט געווארן צו לויפן ערענסטע סקריפטס (הגם ס'איז מעגליך עס יא צו טוהן).

איז יעצט צוריק צו אונזער פראגעס
1. וועלעכע פרעימווארק איז געאייגנט צו טוהן דאס וואס מיר זוכן? דאס זענען גוגל קלאוד פונקטישענס, AWS לאמבדע, און אזער פונקטשיענס. בדוחק קען מען ניצן אויך גוגל עפפ סקריפט
2. וועלעכע גלייך איך\קען איך די בעסטע? גוגל עפפ סקריפטס
3. וועלעכע האט די בעסטע סופפארט? לכאורה אלע האבן, אבער קאמיוניטי אויס, האט גוגל עפפ סקריפטס די שוואכסטע

אלזא וועלעכע פרעימווארק זאל מען ניצן? איינער פון די 3 גרויסע, אבער די קומט אריין שאלה 4, א שאלה וואס מען באגעגענט נישט געווענליך ווען מען קלויבט א פרעימווארק, וועלעכע איז די ביליגסטע...

המשך יבא
איך מיין אז די מישט אויף צווישן א פרעימווארק און האסטינג
עפפ סקריפט איז האסטינג אבער לימיטעד צו זייער פרעימווארק
משא"כ די אנדערע 3 זענען האסטינג מיט די אפציע פון ניצן אלע גרויסע פרעימווארקס אזויווי dotnet, nodejs, java סא א פרעימווארק איז א פעקעדש וואס ענטהאלט אסאך פון פאראויס געשריבענע פאנקשענס צו קענען ניצן, אסאך מאל איז דא קליינע פרעימווארקס אויס גרויסע, למשל express אויף nodejs, אדער asp.net אויף dotnet
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

computer expert האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:05 am


איך מיין אז די מישט אויף צווישן א פרעימווארק און האסטינג
עפפ סקריפט איז האסטינג אבער לימיטעד צו זייער פרעימווארק
משא"כ די אנדערע 3 זענען האסטינג מיט די אפציע פון ניצן אלע גרויסע פרעימווארקס אזויווי dotnet, nodejs, java סא א פרעימווארק איז א פעקעדש וואס ענטהאלט אסאך פון פאראויס געשריבענע פאנקשענס צו קענען ניצן, אסאך מאל איז דא קליינע פרעימווארקס אויס גרויסע, למשל express אויף nodejs, אדער asp.net אויף dotnet
יא ביסט גערעכט. איך האב דאס געדארפט אויסשמועסן מער.
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1224
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע:א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:13 am

גוגל האט געבויט אן עקסטענשאן פאר intellij, און ענדרויד סטודיאָ איז intellij מיט די עקסטענשען אריינגעבויט, און מיט די ריכטיגע קאנפיגורעשינס פאר ענדרויד. אויך צאלט גוגל פאר jetbrains, אז ענדרויד סטודיאָ און intellij זאלן זיין בחנם, אלע זייערע אנדערע IDE'ס קאסטן געלט.

אגב פאר פייטון און דזשווא ( IntelliJ IDEA and PyCharm ) איז דא די קאמיוניטי ווערסיע וואס איז פרי
חכםמה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

חכם ממה נשתנה האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 11:44 am
בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:13 am

גוגל האט געבויט אן עקסטענשאן פאר intellij, און ענדרויד סטודיאָ איז intellij מיט די עקסטענשען אריינגעבויט, און מיט די ריכטיגע קאנפיגורעשינס פאר ענדרויד. אויך צאלט גוגל פאר jetbrains, אז ענדרויד סטודיאָ און intellij זאלן זיין בחנם, אלע זייערע אנדערע IDE'ס קאסטן געלט.

אגב פאר פייטון און דזשווא ( IntelliJ IDEA and PyCharm ) איז דא די קאמיוניטי ווערסיע וואס איז פרי
האב איך נישט געוויסט אז פייטשארם איז דא א בחינמ'דיג'ע ווערסיע, אבער די קאמיוניטי ווערסיע פון זשאווע, טאמער געדענק איך ריכטיג, איז ארויסגעקומען בערך די זעלבע צייט וואו ענדרויד סטודיא. עס האט נישט קיין שום זין מער געהאט צו צאלן דערפאר, ווען מען האט געקענט דאונלאודן ענדרויס סטודיא בחינם, און מיט טוישן אפאר סעטטינגס האבן א געהעריגע דזשווע IDE, מילא האבן זיי ארויסגעגעבן די קאמיוני ווערסיע.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

בבקשה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:09 am
computer expert האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:05 am


איך מיין אז די מישט אויף צווישן א פרעימווארק און האסטינג
עפפ סקריפט איז האסטינג אבער לימיטעד צו זייער פרעימווארק
משא"כ די אנדערע 3 זענען האסטינג מיט די אפציע פון ניצן אלע גרויסע פרעימווארקס אזויווי dotnet, nodejs, java סא א פרעימווארק איז א פעקעדש וואס ענטהאלט אסאך פון פאראויס געשריבענע פאנקשענס צו קענען ניצן, אסאך מאל איז דא קליינע פרעימווארקס אויס גרויסע, למשל express אויף nodejs, אדער asp.net אויף dotnet
יא ביסט גערעכט. איך האב דאס געדארפט אויסשמועסן מער.
לאמיר אביסל מסביר זיין, איך זיך עפעס וואס איך קען האוסטען אויף די וועב, נישט קיין גרויסע זאכן, א קליינע זאך, און עס זאל לויפן יעדער מינוט, יעצט למיטב ידעותי איז נישט דא קיין שום פרעימווארק וואס גיבט דאס אוט אוו די באקס, (נישט וואו למשל סופפארט פאר ענדורויד עפפס, וואס די ענדוריד SDK האט אוט אוו די באקס), מוז מען צוקומען צו א האסטינג פלעטפארם, און די 3 גרויסע זענען די 3 וואס איך האב אויסגערעכענט, יעדער פון די 3 האט סופפארט פאר א טוץ פון פרעימווארקס, וואלט איך דאן געדארפט זיך וועלן וועלעכע פרעימווארק איך גלייך, למעשה אבער האט מיר נישט בכלל אויסגעפעלט אריין צו גיין אין דער חלק, ווייל למעשה האב איך געוועלט גוגל עפפס סקריפט. די גוגל עפפס סקריפט איז טאקע מער האוסטינג וואו פרעימווארק, אבער די איינציגסטע פרעימווארק וואס זיי האבן איז די אייגענע, האב איך אביסל מקצר געווען דארט וואו איך האב געזאלט מרחיב זיין.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

שוין מיר האבן שוין געוועלט א פרעימווארק, און אויך אן IDE, יעצט איז ענדליך געקומען די צייט צו שרייבן קאוד. בערך.

די ערשטע זאך וואס איז מיועץ צו טוהן איז צו שריין אין פלעין פשוט ענגליש, אזויווי @זייצפריילעך זאגט, ער קען נישט קיין כיניזיש.

איז לאמיר אראפשרייבן אין ענגליש אידיש וואס מיר ווילן טוהן

קאוד: וועל אויס אלע

 1. באקריגן די רעזולטאטעטן (אויף עפעס אן אופן)
2. אויסארבייטען די רעזלוטאטען, ס'זאל זיין גרייט אויף ארויסצוגעבן
3. פאקטיש ארויסגעבן די וואל רעזולטאטען 
יעצט האבן מיר מער ווייניגע אין אידש וואס מיר ווילן, אבער געווענליך וועלן פראגרעממערס נישט אזוי ארבייטען, ענדערש וועט מען שרייבן אין עפעס וואס הייסט pseudocode. וואס איז דאס? דאס איז "כמו" קאוד (טראכט "כמו" לעדער, "כמו" קאוד), דער כמו קאוד איז נישט קיין עכטע קאוד, אבער עס האט א צורה פון קאוד. ס'איז נאך א טריט אוועק פון ענגליש, און א טריט נענטער צו עכטע קאוד

קאוד: וועל אויס אלע

 fetchData()
transformData()
outputResults() 
באמת איז דאס ענגליש, אבער ס'איז פארט א טראפקעלע נענטער צו קאוד.

וויאזוי זענען מיר אנגעקומען צו דער ליסטע? איז לאמיר נעמען א טריט אויף צוריק, לאמיר אביסל דורכטראטכן, וואס איז די ציל? צו וואס ווילן מיר אנקומען? אונז וויל מיר האבן לעבעדיגע וואל רעזולטאטען. לאמיר דורכטראכטען, וואס דארף'ן מיר האבן כדי צו פארוורקליכען דעם ציל? מיר ווייסן פאר זיכער אז אויף עפעס אן אופן דארפ'ן מיר האבן א וועג צו ווייזן די רעזולטאטען. מיר ווייסן אויך אויך זיכער, אז אויף עפעס אן אופן דארפן מיר האבן א וועג צו באקומען די רעזולטאטען, מילא האבן מיר שוין אויף זיכער 2 שריט, ס'איז אויך שווער צו גלייבן אז מיר וועלן באקומען די דעטע אויף אזא פארנעם אז מיר זאלן גלייך קענען ארויסגעבן די רעזולטאטן, אשר על כן, וועלן מיר זיכער דארפן אויף עפעס אן אופן אויך אויסארבייטען די רעזולטאטען, על כן, האבן מיר די כמו קאוד וואו געשריבן אויבן.

יעצט אז מיר האבן די כמו קאוד, איז צייט אריינצוברענגן די ערשטע פראגרעממינג קאנצעפט, functions. וואס זענען דאס פונקטשיענס? מיר האבן אין די ערשטע תגובה געשריבן, אז א פראגרעם איז עפעס וואס נעמט אריין עפעס, טוהט דאס באארבייטען, און דערנאך גייט עס ארויס א תוצאה, דער זעלבע זאך איז מיט א פונקטשיען, עס נעמט אריין עפעס, באארבייט עס, און געבט ארויס א תוצאה, לאמיר נעמען אונזער משל, מיר ווילן אריינגעבן א וואל פארמעסט, און צוריק באקומען לעבעדיגע רעזולטאטען, די פראגרעם עסט א וואל פארמעסט, און געבט ארויס לעבידיגע רעזולטאטען. די זעלבע איז מיט פונקטשיענס, זיי נעמען אריין עפעס, און געבן ארויס עפעס אנדערש.

אן אנדערע וועג אנצוקוקן די פונקטשיען איז אז ס'איז א קליינע "פראגרעם", די גרויסע פראגרעם איז צוזאמגעשטעלט פון אסאך קליינע פראגרעמס. אזוי, אז ווען מען וויל שרייבן א גרויסע פראגרעם, קען מען דאס קודם צוברעכן אויף קלענערע שטיקלעך (אזויווי איך האב דא געטוהן), און דערנאך קען מען ארבייטען אויף יעדער חלק באזונדער.

לאמיר אביסל גיין צו אונזער משל, מיר האבן דא אין די כמו קאוד דריי פונקציועס, 1. באקריג דעם דעטע, 2. באארבייעט עס, 3. געב ארויס די רעזולטאטען שיין, לאמיר באטראכטען די דריי פונקציועס, די ערשטע פונקציע נעמט אריין א וואל פארמעסט, און געבט ארויס רויע דעטע. די צווייטע פונקציע נעמט אריין די רויע דעטע, און געבט ארויס באארבייטע דעטע, די דריטע פונקציע, נעמט אריין די באארבייטע דעטע, און געבט ארויס די ענדגילטיגע תוצאה, און א שיינעם אופן. די דריי פונקציעס ארבייטען צוזאמען ארויסצוגעבן די ענדגילטיגע פראגעם, וואס נעמט אריין א וואל פארמעסט, און געבט ארויס לעבעדיגע רעזולטאטען.

יעצט אז מיר האבן שוין די ידיעה, קען מען איינזעהן די שטארקקייט פון כמו קאוד, פון איין זייט, איז דאס גאר ליינבאר אין ענגליש, און פון די צווייטער זייט, קוקט עס אויס גאר ענדליך צו פונקטשיענס, איז ממילא, ווען מען שרייבט אראפ די כמו קאוד, קען מען דאס שרייבן מער ווייניגער אין ענגליש, אבער אין איין וועגס, שרייבט מען שוין אראפ וועלעכע פונקטישענס מען וועט דארפן האבן צו מאכן די פראגרעם, מיר האבן מיט פשוט'ע ענגליש, געמאכט פארשריט אין אונזער פראגרעממינג, ממש דאס וואס מיר זוכן, אין פאקט, איך גלייב שווער אז די פארטיגע קאוד וועט אויסקוקן צופיל אנדערש פון די כמו קאוד וואס איך האבן אויבן געשריבן.

יעצט קענט איהר פרעגן, למעשה, האב איך נאכנישט געשרייבן קיין שום עכטע קאוד, און דאס איז אמת, כ'האב נישט געשריבן קיין עכטע קאוד, אבער כ'האב אויסגערעכענט וואס איך דארף האבן, יעצט וועל איך דורכגיין די פונקטשיענס, און נאכאמאל דורכגיין די פראצעס, איך ווייל באטראכטען די שריט וואס איך דארף טוהן אויפצוטוהן דאס וואס די פונקטשיען דארף אויפטוהן, און איך וועל שרייבן די כמו קאוד, אפשר וועט אויסקומען אז איך בין אנגעקומען צו א שטיקל קאוד וואס לוינט נישט מער צו טיילן, און דארט וועל איך שוין שרייבן קאוד וואס וועט פאקטיש טוהן דאס וואס איך וויל טוהן, אבער לעת עתה האב איך פארט אויפגעטוהן א ריזיגע אויפטוה, איך האב צוטיילט די גרויסע פראגרעם אויף שטיקלעך, איך וועל קענען ארבייטען אויף יעדער שטיקל באזונדער, און איך וועל נישט דארפן מער שרייבן "גרויסע" פראגרעמס, עס וועט מיר זיין גענוג צו שרייבן אסאך קליינע פונקטשיענס.

המשך יבא.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מען האלט אין איין רעדן איבער פראגרעמס און אז זיי נעמען אריין, און אז זיי געבן ארויס, וואס פונקטליך נעמען זיי אריין, און וואס פונטקליך געבן זיי ארויס? איך האב שוין 4 יאר צוריק געשריבן איבער וואס א קאמפיוטער פארשטייט viewtopic.php?p=2227331#p2227331 , ס'איז אביסל א שאד אלעס איבערצוגיין. אבער אין קורצן, א קאמפיוטער פארשטייט בלויז נאמבערס. דאס איז די איינציגסטע זאך וואס ער פארשטייט. בנוסף צו נאמבערס, פארשטייט ער יעדער זאך וואס מען קען טוישן צו נאמבערס (דיזשטעל). אבער מיסודו, פארשטייט ער בלויז נאמבערס.

למעשה, רוב פראגרעממינג שפראכן, וועלן קומען אריינגעבויט מיט 3 עיקר סארטען פון "זאכן" וואס עס פארשטייט. וואס איך מיין מיט "זאכן" איז דאס זאכן וואס עס קען ארייננעמען, זאכן וואס עס קען ארויסגעבן, און אויך זאכן וואס ער וועט ניצן צו האלטן צייטווייליג חשבון אויף. וואס זענען די 3 זאכן? די 3 זאכן זענען נאמבערס, boolean וועליוס, און בוכשטאבן (טעקסט). וואס איז דאס א בוליען וועליו? אפט מאל, ווען עס קומט צו פראגרעממינג דארף מען האלטן חשבון אויף עפעס צו עס איז אמת, אדער נישט אמת, און דא קומט אריין די בוליען וועליו, דאס א סארט זאך, וואס האלט נאר איין שטיקל אינפארמאציע, אמת, אדער נישט אמת. איין נקודה לגבי די טעקסט סארט, און פרארגעממינג הייסט עס א string, ווייל ס'איז א קייט פון בוכשטאבן.

וויאזוי מאכט מען פון נאמבערס אמת אדער פאלטש, פשוט, 0 איז פאלטש, נעגעטיווע ציפערן זענען פאלטש, פאזיטיווע ציפערען זענען אמת. וואס איז מיט בוכשטאבן, איז אזוי, ס'איז נישט דא קיין עכטע סיבה פארוואס צו מאכן וועלעכע ציפער צו מאכן וועלעכע בוכשטאב, און ממילא האבן די פריע פראגרעממערס זיך צוזאמגעזעצט, און געמאכט א ליסטע, דער ציפער איז דער בוכשטאב, דער ציפער איז די נעקסטע וכו' וכו', למשל 65 איז a, און 66 איז b, און אזוי ווייטער, הגם די הסכם איז נישט אזוי מוסכם ווען עס קומט צו אידיש, אראביש, כינעזיש, יאפאניש, emoji, און נאך, אבער פאר ענגליש איז עס מער ווייניגער מוסכם לכל.

אין דזשאוועסקריפט, איז דא די 3 סארטן, בוליען, ציפערען, און טעקסט, אבער אין אנדערע שפראכן זענען די נאמבערס צוטיילט, ס'איז דא

אנסיינעד ציפערן - דהיינו ציפערן וואס קענען נישט זיין נעגעטיוו, און גיין פון 0, ביז זייער מעקס לימיט
סיינעד ציפערן - ציפערען וואס קענען יא זיין 0
פלאטינג פוינט - דהיינו ציפערען וואס האבן א דעסימעל, למשל 3.5 (די אנדערע קענען נאר האבן גאנצע ציפערען)
אין דזשאוועסקריפט איז אלעס א פלאוטינג פוינט.

מיר האבן דא גערעדט פון אסאך קאנצעפטן, און ס'איז אפשר אביסל שווער מיטצוהאלטען, איז די בעסטע זאך צו טוהן, עס פשוט אויספראבירען, גיבטס א דרוק F12, יעצט דרוקטס אויך די console, יעצט קענט איהר אנפאנגן זיך ארומשפילן מיט שרייבן דשזאוועסקריפט.

לייג אריין די פאלגענדע

קאוד: וועל אויס אלע

 var test = 1 
און דערנאך דרוקט ענטער.

וואס איז דא געשען? מען געדענקט אוודאי אז איך האב געשריבן אז איינער פון די סיבות פארוואס מען דארף די "זאכן" איז כדי צו האלטן חשבון אויף דעם, מען זאל עס קענען שפעטער ניצן. יעצט דארף מען ליינען די שטיקל קאוד אזוי, var test, ס'איז דא א זאך וואס איך וויל האלטן חשבון דערויף, די זאך הייסט test. און = 1, איך ווייל די זאלסט האלטן חשבון אז די זאך וואס הייסט test, איז 1.

לאמיר נאכאמאל פראבירען

קאוד: וועל אויס אלע

 var t2 
וואס איד דא געשען? איך האב געזאגט פאר'ן קאמפויטער איך וויל די זאלסט האלטן חשבון אויף עפעס וואס הייסט t2, איך האב דיר נישט געזאט אבער וואס ער איז, איך וויל סך הכל אז די זאלסט האלטן חשבון דערויף

יעצט קען מען גיין ווייטער

קאוד: וועל אויס אלע

 t2 = 2 
יעצט ערשט האב איך געזאגט פאר'ן קאמפיוטער, די זאך וואס איך האב דיר געהייסן האלטן חשבון אויף וואס הייסט t2, האלט חשבון אז ס'איז 2.

יעצט קען מען אריינשרייבן אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 test 
די קאסאול ווייזט א 1, דאס איז וויבאלד ער האלט חשבון אויף טעסט, און ער ווייסט אז טעסט איז 1.

ביז אהער האב איך גערעדט פון ציפערן, וואס הערט זיך מיט טעקסט? אין זשאוועסקריפט, ווען איך וויל שרייבן טעקסט, מוז איך עס ארומנעמען אדער מיט א איינצילע שטרעכלע 'אזוי', אדער מיט א דאפלטע "אזוי וואו דעם", אדער מיט `דעם`. לאמיר דאס אויספראבירן

קאוד: וועל אויס אלע

 t2 = "two"
t2 
ער האלט חשבון אז t2 איז "two".

לאמיר אויספראבירן מיט בוליען וועליוס

קאוד: וועל אויס אלע

 t2 = true
t2
var b3 = false
b3 
פיין, ער האלט גוט חשבון.

מיר זענען נאכנישט פארטיג, אויב די איינציגסטע זאך וואס עס וואלט געקענט טוהן איז האלטן חשבון, איז נישט קיין גרויסע גדולה. מען קען אבער מאכן חשבונות דערויף, איז לאמיר אנפאנגען

קאוד: וועל אויס אלע

 var n1 = 3
var n2 = 5
var plus = n1 + n2
var times = n1 * n2
plus
times 
ווינדערבאר, ער האלט חשבון ער מאכט חשבונות. ס'איז פיין. איין נקודה, די וועג צו מאכן טיימס איז מיט די שטערענדל *, די סיבה איז וויבאלד די געווענליכע סימבעל וואס מען ניצט פאר טיימס, די 'x' סימבאל, ווערט געניצט צו סימבאליזירען די בוכשטאב 'x', מילא קען מען עס נישט ניצן פאר טיימס, און מילא ניצט מען די שטערענדעל.

לאמיר אריבערגיין צו בוליען וועליוס

קאוד: וועל אויס אלע

 var b1 = true
var b2 = false
var and = b1 && b2
var or = b1 || b2
and
or 
וואס גייט דא פאר? די ערשטע צוויי שורות איז גרינג צו פארשטיין, אבער וואס זענען די צווייטע 2 שורות? לאמיר איבער טייטשען, var and = b1 && b2, טייטש אזוי, מאך א חשבון, און קוק אויף די צוויי בוליענס, אויב ביידע זענען אמת, דאן איז די תוצאה פון די חשבון אמת, אויב איינער פון זיי איז פאלטש, דאן איז די תוצאה פאלטש, אין אונזער משל איז b2 פאלטש, מילא איז די תוצאה פון די חשבון פאלטש, אן אנדערע וועג פון קוקן דערויף, איז עס צו ליינען אזוי, איז b1 און b2 אמת? די זעלבע זאך איז מיט די or, נאר מען טוישט די און צו אן אדער, איז b1 אדער b2 אמת? און די תירוץ איז יא, b1 איז אמת.

יעצט איז צייט צו האבן אביסל 'פאן' מען גייט זיך נעמען ארומשפילן און פראבירן צו צוברעכן זאכן, און מיר וועלן זעהן וויאזוי דזשאוועסקריפט פירט זיך אויף. ס'איז וויכטיג צו באטאנען, אז דזשאוועסקריפט פירט זיך אויף היפש אנדערש וואו אנדערע פראגרעממינג שפראכן אין די מצבים, און צוליב דעם איז דא א געוואלד פון וויצן אויף די חשבון פון דזשאוועסקריפט.

קאוד: וועל אויס אלע

 var n5
var n6 = n5 + 1
n6 
לאמיר זען וואס מיר האבן עם געזאגט, מיר האבן עם געזאגט אז ער זאל האלטן חשבון אויף n5, אבער מיר האבן עם נישט געזאגט וואס ער זאל האלטן חשבון אז עס איז. רוב פראגרעממיניג שפראכן וואלטן אין אזא פאל געקראכט. ער ווייסט נישט וואס די ווילסט פון זיין לעבן האבן, האסט עם קיינמאל נישט געזאגט וואס n5 איז, מילא וויאזוי קען ער צולייגן 1 צו עפעס וואס ער ווייסט נישט וואס דאס איז. נישט דזשאוועסקריפט, ער קראכט נישט, אנשטאט פארט ער ווייטער, אבער וואס האט ער דא געטוהן? לאמיר זעהן וואס איז n6, אה, ס'איז NaN, מה זה? ס'איז ר"ת Not a Number. דזשאוואסקריפט האט נישט קיין השגה וואס ער דארף טוהן, סך הכל ווייסט ער, עפעס א מאטאמישע חשבון האסטו געמאכט, אבער סאיז נישט קיין נאמבער.

לאמיר פראבירען נאך עפעס

קאוד: וועל אויס אלע

 var s1 = "א גוטן "
var s2  = "טאג"
s1 + s2 
דאס איז דא אין כמעט אלע פראגרעממינג שפראכן, ווען מען מאכט + אויף צוויי טעקסטס, פארשטייט ער אז איז די ווילסט נישט מאכן קיין מאטאמישע חשבונות, נאר ער שטעלט צוזאם די 2 טעקסטס.

לאמיר פראבירען אביסל ווייטער

קאוד: וועל אויס אלע

 var s1 = "2"
var n2  = 7
s1 + n2
s1 * n2 
וואס גייט דא פאר? די תירוץ איז אזוי, איך מאך + אויף טעקסט און א נאמבער, איז וועלעכע + זאל איך ניצן? זאל איך ניצן די + וואס באדייט צוזאמשטעלן צוויי טעקסטס, אדער די פשוט'ע מאטמאישע +? די תירוץ איז אז מען ניצט די טעקסט ווערסיע.

וואס גייט פאר אין די נעקסטע שורה? טעקסט האט נישט קיין טיימס, מילא על כרחך האב איך געמוזט מיינען די מאטאמישע טיימס, אבער דאס קען דאך נישט זיין, וויבאלד איך קען נישט מאכן טיימס אויף טעקסט, אסאך פראגרעממינג שפראכן וואלטן דא געקראכט, נישט זשאוועסקריפט, זשאוועסקריפט פראבירט צו פארשטיין וואס די ווילסט און זאגט, ס'איז טאקע טעקסט, אבער איך זעה אז די טעקסט איז באמת א ציפער, בלויז אלץ טעקסט, נישט אלץ א נאמבער, אם אינו ענין לטעקסט, תנהו ענין לנאמבער, לאמיר עס געבן א טויש צו א נאמבער, און מאכן ווייטער די מאטאמטישע חשבון.

לאמיר גיין ווייטער

קאוד: וועל אויס אלע

 'a' * 3 
דא קען מען נישט מאכן פון די טעקסט א נאמבער, און אונזער אלטע חבר נישט קיין נאמבער קומט צוריק. (מיט דער פרט איז פייטאן שטערקער, ווייל פייטאן ווערט נישט פארלוירען, און גיבט דיר צוריק 'aaa', דהיינו 'a' טיימס 3).

איך קען געבן נאך און נאך משלים, הזמן יכלה והם לא יכלו, דער וואס וויל,קען זיך ארומשפילן, און טאמער ברויך מען הילף, קען מען פרעגן (אדער גוגל'ן)
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

א גרויסן שכ'ח פאר הרב @בבקשה פאר די ברייטע קורס זייער שיין און ברייט מסביר געווען.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לאמיר גיין אביסל ווייטער, ביז אהער האט מען גערעדט פון מאכן איינצילע וועריבעלס (פראגרעממינג שפראך פאר זאכן צו האלטען חשבון אויף), אבער אפט מאל, וויל מען האלטן חשבון אויף מערערע זאכן. לאמיר ניצן אונזער משל, א וואל פארמעסט פארמאגט פילע אינפארמאציע. די נאוויע מהלך איז צו טוהן אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 var state = 'Iowa'
var totalVotes = 100000
var type = 'Republican Primary'
var date = '2024-01-15' 
און אזוי ווייטער, אבער כאטש דער מהלך וועט ארבייטען, איז דאס נישט די בעסטע, וויבאלד מען קען נישט זעהן אז די אלע וועריבעלס האבן שייכות איינער מיט די אנדערע, אנשטאט, איז דא א בעסערע מהלך, און דאס איז צו ניצן אבדזשעקטס. דאס ניצט מען אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 var iowaCaucus = {
    state: "Iowa",  
    totalVotes : 100000,
    type : "Republican Primary",
    date: "2024-01-15"
 } 
דער באדייט איז אז די אלע וועריבעלס האבן א שייכות איינער מיט די אנדערע, און באלאנגען צוזאמען. אויב וויל מען זען אלע וועריבעלס גייט מען אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus 
אויב וויל מען זעהן בלויז איינער פון די וועריבעלס טוהט מען אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus.totalVotes 
מען שרייבט די נאמען פון די אבזשעקט, און דערנאך א פינטעל, און דערנאך די וועריבל וואס מען זוכט.

המשך יבא, באמת האב איך געוולאט דעקן אסאך מער אין די היינטיגע תגובה, אבער די עי. פי. האט מיר אוועקגענומען די צייט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

כ'האב נישט געהאט אזויפיל צייט פארגאנגע וואך, אבער מיר וועלן יעצט ממשיך זיין. קודם, א שטיקל חזרה.

1. מען פלאנט אי"ה צו ארבייטען מיט די גוגל עפפס סקריפט פרעימווארק און מיט זייערע ארייגעבויעט IDE.
2. א פראגרעם איז עפעס וואס מען פיטירט עפעס א שטיקל אינפארמאציע, און ער גיבט ארויס אן אנדערע סארט אינפארמאציע
3. מען קען צוטיילן א פראגרעם אויף חלקים, וואס הייסט פונקטשיענס
4. אין זשאוואסקריפט, קען מען זאגן פאר די קאמפיוטער צו האלטן חשבון אויף געוויסע זאכן, זיי צו געדענקען, און שפעטער צו ניצן (וועריבילס variables, אין פראגרעממינג שפראך)
5. ס'איז דא 3 סארט זאכן וואס מען קען האלטן חשבון אויף, ציפירערן, טעקסט (סטריג string אין פראגרעממינג שפראך), און בוליענס.
6. בוליענס קענען זיין אדער יא, אדער ניין.
7. מען קען מיט וועריבילס מאכן געוויסע חשבונות, יעדער סארט זיין אייגענע וועג. למשל + מיט צוויי סטרינגס ווערט איין גרויסע סטרינג, + אויף צוויי ציפערן, איז מאטאמטישע +.
8. ווען מען מאכט חשבונות פון 2 אנדערע סארטן, וועט עפ"ר דזשאוועסקריפט פראבירען צו פארשטיין וואס די ווילסט טוהן, און עס מאכן פאר דיר, למשל די טעקסט "1" טיימס די ציפער 1, וועט זיין 1.
9. אויב קען נישט זשאוועסקריפט מאכן א מאטאמטישע חשבון, וועט ער צוריקגעבן Not A Number
10. עס איז דא א זאך וואס הייסט אבדשעקטס. דאס איז ווען מען וויל מסדר זיין אסאך וועריבילס אונטער איין דאך, קען מען מאכן א וועריביל.

יעצט לאמיר גיין אביסל ווייטער.

אין אונזער משל מיט די אבזשעקט האבן מיר געזען די פאלגענדע משל

קאוד: וועל אויס אלע

 var iowaCaucus = {
    state: "Iowa",  
    totalVotes : 100000,
    type : "Republican Primary",
    date: "2024-01-15"
 } 
יעצט איז דאך שוין נאך די אייווע קאוקעס, יעצט איז צייט צו גיין צו ניו העמפשיער

קאוד: וועל אויס אלע

 var nhDems = {
    state: "New Hampshire",  
    totalVotes :300000,
    type : "Democratic Primary",
    date: "2024-01-23"
 }
    
var nhReps = {
    state: "New Hampshire",  
    totalVotes : 300000,
    type : "Republican Primary",
    date: "2024-01-23"
 } 
לאמיר באטראכטען די קאוד, אונז האביר צוויי וועריבילס, אבער אונז וויל מיר בלויז האבן איינס. איין וועג וואלט געווען צו מאכן א נייע אבדזעקשט

קאוד: וועל אויס אלע

 var nh = {
rep: {...},
dem: {...}
} 
יעצט האבן מיר בלויז איין אבדזשעקט, אנצומקען למשל צו די דעמעקראטישע וואוטס קען מען אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 nh.dem.totalVotes 
אבער דזשאוועסקריפט האט נאך א וועג עס צו מאכן, און איז געווענליך די בעסערע וועג ווען מען האט אסאך אבדזשעקטס פון די זעלבע סארט

קאוד: וועל אויס אלע

 var nh =  [
    {
        state: "New Hampshire",  
        totalVotes : 300000,
        type : "Republican Primary",
        date: "2024-01-23"
    },
    {
        state: "New Hampshire",  
        totalVotes : 300000,
        type : "Democratic Primary",
        date: "2024-01-23"
    }] 
קודם מאכן מען סקווער ברעקעטס, און דערנאך לייגט מען אבזשעקטס, צוטיילט מיט קאאמאס. יעצט אז מען וויל אנקומען למשל צו די רעפובליקאנער פריימערי, דאן לייגט מען ברעקעטס אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 nh[1].type 
אין די ברעקעט לייגט מען וועלעכע מען וויל, דהיינו, אונז האבן געלייגט 2 אבדזשעקטס, לייגט מען די נומבער פון די אבדזשעקט וואס מען וויל האבן.

איז לאמיר באטראכטן די קאוד אויבן, און לאמיר דאס שטייט דורכגיין, nh[1], אונז וויל מיר האבן פון nh די אבזשעקט 1, און אונז וויל מיר האבן די וועריביל טייפ. איז לאמיר טראכטן, וואס וועט די קאוד ווייזן? לכאורה, וועט עס ווייזן די טייפ פון די ערשטע אבדזשעקט, דהיינו, "Republican Primary".

אויספראבירט? ריגגיד!!, אנשטאט רעפובליקען איז ארויפגעקומען דעמעקראט!! חיות רעות!. אקעי לאמיר עם אויסהערן, מען גייט גיין יעצט טאקע צו די דעמעקראטען

קאוד: וועל אויס אלע

 nh[2].type 
... ער קראכט. ער ווייסט אויך אז די דעמעקראטען זענען באנקראט? וואס גייט דא פאר?

די תירוץ איז פשוט, אין דזשאוועסקריפט, און אזוי אויך רוב פראגרעממינג שפראכן, פאנגן זיך אן די ליסטעס ביי 0 דהיינו, די ערשטע אבדזשעקט אין די ליסטע הייסט 0, די צווייטע הייסט 1, אא"וו, יעצט מיט די פארשטאנד, קען מען גיין ווייטער

קאוד: וועל אויס אלע

 nh[0].type 
אה, יעצט קומט ער צוריק פיין, פונקט דאס וואס מיר האבן געוואלט. און פארוואס האט nh[2] געקראכט? פשוט, די האסט עם געהייסן גיין צו די דריטע אבדזעשעקט אין די ליסט, ס'איז נישט דא אזא אבדשעקט, מילא האט ער געקראכט.

ס'איז וויכטיג צו באטאנען, אז ליסטעס קענען זיין ליסטעס פון ציפערען אדער טעקסט, עס מוז נישט זיין פון אבדזשעקטס דוקא, נאר דאס איז די משל וואס איך האב גענוצט. נאך א נקודה, אנדערש פון אסאך אנדערע פראגרעממינג לענגווידזשעס, קען א ליסטע אין דזשאוועסקריפט זיין אויסגעמישט פון אלע סארטן. למשל אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 var mixedUp = [8, "Hello", true, {name: "Desantis", droppedOut:true}] 
ביטע, סיי וואס פאר א פראגן ביטע פרעגן, המשך יבא אי"ה.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איינער האט מיר מעורר געווען אין אישי אז איך בין צו שנעל געלאפן ווען איך האב מסביר געווען אבדזשעקס, מילא וועל איך עס נאכאמאל אויסשמועסן, אי"ה די נעקסטע תגובה וועלן מיר אנפאנגען שרייבן קאוד, ווי נאר מען וועט זיך אנשטויסען אין פרישע פראגרעממינג קאנצעפטס, וועל איך מיך אפשטעלן און מסביר זיין איידער איך גיי ווייטער.

אין די נעכטיגע תגובה, האב איך מסביר געווען, אז ס'איז דא אמאל וואס מען האט אסאך וועריבילס (= זאכן צו האלטן חשבון אויף). אין די נעכטיגע תגובה, האבן מיר געוויזן איין מהלך צו האלטן אסאך וועריבילס אונטער איין וועריביל, און דאס איז געווען די ליסט (אדער array עררעי ווי עס ווערט אנגערופן אין פראגרעממיניג שפראך), וואו מען קען האלטן אסאך וועריבילס אין איינס, און יעדער וועריביל וועט באקומען ווערן דורך ניצן א ברעקעט, און ניצן א ציפער צו באקומען די ספעציפישע וועריביל וואס מען וויל די ערשטע וועריביל איז 0, די צווייטע 1, אא"וו.

אן אבדזשעקט איז א צווייטער וועג צו האלטן אסאך וועריבילס אונטער איין וועריביל.

לאמיר געבן א משל, לאמיר נעמען איין וואל פארמעסט

קאוד: וועל אויס אלע

 var state = "iowa"
var totalVotes = 100000
var type = "Republican Primary"
var date = '2024-01-15' 
איך וויל האלטן חשבון אויף אסאך זאכן, איך וויל האלטן חשבון אויף די נאמען פון די סטעיט, סך הכל שטימען, צו ס'איז א דעמעקראטישע אדער רעפובליקאנער פריימערי, און די דאטום וואס עס קומט פאר.

איך האב פאר דעם געמאכט 4 וועריבילס, און גאנץ שנעל וועל איך האבן צענדליגע וועריבילס, נאך מער, וואס וועט געשען אז איך וויל האלטן חשבון אויף א צווייטע סטעיט אויך

קאוד: וועל אויס אלע

 var state = "new hampshire"
var totalVotes = 300000
var type = "Republican Primary"
var date = '2024-01-23' 

גאנץ פיין און וואויל אבער דא שטויסט מען זיך אן אין א פראבלעם, state, האט מען דאך געבעטן אז עס זאלן האלטן חשבון אויף "iowa", און יעצט האט מען עס געטוישט צו new hampshire" האט מען פארלוירען דעם "iowa". מען קען זיך אן עצה געבן, אבער גאנץ שנעל וועט די קאוד ווערן פיל מיט צענדליגע וועריבילס.

מען קען זיך טאקע אן עצה געבן מיט אן עררעי

קאוד: וועל אויס אלע

 var iowa = ["iowa", 100000, "Republican Primary", 2024-01-15] 
אבער דער מהלך איז נישט אזא גוטע מהלך, ווייל פונקטליך וואס דארף

קאוד: וועל אויס אלע

 iowa[3] 
צו מיינען? יא, איך און דיך ווייסן אז דאס דארף זיין די דאטום פון די פארמעסט, אבער ס'איז זייער אומקלאר וועט דאס דארף צו מיינען.

און דא קומט אריין די אבדזעשעקט. לאמיר שרייבן וויאזוי אן אבדזשעקט קוקט אויס.

קאוד: וועל אויס אלע

 var iowaCaucus = {
    state: "Iowa",  
    totalVotes : 100000,
    type : "Republican Primary",
    date: "2024-01-15"
 } 
אין אידיש וואלט איך געזאגט אז די קאוד טוהט אזוי, מאך א וועריביל, וואס די וועריביל אליין טוהן אנטהאלטען אסאך וועריבילס. מען קען עס אנקוקן לאמיר זאגן, אז א וועריביל איז א שעלף, מען קען דארט אראפלייגן זאכן, און א אבדזעקשקט איז א שאפע, וואס באשטייט פון מעררערע שעלפס.

איז לאמיר אביסל מסביר זיין אין אידיש וואס שטייט דא אין דער קאוד. האלט חשבון אויף א זאך וואס הייסט iowaCaucus. אין דעם iowaCaucus, האלט חשבון אויף סטעיט, אלע שטימען, טיפ, און דאטום.

די סינטעקס, (די פונקטליכע סדר, ווען מען טוהט פראגרעממינג, מוז יעדער זאך זיין פונקטליך, די ערשטע אמעריקאנע ספעיס שיפ האט געקראכט פשוט וועגן איין דעש האט געפעלט פון די קאוד) פון מאכן אן אבדדשעקט איז וואו פאלגענד, די אבדזשעקט איז ארומגענומען מיט קורלי ברעסעס {} יעדער אינערליכע וועריביל שרייבט מען די וועריביל, דערנאך א : און דערנאך די וועליו פון די וועריביל. די וועריבילס זענען צוטיילט מיט א , סימבאל. קוקטס אויף די משל צו פארשטיין בעסער.

ווען מען עפעס ארויסנעמען פון אן אבדזשעקט שרייבט מען אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus.state 
דהיינו מען שרייבט די נאמען פון אבזשעקט, דערנאך א דאט . און דערנאך וועלעכע פון די וועריבילס אינערהאלב די אבדזשעקט מען וויל.

אבדזשעקטס אין דזשאוועסקריפט קען מען שפעטער צולייגן זאכן.

למשל אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus.totalDelegates = 40 
די סינטעקס איז א פשוטע, די זעלבע וועג וויאזוי מען ליינט עס, מען שרייבט די טאטע וועריביל, דערנאך א דאט, און דענאך די נייע וועריביל וואס מען וויל צולייגן.

אבזשעקטס קענען אויך אנטהאלטן אנדערע אבדזשעקטס. אזוי
למשל אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus.winner = {
firstName: "Donald", 
lastName: "Trump"
} 
און עס צו ליינען דארף מען פשוט צולייגן נאך א דאט

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus.winner.lastName 
מען קען אויך לייגן ליסטעס אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus.losingCandidates = ["Desantis", "Haley", "Ramaswamy"] 
עס צו ליינען איז אויך פשוט.

קאוד: וועל אויס אלע

 iowaCaucus.losingCandidates[0] 
בקיצור, אן אבדזשעקט איז א וועריבל וואס האט אונטער זיך נאך וועריבילס. אי"ה נעקסטע תגובה וועלן מיר אנפאנקען שרייבן קאוד, ביז מען וועט זיך דארפן אפשטעלן מסביר זיין א פראגרעממינג קאנצעפט.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ווי געשריבן אין דער תגובה וועלן מיר אנפאנגען קאודען. ווי אויסגעשמועסט אויבן, איז די פלאן צו ארבייטען מיט גוגל עפפס סקריפט און זייערע אריינגעבויטע IDE. איז צו אלעם ערשטען, דארף מען גיין צו די IDE. די לינק איז https://script.google.com/home דערנאך דרוק אויף New Project, עס וועט אויסקוקן בערך אזוי.
בילד

מיט די צייט וועלן מיר מסביר זיין פונקטליך וואס אלע קנעפלעך זענען. פאר יעצט איז אן עצה טובה צו טוישן די נאמען פון דעם פראדזשעקט צו א מער פארשטענדליכע נאמען. צו טוישן די נאמען דארף מען דרוקן ווי ס'איז דא אנגעצייכנט
בילד, און מען וועט קענען טוישן די נאמען פון די פראדזשעקט.

באמת האב איך געזאגט אז מען גייט אנפאנגען אין דעם תגובה שרייבן קאוד, און מען וועט זיך אפשטעלן ווען מען באגעגענט זיך מיט א נייע פראגרעממינג קאנצעפט, אבער, מען מוז זיך שוין אפשטעלן, מען דארף איין זאך מסביר זיין, און דאס איז פונקטשיענס. באמת, האב איך שוין צוגערירט די נושא אין אן אנדערע תגובה, אבער יעצט וויל איך אביסל מער מרחיב זיין, אבער אויך נישט אינגאנצען מסביר זיין, נאר וויפיל עס פעלט אויס צו אנפאגען קאודען.

ווי גשריבן אויבן, א פונקטשיען איז ווען מען נעמט א גרויסע פראגרעם, און מען צוטיילט עס אויף שטיקלעך, און יעדער פונקטשיען איז א קליינע פראגרעם פאר זיך. אבער וויאזוי מאכט מען א פונקטשיען? אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 function myFunction() {
  
} 
לאמיר מסביר זיין די סינטעקס, די סינטעקס אין דזשאוועסקריפיט איז אזוי, מען שרייבט function, דערנאך די נאמען פון די function, דערנאך מאכט מען (), און דערנאך מאכט מען {}, מיר וועלן צוריקקומען צו וואס מען דארף לייגן אין די (), און יעצט וועלן מיר מסביר זיין וואס מען דארף לייגן צעווישן די קורלי ברעסיס, לאמיר אפדעיטען די משל.

קאוד: וועל אויס אלע

 function myFunction() {
  var x = 1;
} 
און יעצט לאמיר מסביר זיין וואס עס שטייט דא אין אידיש, פונקטשיען מייפונקטשיען = מאך א נייע פונקטשיען, וואס הייסט מייפונקטשיען (מען קען עס באטראכטען ענדליך צו var x, מאך א וועריביעל וואס הייסט x, נאר אנשטאט א וועריבעל מאכט מען א פונקטשיען)

() = וועלן מיר שפעטער מסביר זיין.
{ = פאנג אן די קאוד פון די פונקציע
var x = 1; = די קאוד פון די פונקציע (מען קען לייגן אסאך ליינס, אבער אין די משל איז נאר דא איינס)
} = ענדיג די קאוד פון די פונקציע.

פיין אין וואויל, איך ווייס שוין וויאזוי מען מאכט א פונקטשיען, אבער וויאזוי ניצט מען עס? איז קודם, לאמיר מאכן א נייע פונקטשיען

קאוד: וועל אויס אלע

 function secondFunction() {
  var x = 1;
} 
מען האט מער ווייניגער געמאכט א קאפי פון די אלטע פונקטשיען. אבער מען האט עס געגעבן א צווייטע נאמען. לאמיר צוריקגיין צו די ערשטע פונקטשען און עס מאדיפיצירען אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 function myFunction() {
  secondFunction()
} 
מען שרייבט די נאמען פון די פונקטשיען און דערנאך (). אין אידיש וואס שטייט דא, איז גיי צו די פונקטשיען וואס הייסט סעקענד פונקטשיען, און לויף אלע קאוד וואס איז דא דארט אין יענע פונקטשיען.

אלעס פיין אין וואויל אבער וויאזוי מאך איך די קאוד זאל אנפאגען גיין?
בילד

דא איז אנגעצייכענט, 2 קנעפלעך, די ערשטע קנעפל איז די לויף קנעפל, ווען מען דרוקט דאס, גייט די קאוד אנפאנגען גיין. אין די עפפס סקריפט קען מען אנשטעלן וועלעכע פונקטשיען זאל אנפאנגען גיין, ווען מען דרוקט די לויף קנעפל, וועט די פונקציע וואס שטייט דא אנפאנגען גיין, מען קען דרוקן דערויף און זיך וועלן וועלעכע פונקטשיען מען וויל עס זאל גיין. איז לאמיר טאקע דרוקן די לויף קנעפל.

בילד

עפפ סקריפט לאזט אונז וויסן, ער האט אנגעפאנגן לויפן די קאוד, און ער האט גע'ענדיג'ט, אי"ה המשך יבא.
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4918
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

בבקשה האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:29 pm
איך האב צוגעלייגט א console.log פאר אינטערעסאנטקייט...

קאוד: וועל אויס אלע

 function myFunction() {
  function2();
  console.log('hitted the first function')
}
function function2(){
  var x = 2;
  console.log('hitted the seccond function')
} 
און וואונדער איבער וואונדער, ער איז אנגעקומען צום צווייטן פאר דעם ערשטן!
Screenshot 2024-01-24 221306.png
Screenshot 2024-01-24 221306.png (19.75 KiB) געזען 8643 מאל
אבער אויב האב איך צוגעלייגט די console.log פארן רופן די צווייטע פאנקשען,כזה

קאוד: וועל אויס אלע

 function myFunction() {
    console.log('hitted the first function')
    function2();

}
function function2(){
  var x = 2;
  console.log('hitted the seccond function')
} 
האט ער יא קודם געוויזן די ערשטע!
Screenshot 2024-01-24 221457.png
Screenshot 2024-01-24 221457.png (18.26 KiB) געזען 8643 מאל
(די סיבה איז אז JavaScript איז א שפראך וואס ליינט יעדע שורה אויף זיין פלאץ, און ער גייט נישט ווייטער בעפאר ער ענדיגט וואס דא שטייט. אויב שטייט ערשט console.log (וואס דאס מיינט שרייב צו די קאנסאול) וועט ער ערשט שרייבן בעפאר ער רופט דעם צווייטן, אבער אויב שטייט קודם די function2(), וועט ער צוערשט אפירזוכן דעם צווייטן פאנקשען, ענדיגן סיי וועלכע קאוד ער טרעפט דארט, און הערשט דאן צוריק קומען צום ערשטן ענדיגן ווייטער ווי ער האלט.)
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

יעצט אז מיר פארשטייען שוין פונקטשיענס, איז לאמיר אריבער גיין צו די כמו קאוד, וואס מיר האבן געשריבן אין א פריערדיגע תגובה, לאמיר דאס אהערברענגן דא

קאוד: וועל אויס אלע

 fetchData()
transformData()
outputData() 
לאמיר עס אריינלייגן אין א פונקטשיען. מיר וועלן אויסמעקן אלע קאוד וואס איז דא יעצט, און מיר וויל אנשטאט דאס אריינלייגן אין א נייע פונקטשיען אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 function main() {
    fetchData()
    transformData()
    outputData()
} 
מיט די צייט, אויב פעלט דאס אויס, קענען מיר טוישן די קאוד. לאמיר סעיוון, און לויפן די מעין פונקטשיען.

הממ.. וואס איז דא געשען?

קאוד: וועל אויס אלע

 ReferenceError: fetchData is not defined
main	@ Code.gs:2 
נאך א ביסל טראכטן, איז די פראבלעם פשוט, איך האב געזאגט אז איך וויל לויפן די fetchData פונקטשיען, אבער איך האב עם נישט געזאגט וואס דער פונקטשיען איז. וועלן מיר טאקע יעצט מאכן די פונקטשיען

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(){
  
} 
דערווייל טוהט נאך די פונקטישען גארנישט, אבער ס'איז דא. די רעפרענס עררער וועט אוועקגיין.

וואס טוהט זיך מיט די אנדערע 2 פונקטשיענס? אונז וויל מיר נאך נישט מאכן די 2 פונקטשיענס איז דא אן אנדערע עצה. וועלן מיר מאדיפיצירען די קאוד אזוי

קאוד: וועל אויס אלע

 function main() {
  fetchData()
  // transformData()
  // outputData()
} 
ווען מען לייגט // אין פראנט פון א ליין פון קאוד, איז דאס כאילו מען זאגט, איגנאריר די ליין. די אויפטוה דערפון איז צוויי פאכיג, צומאל איז דא קאוד וואס מאכט פראבלעמען, מען וויל עס נישט אויסמעקן, אבער פון די אנדערע זייט, האט מען נישט די צייט עס צו פאררעכטען, איז די עצה אז מען לייגט צו די // און עס ווערט איגנארירט. נאך א מעלה האט דאס, אז מען קען שרייבן פשוט אידיש וואס מען וויל טוהן.

קאוד: וועל אויס אלע

 function main() {
  // דער פעטש דעטע פונקטשיען וועט אריינברענגן די רעזולטאטען.
  fetchData()
  // transformData()
  // outputData()
} 
דאס איז גראדע א שלעכטע קאממענט (דאס איז וואס איגנארירטע קאוד ווערט אנגערופן ביי פראגרעמרס), אבער סתם א משל.

שוין, תכלית גערעדט, וויאזוי טאקע באקומט מען די רעזולטאטען? ס'איז פארהאן בעיקר 2 קאמפיניס וואס ציילן די וואלן אין אמעריקע (באמת די וועג וויאזוי עס ארבייט איז, אז יעדער קאונטי ציילט פאר זיך, אבער איינער מוז דאך צוזאמרעכנען אלע קאונטיס צוזאמען), דאס זענען די AP, פון די גרעסטע נייעס אגונטערען אין אמעריקע, און דיסיזשען דעסק HQ. א קליינע קאמפיני וואס פאוקעסט בלויז אויף ציילן וואלן.

יעצט איז די שאלה, פיין זיי ציילן עס, אבער וויאזוי קענען מיר דאס באקומען פון זיי? דא קומט אריין א נייע קאנצעפט, דער API. וואס איז דאס אן API? ס'איז דא פיל מינע API'ס אבער מיר וועלן זיך קאנציטרירען אויף REST API'ס. יעדער ווייסט טאמער וויל איך אנקומען צו אייוועלט דארף איך לייגן אין די בראוזער די לינק צו אייוועלט.

קאוד: וועל אויס אלע

 https://www.ivelt.com/forum/index.php 
ווען איך גיי צו די לינק, וועל איך זעהן א וועבפעידזש, א וועבפעידזש איז א זאך וואס איז געמאכט אויסצוקוקן שיין, ס'איז געמאכט אז די באנוצער זאלן קענען דריקן, אין גיין פון פארום צו פארום, וכו' וכו', און ס'איז געמאכט פאר א מענטש צו זעהן, אבער ס'איז דא לינקס, וואס זענען נישט געמאכט פאר מענטשען צו זעהן, ס'איז געמאכט פאר קאמפיוטערס צו ליינען, און צו פארשטיין. ס'איז נישט קיין ענדגילטיגע פראדוקט וואס א מענטש וועט האבן שייכות מיט, ס'איז א "וועבפעידזש" וואס די קאמפיוטער ליינט, און טוהט דערמיט אויפגאבעס. ס'איז מעגליך, אז שפעטער וועט די צווייטע קאמפיוטער נעמען די דעטע, און דאס ווייזן פאר א מענטש, און מאכן דערפון א מענטשליכע וועבפעידזש, אבער די לינק אליין, דאס איז נישט געמאכט פאר די מענטש צו זעהן.

יעצט סיי די AP און סיי DDHQ האבן API'ס, מיר וועלן זיך בעיקר קאנציטרירען אויף די AP API יעצט, און מיר וועלן באהאנדלן DDHQ אין א צווייטע געלעגענהייט. יעצט געווענליך ווען ס'איז דא אן API, וועט די קאמפיני וואס גיבט ארויס די API, אויך ארויסגעבן פונקטליכע אינסטראקציעס וויאזוי צו ניצן די API, אבער היות די API'ס וואס איך ניץ, זענען נישט קיין אפיציעלע API'ס, געבן די קאמפיניס נישט ארויס קיין שום דאקומענטעישען (אינסטראקציעס אין פראגרעממינג שפראך). מילא מוז איך אליין צושטעלן די דאקומעטנעישען, לויט וויפיל איך האב גענישטירט.

לאמיר באטראכטן די לינקס פון אייוועלט

קאוד: וועל אויס אלע

 https://www.ivelt.com/forum/index.php
https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=182
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=37783
https://www.ivelt.com/forum/posting.php?mode=quote&p=1744282 
לאמיר באטראכטען די לינקס. די ערשטע זאך וואס שפרינגט ארויס צוט מיר איז אז אלע פאנגן זיך אן די זעלבע
https://www.ivelt.com/forum/ , באמת איז דאס פשוט, דאס איז די וועבזייטל פון אייוועלט, אלעס אנדערש, איז אונטער די וועבזייטל. לאמיר יעצט אריבערגיין צו די צווייטע לינק, viewforum.php?f=182, דאס גייט צו א פארום, אבער אלע פארומס האבן די זעלבע לינק, זיי גייען אלע צו viewforum.php, איז מילא וויאזוי ווייסט מען וועלעכע פארום צו ווייזן? די תירוץ ליגט אין די f=182, יעדער פארום האט אן ID, און די f=182, זאגט פאר די וויופארום פעידזש, ווייז די פארום וואס האט ID 182. די דריטע לינק, איז צו זעהן אן אשכול, און די פערדע איז צו ציטריטען.

אשר על כן, וואס מיר זעהן דא איז, אז אסאך וועבפעידזשעס וועלן האבן ענליכע לינקס, און נאר אין צוגאב מיט מער אינפארמאציע, וועט ער ווייזן די ריכטיגע בלאט, אלע פארומעס האבן די זעלבע לינק, און נאר ווען מען געבט עם די f= ווייסט ער צו ווייזן די ריכטיגע פארום. אויך API'ס ארבייטען אזוי. ס'איז דא לינקס, און די לינקס קוקן אויס מער ווייניגער די זעלבע, און בלויז מיט געבן אביסל אינפארמאציע, טוישט זיך די אינפארמאציע וואס קומט צוריק, אבער אלע לינקס האבן ענליכקייטען, פונקט ווי אלע פארומס אויף אייוועלט, טראץ וואס זיי זענען אנדערש, אין די אינהאלט איז אנדערש, איז די אויסקוק מער ווייניגער די זעלבע, אזוי אויך די API, די אויסשטעל איז די זעלבע, בלויז די אינהאלט איז אנדערש. (עס וועט קלארער שעפטער ווען מיר וועלן זעהן ביישפילן).

צוריק צו די AP API, עס זענען פארהאן 4 סארט לינקס, וואס די AP API פארמאגט (עכ"פ 4 וואס איך דארף)

קאוד: וועל אויס אלע

 https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/{date}/results/races/{state}/progress.json
https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/{date}/results/races/{state}/{id}/metadata.json
https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/{date}/results/races/{state}/{id}/summary.json
https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/{date}/results/races/{state}/{id}/detail.json 
יעדער פלאץ ווי עס שטייט {}, מיינט דאס אז מען דארף עס ארויסנעמען, און לייגן א שטיקל אינפארמאציע, למשל {date}, דארף מען אנשטאט לייגן די דעיט. די דעיט דארף זיין אין א פארמאט אזויווי דאס, 2024-01-15, סטעיט מיינט די 2 בוכשטאב וועג וויאזוי מען שרייבט דאס, אזויווי ביים שיקן די פאסט כגון IA. די ID איז די ID פון די פארמעסט למשל 20240115IA17276, אויב לייגט מען אריין די וועליוס פאר די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט אין אייווע, קוקן די לינקס אויס אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 https://interactives.ap.org/election-results/data-live/2024-01-15/results/races/IA/progress.json
https://interactives.ap.org/election-results/data-live/2024-01-15/results/races/IA/20240115IA17276/metadata.json
https://interactives.ap.org/election-results/data-live/2024-01-15/results/races/IA/20240115IA17276/summary.json
https://interactives.ap.org/election-results/data-live/2024-01-15/results/races/IA/20240115IA17276/detail.json 
וואס זענען די 4 לינקס?

פראגרעס, האט די לעבידיגע רעזולטאען פאר אלע וואלן אין יענע טאג, פאר יענער סטעיט, אויב וויל מען, קען מען אויסלאזן די סטעיט, און דאן האט מען די רעזולטאען פאר אלע וואלן אין יענער טאג
מעטעדעטע, האט די אינפארמאציע איבער די וואלן (נישט די רעזולטאטען, נאר די אינפארמאציע), פאר די ספעצפישע פארמעסט. אויב וויל מען, קען מען אויסלאזן די ID, צו באקומען די אינפארמאציע פאר אלע וואלן אין ד סטעיט, און אויב לאזט מען אויך אויס די סטעיט, באקומעט מען די אינפארמאציע פאר אלע וואלן אין יענער טאג.
סוממערי, גיבט די רעזולטאטען פון א ספעציפשע וואל פארמעסט, מען קען נישט אויסלאזן נישט די סטעיט, און נישט די ID.
דיטעיל, געבט די רעזולטאטען, סיי די סך הכל, און סיי פון יעדער קאונטי באזונדער. מען קען נישט אויסלאזן די סטעיט אדער ID.

ס'איז אביסל א לענגליכער תגובה, וויל איך שרייבן א שטיקל סיכום.
1. מען האט אריבערגעברענגט די כמו קאוד צו די עכטע קאוד.
2. מען האט זיך באגענגט אין א קרעש, די קרעש הייסט רעפרענס עררער, דאס געשעט ווען מען רופט א פונקטשיען (אדער אין טייל פעלער א וועריביל), וואס עקזיסטירט נישט.
3. ווען מען לייגט // פארנט פון א ליין פון קאוד, איז די באדייט אז די קאוד ווערט איגנארירט, דאס איז גוט צו איגנארירען קאוד וואס טויג נישט, אדער צושרייבן עפעס אין אידיש, פארוואס מען האט געמאכט א שטיקל קאוד.
4. API'ס ארבייט דורך ספעצישע לינקס, וואס זענען כמו "וועבפעידזשעס", וואס בלויז קאמפיוטערס פארשטייען.
5. AP האט אן API, און עס האט 4 סארט לינקס.

זייטיגע נאטיץ, דער וואס האט מיטגעהאלטען אייווע, ווייסט אז די ערשטע שטיק צייט האט די לעבידיגע רעזולטאטען נישט געארבייט פאר AP. די סיבה דערפאר איז וויבאלד AP API פלעגט זיך אנהייבן interactives.ap.org, אין פאקט, עכ"פ פאר אייווע, ארבייט נאך די interactives.ap.org לינקס, נאר זיי ווערן נישט אפדעיטעד, און בלייבן ביי 0. איז פאר די וואלן, האב איך זיכער געמאכט אז אלעס קלאפט, און עס האט טאקע געקלאפט, אבער די נאכט פון די וואלן האב איך ערשט אויסגעפינען אז די אלע לינקס בלייבן ביי 0. בין איך שנעל געגאנגן זוכן די נייע לינקס, אפילו נאכדעם וואס איך האב עס שוין געטראפן, האט מיר געדויערט צייט צו כאפן וואס די חילוק איז. איך בין געווען זיכער אז די טעות ליגט סוף לינק, דארט ווי איך לייג אריין די אינפארמאציע, אז עפעס טוה איך נישט ריכטיג, אז איך האב אפילו נישט באטראכט די אנהויב פון די לינק, ערשט שפעטער ווען איך האב מחליט געווען צו קוקן אות ביי אות די חילוקים פון די לינק, האב איך געטראפן די פראבלעם.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לאמיר זיך צוריקקערן צו אונזער משל, אונז וויל מיר באקומען די דעטע פאר א וואל פארמעסט, און די דעטע גייט מען באקומען דורך רופן די פעטש דעטע פונקטשיען. יעצט לאמיר צוריקגיין צו די פשט פון א פונקטשיען, א פונקטשיען איז א קליינע פראגרעם, עס נעמט אריין אינפארמאציע, און גיבט צוריק אינפארמאציע. מיר האבן געזען וויאזוי איין פונקוטשיען רופט א צווייטע פונקטשיען, אבער וויאזוי געבט מען אריין דעטע צו א פונקטשיען? און וויאזוי באקומט מען צוריק דעטע פון א פונקטשיען?

לאמיר צוריקגיין צו אונזער פעטש דעטע פונקטשיען, זיין תפקיד איז, צו ברענגן די לעבעדיגע רעזולטאטען פון די API. אבער וויאזוי ווייסט ער פאר וועלעכע פארמעסט צו ברענגן די רעזולטאטען? מיר ווייסן שוין, אז די לינקס וואס די API האט, פאדערט 3 שטיקלעך אינפארמאציע, 1. די דעיט, 2. דער סטעיט, 3. דער ID פון די פארמעסט. איז מסתבר אז די פעטש דעטע דארף אויך האבן די שטיקלעך אינפארמאציע.

יעצט שטעלט זיך נאר די פראגע, וויאזוי גיבט מען פאר די פעטשדעטע פונקטשיען די דריי שטיקלעך אינפארמאציע? די תירוץ איז, אז מיר האבן אויסגעלאזט ביים מסביר זיין פונקטשיענס וואס די () טוהן. יעצט וועלן מיר דאס מסביר זיין. צום אלעם ערשטען דארף מען אפדעיטען די קאוד וואס מאכט די פונקטשיען אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id){

} 
דאס איז די אויפגאבע פון די (), דארט שרייבט מען אריין וועלעכע שטיקלעך אינפארמאציע די פונקציע דארף אין די נעמען פון די אינפארמאציע, אויב דארף מען מער פון איין שטיקל אינפארמאציע, דאן לייגט מען א , צעווישן יעדער שטיקל אינפארמאציע וואס מען דארף.

פיין, יעצט ווייסט די פונקציע וואס פאר א אינפארמאציע מען דארף, אבער וויאזוי טוהט מען געבן די אינפאראמציע? לאמיר אפדעיטען אונזער מעין פונקציע.

קאוד: וועל אויס אלע

 function main() {
  fetchData("2024-01-15", "IA", "20240115IA17276")
  // transformData()
  // outputData()
} 
דא שרייבט מען די אינפארמאציע, אויך צוטיילט מיט קאממעס. אביסל לשבר את האוזן וואס גייט פאר. מען האט שוין געשריבן אויבן איבער וועריבילס, איז ווען מען שרייבט

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id) 
איז עס פונקט אזויווי מען שרייבט

קאוד: וועל אויס אלע

 var date
var state
var id 
ווי צו זאגן, דער פונקציע גייט דארפן האלטן חשבון אויף 3 זאכן, איך ווייס נאך נישט וואס. און די 3 זאכן גיין קומען פון אן אנדערע פלאץ. און ווען מען רופט די פונקטשיען

קאוד: וועל אויס אלע

 fetchData("2024-01-15", "IA", "20240115IA17276") 
איז עס פונקט ווי מען שרייבט נאכדעם

קאוד: וועל אויס אלע

 date = "2024-01-15"
state = "IA"
id = "20240115IA17276" 
ווי צו זאגן די דריי זאכן וואס די פונקטשיען האט געזאגט אז ער וויל האלטען חשבון אויף, די 3 זאכן זענען די וועליוס וואס איך געב עם יעצט, און ווען די פונקטשיען פאנגט אן וועט ער האלט חשבון אויף די 3 זאכן, אין די וועריבילס וואס ער האט געמאכט בשעת מען האט געמאכט די פונקטשיען (אין פראגרעממינג שפראך, הייסט אזא וועריביל וואס מען דארף געבן פאר די פונקטשיען די וועליו, אן argument).

לאמיר זיכער מאכן אז אלעס קלאפט. לאמיר געבן אן אפדעיט די פעטש דעטע פונקטשיען

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id){
  console.log("Date = " + date)
  console.log("State = " + state)
  console.log("ID = " + id)

} 
לאמיר סעיווען די קאוד, און לויפן
arguments.png
arguments.png (55.23 KiB) געזען 8047 מאל
פיין אלעס קלאפט.

יעצט שטעלט זיך די שאלה, פיין אונז האבן די אינפארמאציע וואס מיר דארפן, אבער וויאזוי באקומט מען פאקטיש די רעזולטאטען? מיר ווייסן אז ס'איז דא א לינק, מיר ווייסן שוין וויאזוי צו באקומען די רעזולטאטען, אבער וויאזוי שיקט א קאמפיוטער א לינק צו א צווייטע קאמפיוטער? די תירוץ איז, אז ס'איז זייער קאמפליצירט. אבער, מיר האבן אנגעהויבן אז מיר וועלן ניצן די גוגל עפפ סקריפט פרעימווארק, אפשר איז דא עפעס אין די פרעימווארק וואס קען אונז העלפן? ס'איז צייט צו קוקן די דאקומעטעישען, לאמיר זען טאמער ס'איז דא דארט עפעס וואס קען אונז העלפן.

דאס איז די לינק פאר די דאקומענטעישן https://developers.google.com/apps-script . אפט מאל, ביי דאקומענטעישען וועט זיין א סעקשין וואס הייסט Reference, דאס וועט האבן א ליסטע פון אלע פונקטשיענס וואס די פרעימווארק האט. איז לאמיר קוקן דארט. https://developers.google.com/apps-script/reference . גוגל עפפ סקריפט דאקומענטשעין ווייזט נישט א ריזיגע ליסט פון פונקטשיענס, אנשטאט, ביי די לינקע זייט, ווייזט ער גרופעס פון פונקטשיענס צוזאמען, פונקטשיענס וואס באלאנגט צו עדמין קאנסול, פונקטשיענס וואס באלאנגט צו די לוח, וכו' וכו', איז לאמיר געבן א בליק טאמער ס'איז דא עפעס וואס קען אונז העלפן, אפ, כ'זעה API, לאמיר פארברייטערן, איך זעה URL Fetch, איך ווייס אז URL איז א פענסי נאמען פאר לינק, און פעטש קוקט אויס וואס איך דארף, לאמיר געבן א דרוק אויף URLFetchApp און אביסל אראפסקרולן. בינגאו. מיר האבן געטארפן א ליסטע פון פונקטשיענס, (גוגל רופט עס אן methods, וואס איז א צווייטע נאמען פאר פונקטשיענס)
documentation.png
documentation.png (96.59 KiB) געזען 8047 מאל
איך זעה א פונקטישען וואס הייסט פעטש, דאס איז וואס איך זיך עס נעמט אריין א URL, און געבט צוריק א רעספאנס.

די מהלך פון קוקן דאקומענטעישן, איז אפשר די "ריכטיגע" וועג צו קוקן דאקומענטעיען, אבער, ס'איז מער פאר איינער וואס קען זיך שוין אויס, און ווייסט מער וויינגער וואס ער זוכט, און ווייסט וויאזוי צו קוקן. אן אנדערע וועג צו זוכן דאקומענטעישען איז פשוט צו ניצן גוגל. איך האב אריינגעלייגט אין גוגל google app script work with api, און די ערשטע רעזולט איז דאס. https://developers.google.com/apps-scri ... s/external הממ... נישט נאר ער זאגט וועלעכע פונקטשיען מען דארף ניצן, נאר ער גיבט אויך א ביישפיל וויאזוי עס צו ניצן.

פאר היימארבייט, ליינט די פעידזש, און אויב מעגליך שפילט זיך ארום, לאמיר לייגן אביסל אינפארמאציע דא. איך וועל שרייבן די אינפארמאציע וואס מען דארף פאר די לינקס. יעדער שורה א באזונדערע פארמעסט

קאוד: וועל אויס אלע

 2024-01-23 NH 20240123NH32115
  2024-01-23 NH 20240123NH32116
  2024-02-03 SC 20240203SC41001
  2024-02-06 NV 20240206NV30618  
  2024-02-06 NV 20240206NV31122
  2024-02-08 NV 20240208NV30640 
אי"ה נעקסטע תגובה וועלן מיר ווייטער גיין.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14680
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

קומט דיר טאקע פעטש פאר'ן שרייבן.

בלויז א וויץ

די עולם איז דא שטום פון נישט קענען גלייבן אז מען באקומט דא די בעסטע טיטשער מיט א מעכטיגע כח הסברה (וואס קען די מענטשליכע מח ווארקפלאו פונקט ווי דעם קאמפיוטער שפראך) מיט סטעפ ביי סטעפ וויאזוי צו פארשטיין פראגראמינג קאנספטס און פאר פריי פון אפצאל!!

קענט טענק יו ענאפ!
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לאמיר באטראכטען די סעמפעל קאוד וואס גוגל האט צוגעשטעלט.

קאוד: וועל אויס אלע

 var query = '"Apps Script" stars:">=100"';
var url = 'https://api.github.com/search/repositories'
  + '?sort=stars'
  + '&q=' + encodeURIComponent(query);

var response = UrlFetchApp.fetch(url, {'muteHttpExceptions': true});
Logger.log(response); 
מילא לאמיר זעהן וואס ער טוהט, קודם מאכט ער א וועריביל וואס הייסט query, און דערנאך מאכט ער א צווייטע וועריביל וואס הייסט url, ס'איז גאנץ קלאר אז ס'איז א לינק צו די באקאנטע גיטהאב סייט, און איז לכאורה א לינק צו איינער פון זייער APIס, איך קען נישט די גיטהאב API, מילא בין איך נישט עכט אזוי קלאר וואס די לינק דארף טוהן, אבער ס'איז נישט נוגע, איך האב ארויס די געדאנק. קודם לייג איך די לינק, דערנאך ניץ איך די פונקטשיען דורך שרייבן

קאוד: וועל אויס אלע

 UrlFetchApp.fetch(url, {'muteHttpExceptions': true}); 
די לינק קען לכאורה זיין וואס איך וויל, כל זמן וואס די לינק ארבייט. דערנאך שרייבט ער ארויס די רעספאנס צו די לאגגער. מיר וועלן נאך שפעטער אין די תגובה מסביר זיין וואס איז פשט פון די שורה איז

קאוד: וועל אויס אלע

 var response = UrlFetchApp.fetch(url, {'muteHttpExceptions': true}); 
אלזא, יעצט לאמיר בייטן די לינק, צו די לינק וואס אונז וויל מיר ניצן, און זעהן וואס געשעט.

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id){
  var url = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/metadata.json'
  
  console.log(url)
  var response = UrlFetchApp.fetch(url, {'muteHttpExceptions': true});
  Logger.log(response);
} 
דאס איז די אפדעיטיעד פעטש דעטע פונקטשיען, די מעין פונקטשיען בלייבט די זעלבע, דרוק סעיוו, און יעצט ראן. אופס. ער שטעלט זיך אפ. ער דארף אוטריזעשען. ער זעהט אז דיין קאוד באניצט זיך מיט די אינטערנעט, און ער וויל זיך פארזיכערן אז ביסט מסכים, דרוק review, לאג אריין מיט גוגל, דערנאך עדווענסעד, און דערנאך proceed to... און ער וועט ווייטער לויפן

מערקטס די שורה

קאוד: וועל אויס אלע

 console.log(url) 
עס לוינט זיך אלעמאל צו לאגגען אזא זאך, נאכדעם וואס מען שפילט זיך ארום מיט דעם, זיכער צו מאכן אז ס'איז אזויווי מען מיינט עס איז.

צוריק צו די קאוד, מען האט עס געסעיווט, און מען איז געלאפן די קאוד, לאמיר געבן א בליק וואס איז די תוצאה.
response.png
response.png (123.03 KiB) געזען 7608 מאל
קודם קען מען זעהן די URL, אז עס איז טאקע ווי פארגעשטעלט, און די צווייטע זאך וואס מען קען זעהן איז, אז די לינק האט געארבייט. א דריטע זאך וואס מען קען זען איז, אז עפעס האט עס מיט די וואלן, מען קען זעהן באקאנטע נעמען, ווי טראמפ, ראמסאוואמי, העילי, און נאך, אבער ס'איז קלאר אז די פארמאט פון די דעטע, איז נישט עכט געמאכט פאר מענטשן צו ליינען, ס'מאכט גאנץ נערוועז, און מען קען נישט קלאר זעהן וואס די דעטע איז.

לאמיר זיך דערמאנען וואס איז דאס א REST API? ס'איז א לינק וואס איז געמאכט פאר קאמפיוטערס צו ליינען, נישט פאר מענטשען. פאר מענטשען איז שיין, א וועבפעידזש, פאר א קאמפיוטער נישט אזוי פיל. איז איידער מיר גייען ווייטער, דארפן מיר פארשטיין, וואס איז יא גרינג פאר א קאמפיוטער צו פארשטיין? די תירוץ איז, אז ס'איז דא אסאך מינע וועגן וואס א קאמפיוטער קען פארשטיין, פונקט וואו א מענטש קען פארשטיין אסאך מינע פארמאטען, אבער די מערסטע פאפולערע פארמעט איז די JSON פארמעט.

וואס איז דאס די JSON פארמעט, ס'איז ר"ת JavaScript Object Notation, אין אידיש, דזשאוועסקריפט אבדזשעקט פארצייכנונג. דאס הייסט אז מען פארצייכנט עס ווי כאילו עס וואלט געווען א דזשאוועסקריפט אבדזשעקט. איך וועל מסביר זיין מיט א משל, לאמיר זיך דערמאנען וויאזוי אן אבדזשעקט קוקט אויס.

קאוד: וועל אויס אלע

 var iowaCaucus = {
    state: "Iowa",  
    totalVotes : 100000,
    type : "Republican Primary",
    date: "2024-01-15"
 } 
יעצט די דאזיגע וואס איך האב געשריבן איז אן אבדזשעקט, ס'איז נישט קיין טעקסט, JSON, איז יא טעקסט, נאר די טעקסט איז געשריבן אזויווי מען דערקלערט ווען אן אבדשזעקט, דהיינו, פונקט ווי די פארשטייסט אז

קאוד: וועל אויס אלע

 "1" 
איז א סטרינג (טעקסט), כאטש אפילו, אן די " וואלט עס געווען א נומבער, אבער ווי ס'איז יעצט, איז עס א סטרינג, און נישט קיין נומבער, די זעלבע זאך איז מיט די JSON, ס'איז א סטרינג, כאטש וואס די סטרינג זעלבסט קוקט אויס ווי אן אבדזשעקט, איז עס נישט קיין אבדזשעקט, ס'איז א סטרינג.

למעשה, וואס האבן מיר פון דעם וואס ס'איז א סטרינג? קען איך דען דאס ניצן ווי אן אבדזשעקט, לאמיר פראבירן

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id){
  var url = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/metadata.json'
  
  console.log(url)
  var response = UrlFetchApp.fetch(url, {muteHttpExceptions: true});
  var content = response.getContentText();
  Logger.log(content.eventID)
} 
עס קומט צוריק null. נול מיינט אז ער ווייסט נישט וואס דאס איז, ס'איז ענדליך צו undefined, וואס דאס קומט ארויף ווען מען זאגט פאר די קאמפיוטער צו האלטן חשבון אויף א וועריבעל, אבער מען זאגט עם נישט וואס די וועליו פון די וועריביל איז. בקיצור עס ארבייט נישט, אם כן, וואס האב איך פון די JSON?

לאמיר צוריקגיין צו די אינסטראקצעיס וויאזוי צו ניצן UrlFetch. https://developers.google.com/apps-scri ... s/external , זעה איך אז ער האט א גאנצע סעקטשען וואס רעדט וועגן JSON. דאס איז די קאוד וואס ער שרייבט דארט

קאוד: וועל אויס אלע

 var json = response.getContentText();
var data = JSON.parse(json);
Logger.log(data.title); 
אקעי, לאמיר אונז עס פראבירען.

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id){
  var url = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/metadata.json'
  
  console.log(url)
  var response = UrlFetchApp.fetch(url, {muteHttpExceptions: true});
  var json = response.getContentText();
  var data = JSON.parse(json);
  Logger.log(data.eventID);
} 
מען לויפט די קאוד, און קוק, עס קומט שיין צוריק די פאלגענדע

קאוד: וועל אויס אלע

 20240115 
איז לאמיר מסביר זיין די קאוד אביסל

קאוד: וועל אויס אלע

 var response = UrlFetchApp.fetch(url, {muteHttpExceptions: true}); 
די שורה וועלן מיר נאך צוריקקומען, אבער די וועג צו ליינען די קאוד איז אזוי. מאך א וועריביל רעספאנס, און מאך די וועליו זאל זיין די רעזולטאט פון די UrlFetchApp.fetch פונקטשיען, די פעטש פונקטשיען גייט גיין צו די לינק, און צוריקברענגן א רעספאנס.

קאוד: וועל אויס אלע

 var json = response.getContentText(); 
פון די רעספאנס, באקום די טעקסט דערפון. מיר וועלן אפשר צוריקקומען צו רעספאנס, אבער די נקודה איז, אז רעספאנס באשטייט נישט בלויז פון טעקסט, עס האט אנדערע זאכן אויך, אבער די טעקסט איז די עיקר, און דאס איז די איינציגסטע זאך וואס מיר דארפן.

קאוד: וועל אויס אלע

 var data = JSON.parse(json); 
JSON.parse איז א פונקטשיען, וואס נעמט אריין א JSON סטרינג, און טוהט דיר צוריקגעבן די אבדזשעקט, וואס איז געשטאנען אין די סטרינג.

לאמיר זיך אביסל אפשטעלן, מיר ווייסן שוין וויאזוי צו מאכן פון די סטרינג אן אבדזשעקט, אבער וויאזוי ווייסט מען וועלעכע פיעלדס די אבדזשעקט האט? בשלמא אין אונזער משל, פון די אבדזשעקט וואס מיר האבן מיר געמאכט אויבן, שרייבט מען קלאר וועלעכע וועריבילס די אבדזשעקט זאל האבן, אבער דא, פון וואנעט ווייס איך? אמת אלעס שטייט אין די סטרינג, אבער די סטרינג איז דאך נישט געמאכט פאר מענטשען צו ליינען, איז מילא וויאזוי קען איך וויסן וועלעכע וועריבילס די אבדזשעקט האט?

די תירוץ איז אז מען ניצט א דיבאגגער. קודם וועל איך ווייזן די אינסטראקציעס וויאזוי מען ניצט עס, און דערנאך וועל איך מסביר זיין
breakpoint.png
breakpoint.png (36.69 KiB) געזען 7608 מאל
די ערשטע זאך וואס מען דארף טוהן, איז צו לייגן די mouse, דארט ווי די בלויע באלי געפינט זיך, און קליקן דערויף, דערנאך וועט די באלי ווערן אנגפילט. נאכדעם דארף מען דרוקן די debug קנעפל (דארט ווי איך האב אנגעצייכנט אין שווארץ). לאמיר זעהן וואס געשעט
debug.png
debug.png (98.37 KiB) געזען 7608 מאל
וואס זעהט מען דא? דא קען מען זעהן אלע וועריבילס וואס מען האט געמאכט, ער ווייזט מיר וואס די דעיט איז, וואס סטעיט איז, וכו' וכו', אויב ווי מען קען זעהן, איז די JSON וועריביל פשוט'ע טעקסט, משא"כ די דעטע וועריביל, איז אן אבדזשעקט, מען קען דרוקן דערויף, און ער איז מרחיב, ער ווייזט וועריבילס ווי eventID, פארטי, און נאך אסאך זאכן, ער האט אויך אונטער זיך אנדערע אבדזשעקטס, למשל קאנדידאטען, מען קען דרוקן קאנדידאטען דאס אויך מרחיב צו זיין. ווען מען וויל ווייטער גיין, קען מען דרוקן די קנעפל וואס איז אנגעצייכנט און ווייטער גיין.

יצעט לאמיר מסביר זיין וואס דיבאג איז, דיבאג איז טייטש, איך וויל נישט לויפן די גאנצע קאוד אויף איינמאל, איך וויל זאלסט זיך אפשטעלן אינדערמיט, איך זאל קענען זעהן וויאזוי די וועריבילס קוקן אויס (אמת מען קען פאר דער צוועק אויך ניצן לאג, אבער ס'איז נישט אזוי מסודר ווי דיבאג) אין יענער מצב.

ווי וועט זיך די דיבאגגער אפשטעלן, דארט ווי מען לייגט א בלויע באלי, דארט וועט זיך די קאוד אפשטעלן. ס'איז וויכטיג צו פארשטיין אז די פלאץ פון די ברעיקפוינט (פראגרעממניג שפראך פאר די בלויע באלי, און אנדערע IDEס וועט עס נישט זיין קיין בלויע באלי, נאר עפעס אנדערש, אבער עפעס א צייכונג אז ס'איז דא א ברעיקפוניט) מאכט א ריזיגע חילוק, אויב למשל, זאל מען לייגן די ברעיקפוינט אויף ליין 14, וועט מען זעהן אז עס ווייט ווייזן אז data, איז undefined, און די סיבה דערפאר יאז פשוט, די קאוד אויף ליין 15, ער איז דער וואס לייגט די וועליו פאר די דעטע וועריביל, און וויבאלד מען האט געלייגט א ברעיקפוינט אויף ליין 14, מיינט דאס אז די קאוד אויף ליין 15 איז נאכנישט געלאפן, און מילא איז עס אנדיפיינעד. משא"כ אויב לייגט מען די ברעיקפוניט אויף ליין 16, דאן וועט מען עס יא זעהן.

המשך יבא
אוועטאר
פיין געשריבן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:45 pm

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיין געשריבן »

שטיינער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 21, 2019 7:18 pm

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיינער »

פיין געשריבן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:02 pm
ריזיגן יישר כח, אויב איר קענט ברענגן א Project Based Course,

JavaScript,
C#
אוועטאר
פיין געשריבן
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 16, 2020 3:45 pm

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיין געשריבן »

שטיינער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 10:24 pm
פיין געשריבן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 7:02 pm
ריזיגן יישר כח, אויב איר קענט ברענגן א Project Based Course,

JavaScript,
C#
JavaScript אין 3:26 שעה
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5477
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: לאמיר לערנען JavaScript - אויף אידיש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

לאמיר גיין ווייטער, קודם לאמיר איבערגיין די קאוד ווי מען האלט יעצט.

קאוד: וועל אויס אלע

 function main() {
  fetchData("2024-01-15", "IA", "20240115IA17276")
 
  // transformData()
  // outputData()
}

function fetchData(date, state, id){
  var url = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/metadata.json'
  
  console.log(url)
  var response = UrlFetchApp.fetch(url, {muteHttpExceptions: true});
  var json = response.getContentText();
  var data = JSON.parse(json);
  Logger.log(data.parameters.vote.expected.actual);
} 
אז מען האט גענציט די דעבאגגער, און מען קוקט זיך איהם אויף די דעטע אבדזשעקט, זעהט מען אסאך ניצבארע אינפארמאציע איבער די וואלן, אבער עס האט נישט די רעזולטאטען בכלל. אויב מען קוקט צוריק, וועט מען זעהן אז די רעזולטאטען ליגן אין אן אנדערע URL, איז יעצט לאמיר איבערחזר'ן די קאוד צו באקומען אויך די אינפארמאציע אויף פאר די רעזולטאטען.

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id){
  var metaUrl = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/metadata.json'
  console.log(metaUrl)
  var metaResponse = UrlFetchApp.fetch(metaUrl, {muteHttpExceptions: true});
  var metaJson = metaResponse.getContentText();
  var metadata = JSON.parse(metaJson);
   var voteUrl = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/summary.json'
  console.log(voteUrl)
  var voteResponse = UrlFetchApp.fetch(voteUrl, {muteHttpExceptions: true});
  var voteJson = voteResponse.getContentText();
  var voteData = JSON.parse(voteJson);
  Logger.log(voteData)
} 
ווי מען קען זעהן, האבן מיר פשוט איבערגעשריבן די גאנצע קאוד, (איך האב גדארפט טוישן אפאר וועריביל נעמען עס זאל נישט קלעשען, אבער חוץ פון דעם איז עס פשוט קאפי\פעיסט)

יצעט האבן מיר 2 objects, איינס האט אלע אינפארמאציע איבער די וואלן, (די metadata אבדזשעקט), און די צווייטער האט די שטימען ציילונג פון די וואלן, ווי מען האלט יעצט.

לאמיר צוריקגיין נאכאמאל צו די דעפענציע פון א פונקטשיען. א פונקטשיען איז א קליינע "פראגרעם", עס נעמט אריין עפעס, עס טוהט עפעס דערמיט און געבט צוריק א רעזולטאטמיר האבן שוין געזעהן וויאזוי א פונקציע נעמט אריין עפעס דורך ניצן די (), מיר האבן שוין אויך געזעהן א סעמפל פון וואס עס קען טוהן, אונזער פעטש דעטע פונקציע נעמט אריין א דעיט, א סטעיט, און א ID, און באקומט פון דעם צוריק, סיי די אינפארמאציע ארום די פארמעסט, און סיי ווי די ציילונג שטייט יעצט. יעצט איז בלויז געבליבן צוריקצושיקן די אינפארמאציע צו די מעין פונקציע, כדי אז די נעקסטע פונקציע זאל קענען ווייטער ארייבטען דערמיט?

די תירוץ איז, אז מען שרייבט return, לאמיר ווייזן וואס איך מיין.

קאוד: וועל אויס אלע

 function fetchData(date, state, id){
  var metaUrl = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/metadata.json'
  var metaResponse = UrlFetchApp.fetch(metaUrl, {muteHttpExceptions: true});
  var metaJson = metaResponse.getContentText();
  var metadata = JSON.parse(metaJson);
   var voteUrl = 'https://interactives.apelections.org/election-results/data-live/' 
  + date + '/results/races/' + state  +'/' + id + '/summary.json'
  var voteResponse = UrlFetchApp.fetch(voteUrl, {muteHttpExceptions: true});
  var voteJson = voteResponse.getContentText();
  var voteData = JSON.parse(voteJson);
  var data = {
    info: metadata,
    votes: voteData
  }
  return data;
} 
לאמיר זיך קאנצטרירן אויף די לעצטע פאר שורות, די ערשטע זאך וואס געשעהט איז אז איך מאך א נייע וועריביל דעטע, דער אבדזשעקט האט אונטער זיך 2 וועיריבילס, אינפאו, דאס איז די אינפארמאציע פון די פארמעסט, וואס מען באקומט פון די מעטעדעטא URL, און די די צווייטע וואוטס, וואס דאס האט די שטימען.

אין די לעצטע שורה, זאגט מען אז מען האט געענדיגעט די פונקציע, און מען זאל צוריקשיקן די נייע אבדזשעקט וואס מיר האבן יעצט געמאכט.

פיין פארשטייען מיר וויאזוי די פונקציע שיקט עס צוריק, אבער וויאזוי באקומט עס די מעין פונקציע? אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

 function main() {
  var result = fetchData("2024-01-15", "IA", "20240115IA17276")
 
  Logger.log(result)
  // transformData()
  // outputData()
} 
דורך ניצן די = סיין.

לאמיר איך אביסל מסביר זיין בעסער.

קאוד: וועל אויס אלע

 var result = 1 + 1 
דער ליין קאוד, איז זייער פארשטענדליך, עס ליינט זיך אזוי, מאך א וועריביל ריזאלט, און לייג אריין די רעזולטאט פון 1 + 1. דער זעלבע זאך איז די שורה קאוד

קאוד: וועל אויס אלע

 var result = fetchData("2024-01-15", "IA", "20240115IA17276") 
מאך א וועריבל רעזולט, און לייג אריין די רעזולטאט פון די פעטש דעטע פונקטשיען. וויאזוי ווייס מען וואס איז די רעזולטאט פון די פעטש דעטע פונקטשיען? ווען די פעטש דעטע פונקטשיען שרייבט די ווארט return, דאס מיינט אז דער וועריביל וואס קומט נאכדעם, דאס איז די רעזולטאט פון די פונקטשיען.

אין אונזער משל, די ציל איז צו באקומען אן אבדזשעקט וואס האט די אינפארמאציע פאר יעדער קאנדידאט וויפיל שטימען ער האט, אבער בנוסף לזה, דארף מען אויך עפעס אינפארמאציע איבער די וואל פארמעסט, פארדעם מאכט מען איין אבדזשעקט וואס האט ביידע שטיקלעך פון דעם פאזעל.

יעצט לאמיר צוריקקומען צו דער שורה קאוד

קאוד: וועל אויס אלע

 var response = UrlFetchApp.fetch(url, {'muteHttpExceptions': true}); 
מאך א וועריביל, און לייג אריין די רעזולטאט פון די פעטש פונקציע.

איין רגע וואס איז דאס UrlFetchApp? קום, וועלן מיר לייגן א דיבאגגער, און ווארטן ביז א ברעיקפוינט (די ברעיקפוניט קען זיין אין סיי וואס פאר א פלאץ)
globl.png
globl.png (120.16 KiB) געזען 7029 מאל
אונטער די אנגעצייכענטע גלאבעל דראפדאון, קען מען זעה אסאך וועריבילס, וועריבילס וואס אונז האבן נישט געמאכט, פון ווי קומען די וועריבילס? די תירוץ איז, אז די וועריבילס ווערן געמאכט דארך די פרעימווארק, אויב וועט מען אראפסקראללען ממש ביזן סוף, וועט מען טרעפן די UrlFetchApp, יעצט די אבדזשעקט UrlFetchApp האט א פונקטשיען וואס הייסט פעטש, און מיר ניצן די פעטש פונקטשיען פון די URL פעטש עפפ אבדזשעקט וואס די פרעימווארק שטעלט צו פאר אונז. כדי צו ניצן פאר די צוועק.

לאמיר ווייטער גיין, וועלעכע אינפארמאציע דארף די פעשט פונקציע האבן? לאמיר אביסל טוישן די קאוד, וועט זיין אביסל גרינגער צו פארשטיין פונקטליך וואס גייט פאר.

קאוד: וועל אויס אלע

 var options = {muteHttpExceptions: true}
var response = UrlFetchApp.fetch(metaUrl, options); 
דאס איז אביסל גרינגער צו פארשטיין, די פעטש פונקציע נעמט 2 שטיקלעך אינפארמאציע, עס נעמט די לינק, און אויך אן אבדזשעקט וואס אינטהאלט געוויסע אפציעס וואס מען קען אנשטעלן ווען מען באקומט די דעטע פון די לינק. נאר אנשטאט קודם צו מאכן די אפציעס אבדזשעקט, און עס דערנאך אריינשיקן צו די פונקציע, מאכט מען די אבדזשעקט בשעת וואס מען רופט די פונקציע.

אלזא, וועלעכע אפציעס זענען דא? דא קומט שוין אריין די דאקומעטעישען.
availableoptions.png
availableoptions.png (75.56 KiB) געזען 7029 מאל
מיר גייען נישט אריינגיין אין די אלע זאכן, וויבאלד ס'איז אונז נישט נוגע, אבער פשוט צו ווייזן וואס ס'איז אלעס מעגליך. המשך יבא אי"ה
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאופערס ווינקל”