כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

וואס פאר א זאך
איז טייער און רייך
אבער דאך מען נעמט עס פאר גרינג

מ'קען דאס נישט אנטאפן
נישט קויפן נישט אויסכאפן
און דאס מאכט מענטשן אלט אדער יונג

אנגיין אן-עס-נישט
עס האט קיין רחמנות-נישט
ווי קליין זי איז האט זי גרויסע אנהענגער


גענוג רמזים געהאט
איך רעד דאך פון צייט
די זמן זי איז ווערדפול אנע שיעור

מיט ווייזערלעך גאר קליין
דער זייגערל טוט גיין
שטעלט זיך אפ פאר קיינעם, מיר צו דיר

די שעה וואס נעכטן געוועהן
וועסטו קיינמאל מער נישט זעהן
עלטער דו ווערסט מיט יעדע מינוט לענגער


כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט

די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט


לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס

ווייל אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס


אינעם תורה שטייט אומצאליג
צו געדענקען פון עמלק
די קליפה קיינמאל נאכגיין נאך-ער

ער האט אונז געוואלט מאכן קאלט
אפשטיפן אלעס אויף באלד
ווי עס שטייט הלחם בעמלק מחר

דיינע גוטע רצונות און עליות
נישט היינט, נאר מארגן טו-עס
אזוי ער שרייט מיט א שמייכעל כיטערע


טו נישט ארום שלעפן
די התלהבות וועט דאך וועפן
טאמער דו ביסט מיטן זייגער נישט אין געיעג

דעם עמלק ארויס שטויסן
מיטן פרישקייט בלייב אין גרויסן
נאר אזוי מען קען דערגרייכן דעם וועג

כאפ אן דעם אלטן לץ
הענגטס אים אויפן עץ
אויב נישט וועט זיין קאנסיקווענסן ביטערע


כאפ יעדע מינוט
ניץ עס אויס אויף גוט
יעדע רגע איז אזוי געשעצט

די נעכטן שוין פארביי
ביי מארגן אט איך שטיי
איך ניץ כאטש אויס דעם היינט וואס איך האב יעצט


לכל זמן ועת
יעצט ווען ס'איז נאך הייס
טו למעשה, פיר אויס די רצונות דיינס

אויב דו ווארטסט נאך איין מינוט בלויז
די שאדן וועט זיין גרויס
אין איין מינוט א פארפאטשקע די האסט דעם טשאנס

וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
שחיטה
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

נאר יוחנן קען אזאנס!!

הערליך
אוועטאר
אלטע קוגל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7823
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 03, 2021 11:34 pm
לאקאציע:דארטן

Re: כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע קוגל »

מאסיוו!

לייג עס כאטש צו צום שבת פעקל
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

מעגא! רייך געשריבן! חידושים פון גראמען! און שטומט מאסיוו!


אויב איך מעג פרעגן, ווי לאנג האט דאס גענומען צו שרייבן?
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

אלטע קוגל האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 2:48 am
מאסיוו!

לייג עס כאטש צו צום שבת פעקל
קען שוין נישט, די PDF איז שוין ארויף, אבער איך האב דארט צוויי אנדערע זאכן.
לעצט פארראכטן דורך יוחנן כהן אום פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 3:03 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.

וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

הערליך! כ'האב נישט געוואוסט אז דו טויגסט.

ספעציעל הנאה פון די גראם דא
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 1:17 am
אינעם תורה שטייט אומצאליג
צו געדענקען פון עמלק
און דא
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 1:17 am
דיינע גוטע רצונות און עליות
נישט היינט, נאר מארגן טו-עס
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:37 am
הערליך! כ'האב נישט געוואוסט אז דו טויגסט.

ספעציעל הנאה פון די גראם דא
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 1:17 am
אינעם תורה שטייט אומצאליג
צו געדענקען פון עמלק
און דא
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 1:17 am
דיינע גוטע רצונות און עליות
נישט היינט, נאר מארגן טו-עס
איך האב שוין געשריבן גראמען אויף אייוועלט, און דו האסטעך גערעגט פארוואס איך האב עס געלייגט אינעם נאכט וויזיע אשכול

וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: כאפ יעדע מינוט! ניץ עס אויס אויף גוט!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

יוחנן כהן האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 14, 2024 9:54 pm
האמפטי דאמפטי האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 10:37 am
הערליך! כ'האב נישט געוואוסט אז דו טויגסט.

ספעציעל הנאה פון די גראם דא
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 1:17 am
אינעם תורה שטייט אומצאליג
צו געדענקען פון עמלק
און דא
יוחנן כהן האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 1:17 am
דיינע גוטע רצונות און עליות
נישט היינט, נאר מארגן טו-עס
איך האב שוין געשריבן גראמען אויף אייוועלט, און דו האסטעך גערעגט פארוואס איך האב עס געלייגט אינעם נאכט וויזיע אשכול
גערעגט איט איז
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”