ביפעראציע...

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7412
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

קוים געענדיגט די קאווע
און די נייעס קומט אריין
שרעקעדיגע טשיקאווע
נייעס איז פארהאן

סטרייקס אין לבנון
יעצט מען באריכט
מיסילס אדער באלאנען?
אן אומקלארע שיכט

עפעס אנדערש אינגאנצן
זאגט שוין דער פיפ ער
מ'האט זיי געלערנט טאנצן
אויפגעריסן דעם ביפער!

פארוואונדעט אזוי סאך
און עטליכע געשטארבן
זיכער איז איין זאך
די ביפערס זענען פארדארבן

-

טעכנעלאגיע קען זיין
שרעקעדיג אויך
קומען מחשבות אריין
און ס'קיצלט אין בויך

ג-אט זאל באהיטן
אחינו בני ישראל
פון סוניס און שאיטן
היינט און אלעמאל.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

ווי אלעמאל שיין צים פינטעל
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
דופן עקומה
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:47 pm

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דופן עקומה »

הייליג! איך בין מקנא דיינע מחשבות!
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 7:18 pm
די תורה הקדושה ערלויבט נישט פאר די מדינה צו עקזיסטירן אפילו א רגע! די איינציגסטע אקט וואס איז מותר פארן ראש הכופרים צו טון איז אויפלעזן די שמדינה!
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

שטארק! וואס עפעס @שוואכער ? דער קומט אריין שטערקער און שטערקער מיט וואס א טאג עס גייט אריבער.

איין ווארט: אייזן!
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

גענאגלט!


וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

נאכנישט געהערט און געליינט קיין נייעס היינט ווייל כ'בין געווען צו פארנומען מיטן טוען זאכן, אבער ס'קוקט אויס גוט דיינע גראמען, אוואו שטענדיג!!
דברי חכמים כדרבונות
Willy
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:41 am

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Willy »

אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

עכט היימיש האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2024 12:35 pm
שטארק! וואס עפעס @שוואכער? דער קומט אריין שטערקער און שטערקער מיט וואס א טאג עס גייט אריבער.

איין ווארט: אייזן!
שוואכער פונעם קומענדיגען..

טעינקיו! @שוואכער
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2150
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

וויזוי זאגט @עכט היימיש ??
אייזן
אוועטאר
רקידה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 10:10 pm
לאקאציע:חתונה

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רקידה »

זייער זייער שטארק פליז קום אריין מיט גאנצע ארטיקלען אויף אלע נייעס "שטארקער יאו אר"
אוועטאר
לאנגע
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 5:28 pm

Re: ביפעראציע...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגע »

די גראמען מייסטער קימט אריין שטארק!
לאנגע געזינטע יארן....

לאז דיך הערן...
viewtopic.php?t=71272
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”