טאטע, הייל שוין מיין הארץ!
כ'פראביר שטענדיג צו לאכן
אבער טרערן טוען אלץ קומען
מיין צעלעכערט הארץ וויל קייכן
און ס'האט ס'מח מיטגענומען
איך פארלאז מיך אויף גאט
און כ'וויל גענצליך רואיג זיין
אבער מיין הארצעלע האט
אנגעזאמלט אזויפיל פיין
ער וויל פון קיין גוטס הערן
בלויז אין פינסטער זיך געפינען
ער וויל נישט לעכטיג ווערן
בלויז טונקלקייט שפינען
-
טאטע, הייל שוין מיין הארץ
קענסט דאך אלעס באווייזן
מאך מיין לעבן ווייס פון שווארץ
און מיט לעכטיגקייט טו אים שפייזן.
אבער טרערן טוען אלץ קומען
מיין צעלעכערט הארץ וויל קייכן
און ס'האט ס'מח מיטגענומען
איך פארלאז מיך אויף גאט
און כ'וויל גענצליך רואיג זיין
אבער מיין הארצעלע האט
אנגעזאמלט אזויפיל פיין
ער וויל פון קיין גוטס הערן
בלויז אין פינסטער זיך געפינען
ער וויל נישט לעכטיג ווערן
בלויז טונקלקייט שפינען
-
טאטע, הייל שוין מיין הארץ
קענסט דאך אלעס באווייזן
מאך מיין לעבן ווייס פון שווארץ
און מיט לעכטיגקייט טו אים שפייזן.