מאקאווער האט געשריבן: יעצט באמערקט אז מהאט געמעקט מיין תגובה פריער וואס שטייט ביי וועם ער איז געווען אניידעם בזיוו"ר. מן הסתם האט מען דאס געמעקט מחמת חוסר ידיעה. ווייל ער איז פשוט געווארן א אלמן ל"ע זי איז נעבעך אוועק גאר יונג. א בילד פון איר מציבה ליגט ערגעץ דא אויף אייוועלט
יצחק דע באנקיר האט געשריבן: דער טאטע ע"ה האט שוין געהאט אמאל פארלוירן א פרוי??
דאכצעמער דאס איז שוין געווען זיין זיווג שני
געווען אן איידעם ביי הרה"ח ר' לייבעלע גליק ז"ל
געווארן אן אלמן ל"ע קורץ נאך זיין חתונה, זי איז געווען קראנק אויף די מחלה ל"ע און געווארט א קינד בשעת'ן געבורט איז זי אוועק ל"ע דאס קינד איז שוין געווען אזוי פארגיפטעט און אויך אוועק קורץ דערנאך ל"ע ה"י
מאקאווער האט געשריבן: א אמתער געווייקטער חסידישער יוד געווען געדאוונט בדמעות שליש האט געהאט אסאך ענינים צו פארציילן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע
דערנאך האט ער זיך געדרייט אין פשעווארסק ביי הרה"ק ר' איציקל זי"ע והנפטר נקרא על שמו!!!
יהיה כן האט געשריבן: בזיו"ש איז ר' חיים יעקב ע"ה געווען אן איידעם ביי הה"ח ר' מרדכי רפאל פאזן ז"ל פון לאנדאן, (פאטער פון הר"ר יוסף פאזען שליט"א פון לאנדאן, און ר' חיים אלעזר נ"י פון אנטווערפן)
ווען ר' מ"ר פאזען ז"ל האט געזוכט א שידוך פאר זיין געלונגענע טאכטער האט מען איהם אנגעטראגן דער אינגע אלמן פון אמעריקע וואס דרייט זיך און אנטווערפן ביי ר' איציקל וכמובן האט ער געקווענקלט (כמדומה איז דאס זיין עלסטע טאכטער ואולי אויך קינד???) איז ער געגאגען אנפרעגן דער רבי אליין און ער האט איהם גאר שטארק צוגעשטיפט צו די שידוך וכך הוה, און למעשה איז ער לכאורה געווען די חשובסטע איידעם פון ר' מרדכי רפאל ע"ה
בוידעם האט געשריבן: ברוך דיין האמת.
גענוג שוין צרות געליטן מען שרייט רחם נא!!!!!
גערעכט אונז דארפען מפשפש במעשים זיין די טאטע און הימל האט שוין געבליקט שטרענג, ער האט שוין געזאגט נא, שוין אפילו געלאזט הערן זיין קול אבער מיר האבן זיך נישט געהאלטן ביים אויפוועקן און פאלגן איז געקומען אזא פאטש אבל אנחנו ואבותינו חטאנו!
אבער נאך אלעס דארף מען געדענקן אז: מענטשעלע מענטשעלע די האסט דאך טאקע אויף די וועלט א חלק, אבער וויסן זאלסטו אז די ביסט א גאסט אויף צייטווייליג, איך פיר שוין די וועלט טויזעטער יארן, אלעס מיט א חשבון א קלארן, און די ביסט קוים געקומען דא צו גיין, יעדע זאך וואס איך טוה איז דא א סיבה דערפאר, צו די זעסט אז ס'איז גוט צו די מיינסט אז ס'איז חלילה צער, ס'איז נישט פאר דיר צו זיין מברר, ואין לך רשות להרהר, מיין טייער קינד די קענסט נישט אלעס פארשטיין. (קרעדיט-יונתן שווארץ) דער שטיקל האב איך זיך אנגע'חזר'ט א לאנגע צייט צוריק און ס'קומט זייער אסאך צוניץ...
יהי"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות תמיד עדי נזכה לבשר די גרויסע בשורה טובה בביאת ינון בקרוב ממש אכי"ר
(אגב די היסטאריע האב איך געהערט פונם נפטר ע"ה בשעת די שבעה פון זיין טאטען ע"ה)