שבת "קרבתנו" זיך צו דערנענטערן

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

נאטרוליסט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן: הער די באקאנטע פתיחה פון מרן הק' מסאטמאר זי"ע, ווי ער איז מבאר בטוטו"ד וואס מיינט אמת'דיגע קנאות, און וואס עס מיינט פאלשע.

הייליגע רייד פון דעם ממלל רברבן. לו יאה לדבר. דער שר הקנאות האט געוויסט פון קנאות מכח הקדושה און קנאות מכח מדות משחתות ורוע הלב.

דוק ותשכח.


שוין געהערט, נו איז וואס?


הער עס איבער. ער האט גערעדט צו דיר ודכוותי'.
קנאים וואס האבן געטאן מעשי קנאות נישט פון כח הקדושה.


צו מיר? אז וואס? ביטע מסביר'ן זיך, (אז משיח קומט נישט צי מיר נאר צו דיע וועלכע גייען צום שבתון?)

סי'גארנישט, איר זענט פארווייטיגט אז עס זענען פארהאנען אידן וועלכע זענען בכלל נישט עקסיידעד צו די גאנצע מעשה...., שוין געהערט אזוינס, סי'נישט עק וועלט,
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום זונטאג מאי 10, 2015 7:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8756
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

איר האט געזעהן אין דעם אשכול איינעם טון מעשי קנאות (פון מיר - אויף וועם אייער אויסברוך איז געקומען - בפרט)?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

חברים טייערע, במח״כ געהערט די אשכול אין פארברענגען אדער ווי. דא באריכטעט/שמועסט מען נייעס, נישט ווער עס האט יא מידות צו נישט און נישט וועלכע קרייז האט אויסגעקאכטע בעלי השקפה צו נישט.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

יהיה כן האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן: הער די באקאנטע פתיחה פון מרן הק' מסאטמאר זי"ע, ווי ער איז מבאר בטוטו"ד וואס מיינט אמת'דיגע קנאות, און וואס עס מיינט פאלשע.

הייליגע רייד פון דעם ממלל רברבן. לו יאה לדבר. דער שר הקנאות האט געוויסט פון קנאות מכח הקדושה און קנאות מכח מדות משחתות ורוע הלב.

דוק ותשכח.


שוין געהערט, נו איז וואס?


הער עס איבער. ער האט גערעדט צו דיר ודכוותי'.
קנאים וואס האבן געטאן מעשי קנאות נישט פון כח הקדושה.


צו מיר? אז וואס? ביטע מסביר'ן זיך, (אז משיח קומט נישט צי מיר נאר צו דיע וועלכע גייען צום שבתון?)

סי'גארנישט, איר זענט פארווייטיגט אז עס זענען פארהאנען אידן וועלכע זענען בכלל נישט עקסיידעד צו די גאנצע מעשה...., שוין געהערט אזוינס, סי'נישט עק וועלט,


ווער עס איז נישט עקסיידעט - דער זאל נישט גיין.
דער וואס איז ביזי צו האקן און חרוב מאכן, צו דעם האט דער רבי גערעדט זיינע דברים כדרבונות.

דער שבת האט געהאט גייסטישע בענעפיטן פאר דעם וואס האט עס געדארפט האבן. פאר סאם ריזאן שפירן געוויסע מענטשן אז אויף זיי ליגט דער חוב אפצוהאלטן מענטשן.

שב ואל תעשה!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובה דורך יהיה כן »

דער רבי? האקן חרוב מאכן???, מה זה?
אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm

תגובה דורך ללמוד וללמד »

קרעטשמע מאן האט געשריבן: און ווייטער רעדט מען פון אמונה ווען דאס איז כמעט נישט געווען קיין טאפיק.

און ווייטער באמערקט ער נישט אדער מיינט אנדערע וועלן נישט באמערקען ווי עס גליטשט זיך אריין די ווארט ״כמעט״....
אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

תגובה דורך קרעטשמע מאן »

ללמוד וללמד האט געשריבן:
קרעטשמע מאן האט געשריבן: און ווייטער רעדט מען פון אמונה ווען דאס איז כמעט נישט געווען קיין טאפיק.

און ווייטער באמערקט ער נישט אדער מיינט אנדערע וועלן נישט באמערקען ווי עס גליטשט זיך אריין די ווארט ״כמעט״....

כ'האב דאך דאס געשריבן, אוודאי באמערק איך דאס. אבער זינט דארט איז געווען אריבער 30 דרשות און "כמעט" נישט גערעדט פון אמונה, און דאס ביסל וואס יא איז בכלל נישט געווען אויפן וועג ווי געשריבן דא בעפאר שבת, #חקירות, דעריבער שרייב איך אז זיי האבן דאס נישט גוט עדווערטייזט, און אסאך מער משפחות וואלטן געגאנגן ווען זיי ווייסן ווען די נושאים בעפאר שבת. (און פארשטייט זיך אז דא האט מען גערעדט סתם אין די וועלט אריין, חלומות)
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3088
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובה דורך להודיע »

מחותן פרעגט זייער גוט. ס'ציפט.
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

אביסעלע קלארע רייד

תגובה דורך אפענע וועלט »

עס איז דא אפאר נקודות וואס איז נאך בכלל נישט אויסגעשמיעסט געווארן, איך וועל גיין צוביסלעך.

כולי עלמא מודי אז ס'איז דא א גרויס חלק כלל ישראל וואס א שבתון, נישט קיין חילוק וואספארא מין סארט, איז אן אפגעפרעגטע זאך ביי זיי
כולי עלמא מודי אז געוויסע שבתון'ס פאר געוויסע סארט מענטשן כל חד לפום דרגא דיליה איז א גוטע זאך, (ארגעניזאציע'ס פאר געוויסע קרענק וכדו', איינצעלנע בעלי משפיעים וכדו', שבתון אן די פרויען וכדו')
אויב אזוי לאמיר פארשטיין על מה יצא הקצף

לענ''ד איז די מעשה אזוי
פאר די וועלט מלחמה איז כלל ישראל געווען צוזייט און צושפרייט און שטעטלעך איש על מחנהו, דארט האט ער געלעבט, גע'ארבעט, געשעפט חיזוק, גע'סטראגעלט, וכו', די אידישקייט איז שוין געווען ¾ חרוב, (אויב נישט מער) די ערליכע אידן האבן אנגעהאלטן וויפיל זיי האבן געקענט לויט זייער געגענט, טייל מער טייל ווייניגער,
נאך די וועלט מלחמה איז געווארן 3 פלעצער ווי ערליכע אידן האבן זיך צוזאמגעשמעלצט, אר''י אייראפע און אמעריקא
איז געווען געציילטע גדולי ישראל וואס האבן אראפגעשטעלט אידישקייט לויט זייער מהלך, דאס הייסט היינט 'סטאנדארט' און דאס האבן זיי פארלאנגט פון זייער עולם וואס האבן זיך געדרייט ארום זיי, (וואס איז טיילמאל געווען אנדערשט ווי וואס זיי זענען געווען געוואוינט אין זייער שטאט אין אייראפע) מ'האט נישט געקענט קיינעם צווינגען צו באלאנגען און די אדער יענע קהלה, ווי אויך האט קיינער נישט אטאמאטיש באלאנגט צו א קהלה ווייל זיי טאטע האט דארט באלאנגט, נאר יעדער האט געטשוזט זיין לעוועל אין אידישקייט לויט צו וועלעכע קהלה ער האט געטשוזט צו באלאנגען, ווי למשל, ר אהרן קאטלער, ליבאוויטש, סאטמאר, באבאוו, פאפא, ועוד, דארט האבן זיי באקומען ענטפערס פאר זייערע קשיות, חיזוק, טישן, באטע'ס, מלוה מלכה'ס, פרויען פארטי'ס וכדו'

ווי אויך איז ארויפגעקומען א נייע סארט אידישקייט וואס האט זיך גערופען 'מאדערען ארטאדאקס'דאס זענען געווען אידן וואס האט געזיכט די מינימום שבמינימום נאך צו קענען גערופען ווערן ארטאדאקס אבער מיט אסאך קולות אינאיינעם, זיי האבן גענומען רבנים וואס האבן זיי אויסגעטרעטן די וועג און אראפגעשטעלט זייערע יסודות צו וואס זיי טרייען זיך צו האלטן עד היום הזה.
סך הכל, די אלע אראפגעשטעלטע מהלכים וואס די רבנים דעמאלטס האבן אראפגעשטעלט גייט אן ביז היינט.
אפילו אינמיטן איז פארגעקומען אסאך פאראיינזאמע אקטיוויטעטן צווישן געמיינדעס האבן אבער די פירערס אלס זיכער געמאכט אז מ'בלייבט אפגעטיילט, מ'לערנט זיך נישט אפ איינער פון צווייטן.

עס איז אבער דא איין פראבלעם, די וועלט פון אפענע אינפארמעישאן האט אפגעבראכן די חומה, עס איז מער נישט באהאלטן פון איין געמיינדע וואס די אנדערע געמיינדע טוט, במילא האט עס געברענגט אז געמיינדעס האבן אנגעהויבן שעפן איינער פון צווייטן, עס האט געברענגט אז אסאך פון די שוואכערע געמיינדעס האבן אנגעהויבן צו נאשן פון די בעסערע, און אסאך פון בעסערע האבן אנגעהויבן צו נאשן פון די שוואכערע.

וואס האט פאסירט נאכדעם איז אז אסאך פון די נייער דור, וואס זייערע עלטערן האבן באלאנגט צו די וואס רופן זיך אלטרא פרומע חסידישע אידן/קרייזן/געמיינדעס, האבן אנגעהויבן אין א גרויסע מאסן צו זיך אויפפירן מיט קולות וואס מ'האט זיך נאר געפירט ביי אן אנדערע קרייז, לאמיר דאס אנרופן א נייע מהלך אין אידישקייט 'מאדארן חסידיק'איך טשויז וואס פון חסידות איך וויל, און איך טשויז וואס פון אנדערע קרייזן וואס איך וויל, ד.ה. למשל, איך גיי יא מיט א שטריימל אבער איך שניץ יא די בארד, די פרוי דרייווט נישט אבער גייט יא מיט א לאנגע שייטל און דורכזיכטיגע שטרימפ, ועוד משלים כזה, דוק ותשכח, די מענטשן האבן זיך נישט ארויסגעסיינט פון די קהלה ווי זיי זענען געבוירן געווארן, אבער זייערע מעשים האט זיי אטאמאטיש ארויסגעסיינט,
זיי זיכן ווי צו באלאנגען, די פראבלעם איז אבער אז איז נאכנישט דא די גושפנקא דרבנן פאר דעם, עס האט זיך נאכנישט אפיציעל געטראפן דער רב, רבי, דיין, וואס זאל זאגן אז איך שטיץ די נייע מהלך פון מ''ח, עס איז ביזדערווייל איינגעהילט אין מקרב זיין, צובראכענע נשמות, גייסטיש אומסטאביל, וכדו'.
במילא איז יעצט די פייט צו וועט דאס מצליח זיין צו ווערן א מהלך אין אידישקייט אדער וועט דאס הייסט א חסידישער באם, אפגעפארענער, בעל בתיש, רייכער, פענצי אדער יו נעים איט.

יעצט ווען עס קומט פאר א שבת וואס מ''חפילן זיך זייער באקוועם דארטן וועט דאך לכאו' ווערן מ''חא פאקט מיט וואס מ'וועט זיך מיזן רעכענען פאר די קומענדיגע 20- 30 יאר, על זה יצא הקצף דאס איז וואס די פייט איז דא,
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובה דורך נחמן נתן »

נאטרוליסט האט געשריבן: ההוצאת דיבה, המפיצי שקר, המקנאים קנאת יצרם, לא מקדושה הבוערת בקרבם, ולא מכח התורה שלמדו נובע קנאתם!

יהירות, גיאות, מדות רעות ונשחתות נר לרגלם ואור לנתיבתם!

=
קרעטשמע מאן האט געשריבן: רואיגקייט אין צייט פון קריזיס.
וויזוי צו האנדלן אין צייט פון כעס.
וויזוי צו האנדלן מיט די מידה פון 'קנאה'
לחיים ולברכה!
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

תגובה דורך בוידעם »

זאגט דאך שוין נאטרוליסט אז ער איז נישט דארט געווען.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

אפענע וועלט האט עס גענאגלט

;l;p-;l;p-;l;p-
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

נישט יעדע לענגערע תגובה איז א נאגעל, ודו"ק
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8867
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

מחותן האט געשריבן: נישט יעדע לענגערע תגובה איז א נאגעל, ודו"ק

שוין איין מאל א נאגעל, א פעלנדע נאגעל, נעבעך!!! מ'ערקלערט זיך אלס חסידיק מיט א שם ליואי
מאדערן חסידיק, על זה נאמר יתר כניטל, נעם אראפ דעם מאדערן מיטן חסידיק, סתם א אויסווארף וואס זוכט צו טון כל מה שלבו חפץ, וכבר אמרו חז"ל מקולי בית שמאי ובית הלל איז א רשע, און ס'איז טאקע נישט דא נארמאלע רב צו געבן א גושפקנא פאר דעם, ווייל ערליכע רב מיט גושפנקא פאר דעם איז א סתירה

אבער!!!!!!!!!!!!!
טאקע פאר די אידן דארף מען אזא שבת, זיי זאלן נישט ווייטער גליטשן, זאלן זיי כאטש בלייבן ווי זי שטייען, ובמהרה יתקיים יעוד הנביא ובאו האובדים בארץ אשו"ר, אינעם שמעלץ טאפ פון אמעריקא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

אפענע וועלט, אזאנס אזוי קורץ און קלאר ארויסצוברענגען?! מאסיוו, הערליך, און נאך מייסטערהאפטיג געשריבן! נעם דיר וויפיל דו ווילסט:;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

פון מיין זייט לאז דיך הערן מער.
לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום זונטאג מאי 10, 2015 10:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משהמשה
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 02, 2015 5:41 pm

תגובה דורך משהמשה »

יואב בן צרויה האט געשריבן: אפענע וועלט, אזאנס אזוי קורץ און קלאר ארויסצוברענגען?! מאסיוו, הערליך, און נאך מייסטערהאפטיג געשריבן! נעם דיר וויפיל דו ווילסט:;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-;l;p-

פון מיין זייט לאז דיך הערן מער.
אוועטאר
קרעטשמע מאן
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:10 am

תגובה דורך קרעטשמע מאן »

געגעבן א צונאמען פאר א גרופע פון 350 אינגעלייט און בעלי בתים "מאדערן חסידיק" אן קיין שום סיבה.

#גענאגלט
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובה דורך יואב בן צרויה »

קרעטשמע מאן האט געשריבן: געגעבן א צונאמען פאר א גרופע פון 350 אינגעלייט און בעלי בתים "מאדערן חסידיק" אן קיין שום סיבה.

#גענאגלט

לויט וויזוי איך פארשטיי די פוינט שטעלסטו זיך אויף די טפל.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

יואב בן צרויה האט געשריבן:
קרעטשמע מאן האט געשריבן: געגעבן א צונאמען פאר א גרופע פון 350 אינגעלייט און בעלי בתים "מאדערן חסידיק" אן קיין שום סיבה.

#גענאגלט

לויט וויזוי איך פארשטיי די פוינט שטעלסטו זיך אויף די טפל.



מאריה דאברהם: דער שרייבער דא איז מודה אז מ'רעדט פון מ.ח. משפחות, אזעלכע פאמיליעס וועלכע זענען ליידער נישט ווי זייערע עלטערן. שטעלט זיך די פראגע: זאל מען זיי לאזן פאלן, זורק אבן אחר הנופל, אדער זיי העלפן צוריקברענגען תחת כנפי אבינו שבשמים?

לאמיר זאגן אז דאס זענען חסידישע באמעס ל"ע, און מ'מאכט אזא מין שבתון ווי מ'גייט רעדן צו די מענטשן דברי חיזוק בתורה ומצות.

ווי איז דער שכל, ווי איז דער היתר פון פראבירן אונטערצוהאקן דעם סארט חיזוק פארברענג. אויב איז עס נישט פאר דיר, דאנק דעם בוכ*"ע, אבער פארוואס צעברעכן, מהרס זיין און מקעקע זיין יעדע דבר טוב?

אה, דער רעדנער גייט נישט קיין בארד?
גיי נישט, און שיק נישט דיינע קינדער. אבער דער וואס דערטרינקט זיך און שניידט זיך אליין די בארד (איך ווייס נישט, לאמיר זאגן) ווילססטו שיקן צו הרה"צ רבי טודרוס?

דער שבתון איז געמאכט פאר די סארט אידן, פארוואס זאלן מיר נישט מחזק זיין די מענטשן,. נאר רוסישע עולים און איראנער אידן דארף מען העלפן?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8756
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

זאג שוין איינמאל פאר אלעמאל פארוואס זאגן אז "איך גיי נישט" הייסט אונטערהאקן, ובפרט ווען מען האלט שוין נאך דעם שבת.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובה דורך הלשון »

נאטרוליסט, דו מאכסט געוואלדעס אבי אין די וועלט אריין

קיינער האקט נישט און איז נישט אקעגן אזא שבתון פאר שוואכע אידן וואס ברויכן עס. אדרבה, קען נישט זיין בעסער ווי דעם.

דא האנדלט מען איבער א שבת קרבתנו וואס מען האט אדווערטייזד פאר'ן המון עם. ועל זה אנו דנין, אויב איז עס א תועלת אדער א קלקול צו שלעפן היימישע ערליכע חסידישע אינגעלייט צו א שבת מיט רעדנערס פון פרעמדע קרייזן.
הלשוןהוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובה דורך נאטרוליסט »

מיסטעריעז האט געשריבן: זאג שוין איינמאל פאר אלעמאל פארוואס זאגן אז "איך גיי נישט" הייסט אונטערהאקן, ובפרט ווען מען האלט שוין נאך דעם שבת.


איך גיי אויך נישט. אבער דאס ארונטעררייסן דעם סארט שבתון קומט פון פאלשע קנאות ומדות מגונות. וזה אתן למילי קנצי ואקבל שכר על הפרישה.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8756
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובה דורך מיסטעריעז »

מיסטעריעז האט געשריבן: זאג שוין איינמאל פאר אלעמאל פארוואס זאגן אז "איך גיי נישט" הייסט אונטערהאקן, ובפרט ווען מען האלט שוין נאך דעם שבת.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

לעצטענס איז דא א פארפלייצנוג פון די ״אבא האיך מעשרין את המלח״ תגובות, האב איך געטראכט לכבוד דעם צו עפענענן א אשכול וואס זאל אביסל ארום רעדן פון די ״ראדני ביהמ״ד״ משפחות, און אריינקיקען דארט און זען ווי אזוי איינס ביי איינס כמעט ביי יעדע משפחה ווארפט זיך ליידער די סארט יונגעלייט וועם מען האט דא פריער אפגעסטעמפעלט מיט פארשידענע שלעכטע צונעמען, מבכור פרעה עד בכור השפחה כמעט אשר אין בית אשר אין שם אזא יונגערמאן אדער עטליכע יונגעלייט, און דאס איז ביי די סאמע הייליגסטע קהלה וואס השי״ת האט נאר אויף דער וועלט..

דערנאך האב איך באשלאסן נישט צו עפענענן אזא אשכול, ווייל צילוב וואס אפאר ניקים וואס ווילען שפילען פרומאקעס מיט די אלטע נוסח פון אונזער עלטער פעטער עשיו הרשע אבא איך וכו׳ דארף מען נאך נישט עפענענן א אשכול און אויספראקען משפחות, גענוג צוזאגען אז צבועים נמאאסתם, קיינער מיינט נישט אז דא שרייבט גאר ראבינאוויטיש אליינטס, הערטס אויף דערמיט ווייל קיינער קויפט עס סייווי נישט.
Greeneryid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובה דורך Greeneryid »

סאיז זייער פשוט, ווער עס איז פרומער פון מיר איז א משוגענער און ווער עס איז ווייניגער פרום פון מיר איז אן אויסווארף. נאכדעם גיי איך הערן ווי איינער קרעכצט זיך אינטער אוי משיח דארף שוין קומען. צו וועם זאל ער קומען? אפילו סאטמאר (לאו דוקא נאר אלס גרעסטע קהילה ניץ איך זיי אלס משל) וואס האלט אז זיי זענען די איינציגסטע אין דער וועלט וואס האלטן די תורה פונקטליך ווי מען האט עס געגעבן ביים הר סיני, זענען דאך אויך צוטיילט כל שכן ווען ער זאל טראכטן צו גיין צו א קהילה וואס איז נישט סאטמאר. מען לעבט אין א וועלט וואס מענטשן טראכטן אלעס שווארץ און ווייס אזוי ווי מען גייט אנגעטון. ביסט אדער א חסיד פון מיין רבין אדער ביסטו א גוי. אדער האסטו די זעלבע השקפה פון מיר אדער ביסטו א גוי. אדער עסטו מיין הכשר אדער עסטו נבילות וטריפות וכו. די זעלבע דא. איינער פירט אן א שבת וואס קאסט אסאך געלט צו גיין. איינער גייט פאר די רעדנערס, איינער גייט פאר די עסן און איינער גייט פאר נייגעריגקייט. הצד השוה שבהן, מען צאלט א טייערע פרייז ווייל ער איז א איד וואס וויל האלטן כאטשיג תורה ומצות און כמעט אלע ווילן אביסל מער ווי דעם. ווען נישט קען ער אוועקפארן אין א האטעל ווייסעך ווי און מאכן א לעבן. קומען א פאר יונגעלייט וואס וואלטן זייער געוואלט גיין, נאר מחמת בושה, משפחה, געלט אדער אנדערע סיבה קען ער נישט גיין מוז ער קאמפענסעיטן און אראפרייסן די וואס גייען יא אזוי וועט ער כאטש גוט פילן פארן נישט גיין. עס איז דא טויזענטער מענטשן וואס זענען נישט געגאנגען און עס אינטערסירט זיי נישט אז עס איז דא אנדערע וואס גייען יא. נאר ווער עס איז אנגעווייטאגט אז ער קען נישט גיין פארפירט. אחרי ככלות הכל, וואס האבן זיי שוין אזוי שלעכט געטון חוץ דעם חלק אז ער טראכט נישט פונקטליך ווי דיר?
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”