קרית יואל לוח
אזוי אויך די לוח הזמן קריאת שמע.
אזוי ווי מיר גרייטן זיך יעצט צו מסדר זיין די נייע לוח אויפן קומענדיגן יאר שנת תשע"ו, וואלטן מיר געוואלט הערן פונעם עולם וואס עס איז שייך צו פארבעסערן.
דאס איז די לינק צו אלע אלטע לוחות
KJ LIACH
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
פאטאקי08 האט געשריבן:יקוםפרקן האט געשריבן:שקר_הדייעט האט געשריבן: א גרויסן דאנק פאר די לוחות. מיר זענען שוין נהנה דערפון עטליכע יאר, ויישר חילך לאורייתא.
וואס מ'קען פארבעסערן? בלויז גיט דאס ארויס ווייטער. איר טוט א געוואלדיגע דזשאב.
ג"א מצטרף להמוכ"ז
KJ LIACH האט געשריבן: עס איז שוין עטליכע מאל אויפגעברענגט געווארן אן הערה בנוגע די זמן קר"ש גר"א.
עס איז אנגענומען אז ביי א דאורייתא זענען מיר מחמיר צו שיטת המג"א, און ביי א דרבנן איז מען מקיל לשיטת הגר"א.
סוף זמן קר"ש, אזוי ווי עס איז א דאורייתא איז מען מחמיר לשיטת המג"א.
זענען געווען עטליכע וואס האבן מעורר געווען אז מען זאל נישט שרייבן די זמן פון שיטת הגר"א, ווייל עס זענען דא וואס וועלן זיך לכבוד דעם לכתחילה מקיל זיין צו די שיטה, און אזוי ווי עס איז א דאורייתא איז עס נישט לכתחילה (און אזוי אונז אויך געזאגט א ר"י אז ער האט שוין געהערט פון עטליכע בחורים אז זיי זענען זיך סומך דערויף לכתחילה).
מצד שני, איז דא א סברה אז אויב חלילה מען האט פארפאסט זאל מען וויסן אז עס איז דא נאך א שיטה (וואס איז 36 מינוט שפעטער) און מען זאל שנעל אריינכאפן פאר מען פארפאסט ח"ו אויך די צווייטע.
זענען דא וואס זאגן אז פארדעם איז דאך געניג צו שרייבן פון אינטן אז שיטת הגר"א הוא 36 מינוט מאוחר, און עס פעלט נישט אויס דאס צו שרייבן עמטליך.
אשר ע"כ ווילן מיר הערן דעם דעת הציבור, ווער עס האט א סברה לכאן או לכאן זאל עס ביטע מסביר זיין כדי מיר זאלן קענען מכריע זיין וואס צו טוען.
יישר כח!

מיסטעריעז האט געשריבן: ר' כוסעין, מען פסק'נט (ביי אונז) ווי דעם מג"א, פינטל.
ר' לוח'ס שאלה איז שוין נאר נאך די הנחה
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן: ביי מוצ"ש איז דא 2 זמנים איינס רופן זיי יציאת שבת צווייטע איז ר"ת בערך א האלבע שעה שפעטער
עס איז א געוואלדיגע חוצפה און פרעכהייט דאס צו פארשפרייטן
אין א שטאט וואס איז בכלל נישט דא אזא דערהער..
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן: אז מען רעד פון זמנים פון ק"י דארף מען אויפמערקזאם מאכן
די וואך מצו"ש איז געווען פארשפרייט ביי די פאסט א נייע אנשיקעניש אויסגאבע מיטן נאמען "תכלית"
האבן זיי אויכעט זמנים פון ערב שבת און פון מוצ"ש
ביי מוצ"ש איז דא 2 זמנים איינס רופן זיי יציאת שבת צווייטע איז ר"ת בערך א האלבע שעה שפעטער
עס איז א געוואלדיגע חוצפה און פרעכהייט דאס צו פארשפרייטן
אין א שטאט וואס איז בכלל נישט דא אזא דערהער..
farshlufen האט געשריבן: מר. חוסעין, אויב ווילט איר אויף די שמאלע שפאלטענס פון איי-וועלט אריינקריכן אין די נושא פון קר"ש - מקוה - חסידים איז א שאדע אייער מיה הרבה קולמסין נשתברו ע"ז און עס דרייען זיך נישטא די קאליבער אידן מיטן דעת ותבונה דאס צו מכריע זיין.
---
די מחלוקה פון ווען מ'רעכנט די שעות ענדיגט זיך נישט ביי זמן קר"ש ממילא פארשטיי איך נישט אויף וואס מ'אייסערט זיך דא.
מיסטעריעז האט געשריבן: קרי"ש בזמנה איז א דאורייתא, ביז ווען עס הייסט בזמנה? ביז דריי שעה אין טאג. אונז פסק'ן מיר אז דריי שעה איז שעות זמניות (דער קאמארנא'ערס זמן איז לויט שעות שוות), וויאזוי מען רעכנט אויס די שעות זמניות איז תלוי אין פון/ביז ווען מען רעכנט טאג וואס איז א מחלוקת צווישן מג"א און גר"א (ודעימיהם). דאס מיינט אז דער גר"א זמן איז איין שיטה אין וויאזוי די דאורייתא'דיגע דין פון קרי"ש בזמנה איז אויסגעשטעלט.
אזויווי דו פארשטייסט אז ווען דער ליטווישער טוט א מלאכה ביי זיין זמן מוצ"ש, ווייל דעמאלטס ענדיגט זיך זיין שבת. אבער דו טוסט נישט קיין מלאכה ביז ר"ת זמן, נישט ווייל דו "ביסט מחמיר אויף שיטת ר"ת" נאר ווייל ביי אונז פסק'נט מען אז די מצוה דאורייתא פון שבת ענדיגט זיך דעמאלטס.
"קאליבער" איז דער אידישע ווארט פאר "קוואליטי" (כמעט זיכער).