קליקו האט געשריבן:
הרב בן ציון גאלדמאן שליטא האט א הערליכע ארטיקל אין די גליון זיינע [מסתמא יש לדאנלאוד בלדעת] איבער די פיוטים אז סקומט פון גלות נאכ'ן חורבן, משא"כ אשר הניא איז נתייסד געווארן דורך אנשכנה"ג ע"כ אינו הולך בדרך חרוזים, מאמר נפלא כדרכו
וויאזוי הייסט דער גליון?
והוא פלאי האט געשריבן:
מען פארשטייט נישט דעם שייכות אהער אויב האט מען נישט געזען דעם מאמר (בגליון אור נצח) ער ברענגט דארט אז דער ענין פון חרוזים אויף גראם, און משקל, איז געקומען פון די גויים והוא דבר שהביאו ממקורות העמים על הקדושה בענין פיוט ושיר
בערך א יאר צירוק האב איך געשיקט דא פאר איינעם א לינק ווי אראבער (דאכט זיך אין עגיפטן) זינגען די תנועה פון "לכבוד התנא אלוקי רשב"י" ביי זייערס א באגרעבענש צערמאניע נאך א טעראר אקציע.
דו דארפסט אויך פארענטפערן דעם ליקוטי מוהר״ן: יקוטי מוהר"ן מהדורא קמא סימן רכו
מה שהרשעים על פי רוב הם מזמרים נגונים של יללה ועצבות, כי הם בחינת נשמת ערב רב, ואמא דערב רב היא לילית שהיא מיללת תמיד, ועל כן הם עושים נגונים של יללה כנ"ל,
ומה שדרך בני אדם למשך אל נגונים הללו, כי יניקתם מבחינת "ועיני לאה רכות" (בראשית כ"ט), מבחינת קלקול הראות, בבחינת מארת חסר, כמו שכתוב (שם א): "יהי מארת" חסר דא לילית (תקוני זהר תקון מ"ד דף עט:), ועקר הנגון הוא מבחינת שבט לוי שהיו מנצחים בשיר, שהם מבני לאה, ואז כשנולד לוי נאמר (שם כ"ט): "הפעם ילוה אישי אלי", כי על ידי שנולד לוי שהוא סטרא דנגונא (זהר שמות דף י"ט): על ידי זה בחינת ההמשכה, שילוה ויומשך אליה, ועל כן נגינה שהוא נשתלשל ויורד משם, מבחינת "ועיני לאה רכות", יש לו כח למשך, בבחינת "הפעם ילוה" כנ"ל,
וכשמזמרים אלו הנגונים הנ"ל בשבת, על ידי זה מעלין אותם, כי בשבת נשלם האור בבחינת מה שאמרו רבותינו, זכרונם לברכה (ברכות מג:): 'פסיעה גסה נוטלת מאור עיניו וכו' ומהדרא לה בקדושא דבי שמשא'. נמצא שבשבת האור בשלמות, בבחינת: "פוסעים בו פסיעה קטנה", ואזי מעלין הנגונים הנ"ל שיניקתם מקלקול הראות כנ"ל, על ידי שבת שהוא בחינת תקון הראות בשלמות כנ"ל
עכ"פ אז מ'ווייסט און ס'איז נתפרסם דער מקור איז עס בוודאי גנאי הדבר, און צו נוצן פאר קודש איז אפילו לויט ר' משה פיינשטיין אסור. ר' משה האט אויך נישט מתיר געווען, ער שרייבט ער האט א ספק, און פירט אויס קלאר אז חסידים ואנשי מעשה זאלן זיך מרחק זיין דערפון.
ליקוטי מוהר"ן וואס איז די קשי'? האסט א מושג אין זיינע ווערטער בכלל.

לאמיר זעהן וואס רבי משה זצ״ל שרייבט. דערווייל האט איר גארנישט געברענגט צום ענין. - ואתכם הסליחה
מסתבר האט געשריבן:
גאנץ מעגליך אז ס'איז א חילוק וואספארא סארט תנועות דער ניגון האט. כ'מיין אז ווען עמיצער הערט זינגען א ניגון קען ער אליין מבחין זיין צי דער קאלובער וואלט אפגעקויפט אזא ניגוןצי ער וואלט ער עס ענדערש געלאזט ביים פאסטוך.
הייסט, אז א זינגער היינט מעג באשליסן וועלכע ניגון מ'מעג כשר'ן פון א גוי, און וועלכע נישט? זייער א שווערע זאך צו זאגן, ווייל דער זינגער אדער קאמפאוזער, אדער טעמע-באשליסער וועט זאגן אז די ניגון האט מיר אויסגעקוקט איידל. אויב משום לא פלוג טאר מען גארנישט.
אגב, הגה"ק רבי חיים פלאג''י איז מעורר די משורר אז מ'זאל נישט נוצן גוי'אישע ניגונים אויף קדיש און קדושה. עס איז אינטרעסאנט וואס אמאליגע חזנים האבן זיך געטרויעט צו טאן.
נאטרוליסט האט געשריבן:
אגב, הגה"ק רבי חיים פלאג''י איז מעורר די משורר אז מ'זאל נישט נוצן גוי'אישע ניגונים אויף קדיש און קדושה. עס איז אינטרעסאנט וואס אמאליגע חזנים האבן זיך געטרויעט צו טאן.
נאטורליסט, נישט אלע חזנים, די ערליכע נישט. נישט בלויז הגה״ק רבי חיים פלאג׳י האט מעורר געוועהן איבער דעם, פיל פון די גדולים האבן פארפירט בגנותם פון די חזנים וואס ברענגען אריין פון די אומה״ע, סיי די ניגונים און סיי דעם אופן (קווייער וכדו׳) א קורץ זוכעניש אין hebrewbooks אדער אין אוצר החכמה וועט איר טרעפן פיל. און דאס אלעס האט מען גערעדט פון קלאסיש-מוזיק סטייל, וואס האט לכאורה געקאנט ׳מיטגיין׳ און זיך ׳אריינפאסן׳... ואידך פירושא זיל גמור...
נאטרוליסט האט געשריבן:
אגב, הגה"ק רבי חיים פלאג''י איז מעורר די משורר אז מ'זאל נישט נוצן גוי'אישע ניגונים אויף קדיש און קדושה. עס איז אינטרעסאנט וואס אמאליגע חזנים האבן זיך געטרויעט צו טאן.
נישט לאנג צוריק בין איך געווען אין א ספרדישע שול, און די רב האט געזונגען די ניגון אנא ואנתא לוחדינא פון פריד אל אטראש ביי הלל צו ביי קדושה איך געדענק נישט פונקטליך.
מחשב האט געשריבן:
איך האב א מזוזה'לע, איך האב א מזוזה'לע, אויף מיין טיר, אויף מיין טיר, און ווען איך גיי אדורך, און ווען איך גיי אדורך, קוש איך איר.. קוש איך איר...

די קינדער ליד הייסט frére jacque, ס'איז עפעס וועגן א קריסטליכע מאנק וואס זיין אויפגאבע איז צו קלינגען די גלאקן פון קלויסטער אויסצורופן די צופרי תפלות און מ'זאגט איהם "ברודער יאקאב שלאפסטו נאך? קלינג די מארגן גלאקן, דינג דענג דאנג", אפשר וואלט טאקע בעסער געווען ווען ער בלייבט שלאפן... ס'האט אבער גארנישט מיט אידן צוטון.
Francesca Draughon and Raymond Knapp argue that Frère Jacques was originally a song to taunt Jews or Protestants or Martin Luther (see Frère Jacques in popular culture).[7]
לעצטנס געהערט אז די ניגון שבת הייליגע שבת איז א וויענער פאסטוך ניגון, די אהבת ישראל האט אמאל געוויילט שבת אין וויען, ער האט געהערט ווי פויערן זינגען, סאיז אים געפאלן אין אפן פלאץ האט ער ארויפגעלייגט די ווערטער 'שבת הייליגע שבת', די ארגינעלע ווערטער איז עפעס פון א פעדער מיט א הינטל....