טעות וואלמארט - מה דינו

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

דל גאה האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:
דל גאה האט געשריבן:
קנאפער ידען האט געשריבן: הרב דל, מיש נישט אויס גניבת עכו"ם פון קלאר גיין אויסנארן און באשווינדעלן א גוי, ווען מען רעדט פון טעות עכו"ם און דער שאלה איז נאר צו עס איז דא א פראבלעם לגבי די אידישע שערהאלדערס. עס איז כמובן בכלל נישט גלייך.

יעצט לאמיר נאר זאגן סתם אזוי , אז אזא ציור פון א רעסיט הייסט נישט גיין אויסנארן אין באשוואנדלן א גוי סווערט אנגערופן אין די פוסקים מטעה בידים אין נישט גניבת עכום.

גניבת עכום איז א ציור ווען איך גיי אריין צו אים אין סטאר אין איך גאנבע אבער ווען איך בין אים מטעה דהיינו איך רעד אים איין אז איך האב עס נאך געקויפט אין די יאר ווער אנגערופן מטעה בידים , אין די גמרא איז נאך דן אויף דעי שאלה.

למעשה אין מחבר ברענגט די מחבר צוויי שיטות א באקאנטע מרדכי סקומט לכאורה אויס אז מטאר נישט


נישט אמת
די גייסט דורך דעם ארויסנעמען געלט אדער שוה כסף פונעם׳ס גוי׳ס טאש איז קלאר גניבה בעסער געזאגט גזילה נישט מטעה עכו״ם והפקעות הלואה


לערן איבער ביטע סימן שמ״ח

פארוואס זאגסטו אזוי ?
ביי די מעשה פון שמואל אין בבא קמא וואס לויט טייל ראשונים (ובזה נכלל דעת הטור) רעדט מען אז שמואל האט מטעה געווען (וואס דארט איז די מקור המחלוקה צו מטעה בידים איז אסור צו מותר) , לכאורה דארט רעדט מען אויך אז ער איז מוציא מער שוה כסף דורך דעים וואס שמואל האט אים פארנארט ?
אדרבה זיי מיר מסביר די חילוק


גמרא ב״ק, שמואל זבן מזרק של זהב בד׳ זוז והגוי חשב שהוא של נחושת ואבלע לי׳ חד זוזא וא״ל חזי דעלך קא סמיכנה ,רש״י מפרש וכן ס״ל המתירין להטעות העכו״ם, שהטעהו בחשבון והבלע לו זוז

די סגי׳ איז אן אריכות און ס׳איז מיר נישט מעגליך צו לערנען די סגי׳ מיטן עולם, וכ״ש למי שלא למד הסגי׳ מעולם, איך וועל עס נאר אנכאפן אויפן שפיץ גאפל,

מקודם דאס איז קלאר אז לכו״ע איז אסור צו מטעה זיין א גוי און זאגן ביסט מיר שילדיג געלט, ובאמת להד״ם, דאס הייסט נישט מטעה געווען נאר מוציא ממון געווען שאסור מדין גניבה,
נאר בנידן דידן האט די גוי מקנה געווען און פארקויפט די חפץ בחפץ לב, נאר שמואל האט געמאכט אן ערמימיות אז די גוי זאל מיינען שקיבל הסכום שרצה לקבל
לאמיר געבן נאך א דוגמה להסביר החילוק, ס׳איז קלאר אז למשל זאגן פאר א גוי איך פארקויף דיר א הויז והעכו״ם שילם לו, ובאמת אין להישראל שום בית ולא מכר לו כלום, די קנין האט נישט געהאט אויף וואס חל צו זיין הו״ל א פשוטע גזלן ולא מטעה

סך הכל די נקודה איז איין ווארט, להטעות שיש מתירין וס״ל שדומה להפקאות הלואתו, איז נאר געזאגט געווארן באופן וואס עס איז געווען א געהעריגע קנין המועיל מיטן גוי וואס אפילו ער זאל מטעה זיין א איד שאסור,וואלט עס אבער נישט געווען מדין גניבה וגזילה ממש


ועוד לזה ס׳איז אנגענומען כשיטת מהרש״ל אז אפילו לשיטות המתירים אינו מותר רק לעכב ממון שלו כמעשה דשמואל דאז הו״ל כהפקעות הלואתו, אבער ווען די מעשה איז להיפך אז די איד אאיז די מוכר ורוצה ע״י הערמה להוציא ממון אסור לכו״ע אפילו ע״י מעשה הערמה במכירה רק על זה יש חולקים



כ׳האף אז די פארשטייסט כוונתי,דאסיים כאן ווייל מיין פינגער טוט שוין וויי
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דער מוכר שטעלט די רעדזשיסטער פאר א שליח צו נעמען געלט און מקנה זיין די חפצים פאר ווער עס צאלט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

שאינו יודע האט געשריבן: דער מוכר שטעלט די רעדזשיסטער פאר א שליח צו נעמען געלט און מקנה זיין די חפצים פאר ווער עס צאלט
און מאכן א חשבון און זעהן צו מ׳האט טאקע באצאלט די גאנצע חשבון ...


און די מוכר פארשטייט אויך אז א מענטש איז א מענטש,און פונקט אזוי ווי ער קען מאכן א טעות קען זיין ארבעטער מאכן א טעות, און זיין ארבעטער איז אים נישט מחיוב צו באצאלן ווען ער מאכט א טעות און זיין קנין איז א קנין, שזהו א׳ מתנאי מוכר ופועל
אזוי איז ביי מיר אין ביזנעס, ולפי ידיעתי כן דרך העולם דאם לאו איז אויס וועלט
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ווער האט דיר דאס מחדש געווען


אויב דער רעדזשיסטער מאכט א טעות איז ער עס נישט מקנה

אגב, ביי א גוי איז מען נאר קונה דורך כסף נישט אנדערע קניינים
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

שאינו יודע האט געשריבן: ווער האט דיר דאס מחדש געווען


אויב דער רעדזשיסטער מאכט א טעות איז ער עס נישט מקנה

אגב, ביי א גוי איז מען נאר קונה דורך כסף נישט אנדערע קניינים


פארוואס פארשטייסטו אז מושכל ראשון איז א רעזשיסטער אנדערש ווי יעדער ארבעטער, ווען אן ארבעטער געט בטעות אן ביליגע פרייז פאר א קאסטמער(אויף זאכן וואס האט נישט קיין באשטימטע פרייז), גייסטו אנקאלן די קאסטמער אז המקח חוזר טעות היה וכדומה וכדומה,

אויף יעדע נארמאלע טעות איז די בעל הבית איינגעגאנגן פונקט ווי ער אליין וואלט דארט געשטאנען

דאס איז א חלק פון ביזנעס בזמנינו כנלפעד
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7207
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נישט מוכרח

קודם, איז אויב מען געט א ביליגע פרייז, איז דאך למעשה געווען א קנין כסף, דא ביי א בן נח איז לכאורה נישט געווען קיין קנין בכלל

צווייטענס, היינט מיט די קאמפיוטער סיסטעם, איז לכאורה נישט שייך פאר א ארבייטער צו מאכן א טעות אין פרייז
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”