די מקורות/שמות המחברים האב איך געשריבן לויט ווי איך האב זיי פארשריבן ביי מיר (אויך די פאפולערקייט ראטע איז לענ"ד...), ביטע מעורר זיין אויב עפעס שטימט נישט.
ווי אויך ווערט דער עולם געבעטן צוצולייגן אינפארמאציע איבער די ניגונים ווי אויך צו פארגרעסערן די רשימה מיט פרישע ניגונים (מיט מקורות אויב מעגליך).
פיניע חזן האט געשריבן:
איך זוך די ווערטער פון דעם קאסאניער שושנת יעקב (ווערט גערופן שושנת יעקב מיט'ן נאז)
יישר כח פון פאראויס
פזמון: שושנת יעקב צהלה ושמחה, בראותם יחד תכלת מרדכי, שושנת יעקב צהלה ושמחה, בראותם יחד תכלת מרדכי, תשועתם היית לנצח ותקוותם בכל דור ודור. תשועתם היית לנצח ותקוותם בכל דור ודור.
להודיע אידעלך, להודיע אידעלך. שכל קוויך לא יבושו ולא יכלמו לנצח, פאר דעם עזות מצח, פאר דעם גראבין פויער, לאמיר זינגען נאך אין נאך, לאמיר זיך פרייען נאך אין נאך, ווער אין ווער ווער אין ווער, כל החוסים בך.
פזמון: שושנת יעקב...
פירט מען המנ'ן צו די תלי'ה בם בבם, ווערט אין אלע גאסען א רעש און א מהומה. בים בם, הייבן אהן אלע גלעקער צו קלינגען, בים בם בים בם....... און מ'שרייט ארור המן, ס'זאל ווערן פארשאלטין זיין טרייפענער נאמין, דער טרייפענער בעל באעס, אראפ פוילין זאל עהם דער נאעס, פארוואעס? אשר ביקש לאבדי, אשר ביקש לאבדי, ברוך מרדכי וואוילער מרדכי, טייערער מרדכי, מרדכי היהודי, ברוך מרדכי וואוילער מרדכי, טייערער מרדכי, מרדכי היהודי.
פזמון: שושנת יעקב......
פירט מען זרש'ן צו די תלי'ה, בם בם ווערט אין אלע גאסען א רעש און א מהומה, בים בם הייבן אהן אלע גלעקער צו קלינגען, בים בם בים בם....... און מ'שרייט ארורה זרש, פארטיליגט זאל ווערן די טרייפענע פרינצעסן, וואס זי האט גיגעבין פאר המנ'ן צו זויפין און צו פרעסין, איר טרייפענעם בעל באעס, אראפ פוילין זאל איהר די נאעס פארוואעס? אשת מפחידי, אשת מפחידי ברוכה אסתר וואוילע אסתר, טייערער אסתר, אסתר בעדי ברוכה אסתר וואוילע אסתר, טייערער אסתר, אסתר בעדי
פזמון: שושנת יעקב......
חרבונה חרבונה, איז גיוועהן א וואוילער יונג, בם בבם. צי המנ'ןס תלי'ה גיוועהן זייער פלינק, בים בבם, ער האט געזוכט פאר המנ'ן א זכות, פאר מרדכי'ן א חוב, פאר המנ'ן א חוב פאר מרדכי א זכות פאר מרדכי א זכות פאר המן א חוב, וגם חרבונה וגם חרבונה זכור לטוב, וגם חרבונה וגם חרבונה זכור לטוב.
שושנת יעקב צהלה ושמחה בראותם יחד תכלת מרדכי תשועתם היית לנצח ותקותם בכל דור ודור להודיע שכל קווך לא יבשו ולא יכלמו לנצח לא יבשו ולא יכלמו לנצח כל החוסים כל החוסים בך א הא הא א ייא ייא ארור המן ארור המן ארור המן אשר בקש לאבדי ברוך מרדכי ברוך מרדכי ברוך מרדכי היהודי ארורה זרש ארורה זרש ארורה זרש אשת מפחידי ברוכה אסתר ברוכה אסתר ברוכה אסתר אסתר בעדי ארורים ארורים כל הרשעים ברוכים ברוכים כל הצדיקים וגם חרבונה זכור לטוב וגם חרבונה זכור לטוב
דער חאריטונוב משפחה איז באוואוסט אין ליובאוויטש פאר גרויסער בעלי מנגנים (אינטרעסאנט זיי זיינען אלע געווען שוחטים אויך) אנהויבנדיק פון דער טאטע פון דער משפחה מיין זיידעס זיידע הרב אברהם חאריטונוב, וואס עס איז פאראן א בריוו פון רבין רש"ב אז מען זאל נעמען חזנים פאר ימים נוראים, נאר אזעלכע ווי ר' אברהם.
און זיינע פיר זין ר' אהרן, ר' שלום ר' משה און ר' גדליה, פון ר' גדליה איז ניטא ניגונים, מסתמה האט ער ניט געמאכט, פון ר' משה איז דא וואס מען וייסט נאר איינער, אבער פון דער טאטע ר' אברהם און די זין ר' אהרן און ר' שלום איז דא אסאך- פון די באוואוסטע ליובאוויטשע ניגונים.
זיי זיינען אויך געווען פון די ליובאוויטשע שטאט ניקולייב וואו דער רבי'ס זיידע ר' מאיר שלמה ינובסקי איז געווען רב, און א חוץ פון זיי איז אויך געווען אסאך בעלי מנגנים ווי דער רב דער רבי'ס זיידע, ר' אשר גראסס, משפחת אלטהויז
דא קאנט איהר הערן דער ניגון שושנת יעקב וואס ר' שלום חאריטונוב האט געמאכט געזונגען דורך זיין זון ר' שמשון
האם יש למאן דהו נוסח אחר לשיר הזה שמנגנים בסקווירא, כי אני שמעתיהו בנדבורנה בני ברק ושם היה קצת שינויים, וכן שינו בהלבשת המילים בתוך הניגון למי שיש נוסח שונה אשמח שיעלהו לכאן