אלעס ארום וויין פאר פורים

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע:ביים עם הארץ אין מויל

אלעס ארום וויין פאר פורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

פאר פורים קטן, שוין,, ס'נאך פרי,הגם שושנת יעקב זינגט מען שוין, אבער אין חדר האט מען דאן געכאפט פעטש בלויז פאר א חשד אז מ'האט געטראכט פון פורים, איז דאך פרי פאר אזא אשכול צו פארנעמן דעם אויבן אהן דא אויפן וועלטל.

גייט דורך א וואך, די שלושים יום קודם איז שוין דא אין פילן זון פון ווארט, אלע צייטונגען זענען שוין פול מיט שלכמאנעת עדס (די בושה איז אז אפי' די וויין סוחרים רעדן אויך נאר פון שלח מנוס שטאטס וויין)
און ווייטער דא אויפן וועלטל זעהט מען אויך נישט קיין שינו לטובה, אבער קיין הדיוט (קופץ בראש) וויל איך נישט זיין, נעזעמיר געבליבן ווארטן אין א זייט עפעס זאל דא געשען.

אבער נעכטן נאכט, אין די אכט און פערציג שעה פון ראש חודש אדר בייס, האב איך מיך שוין נישט געקענט איינהאלטן, ווארטן אויף ראש חודש,, חלילה! דאס גייט שוין אריין אין גדר פון בזיון המועד, האמער זעך געוואשן די הענט, אנגעטון די גארטל, געזאגט לשם יחוד, אנגעשטעלט די סירטש ענדשן אויף די העכסטע, אלע אגענטן אויף הויכע אלערט,,,,,,,און א קוועטש געטאן,, זוך! אבער די (אומ)ערווארטע האט פאסירט

אנטשולדיגט מען קען אויף די מינוט נישט זוכן, ביטע פראבירט נאכאמאל אין עטליכע מינוט ארום


אן קיין ברירה בין איך איבער געשלאפן מיט די צונג אינדרויסן, האפענדיג אז עפעס וועט שוין ווערן.

אבער באקומענדיג די זעלבע ברוך הבא היינט, האב איך מחליט געווען צו גיין פתיחה און אנהייבן מיט די דריי,


1)משלוח מנות פאר'ן בעל הבית, ברויך זיין א וויין כדבעי, (שטייטצעך און די זייט וועט שמייכלען די קוקיס אויף וואס די ב''ב האט שווער געהארעוועט) ווייסט איינער פון א גוטע וויין, ס'זאל זיין קלייסיש און אהער געשטעלט אבער אויך ריזענעבל פאר'ן טאש?


2)די שווער זז''ג א פארמעגליכע איד, האט א גרויס טרעפיק ביי זיך במשך דעם גאנצן פורים, האט מיר שיין מרמז געווען פאריגע וואך אז דער איידעם גייט היי יאהר צום וויין סוחר, ווייל פון אלע אמהעראצים איז דער איידעם די גרעסטע תלמוד חכם (א קאמפלעמענט הא??)
אבער זייענדיג גאנץ א קליינער פארשטייער (עכ''פ) צו וויין, אפעליר איך צו די וויין מבינים דא,
וועליכע וויינען באלאנגען פורים אויפן טיש? וועליכע וויין וואלט איר געוואלט זעהן ווען איר קומט אריין צו א איד נאך געלט, אדער ווען איר גייט ארויף צו א קרוב ווינטשן א גוטן פורים??

3)איך זיך א לייטישע וויין מקיים צו זיין דעם ''עד דלא ידע'',וואלט איך געוואלט הערן, וועליכע וויין טרינקסטו פורים? וואס האט דיר געמאכט אויסוועלן דוקא די וויין??
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

זיכט א גוטע גרינגע וויין פאר פורים

א תורה'דיגע שמועס איבער וויין אין פורים און איבער פורים בכלליות
חייב איניש... עד דלא ידע...

די שעדליכקייט פון נאכגיין בדרכי גויים... פון מאשקע

"לויפער'ס וויינערי" דע בעסט אוו דע בעסט... -שאטענאוו - שארטענאו (דענק איך נישט די פונקטליכע נאמען) גאר א לייכטע וויין וואס לאזט כמעט נישט איבער קיין הענגאווער שושן פורים

גוט פאר א גאנץ יאר אויך:
וויאזוי מאכט מען וויין
פאר קריטיק דריקט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”