תם ונשלם ספר בתי נפש חלק בית המדרש - מזל טוב

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9751
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תם ונשלם ספר בתי נפש חלק בית המדרש - מזל טוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ברוב שבח והודיה להקב"ה בין איך מודיע אז מיר האבן איצט זוכה געווען צו פארענדיגן ארויסגעבן דעם גאנצן "בתי נפש - בית המדרש" על התורה!!!
ותהי ראשית העבודה פ' שמיני תשע"ה, לרגל די יאצ"ט פון דעם מחבר הג"ר שלמה הכהן ז"ל מצילץ. און מיט דעם יעצטיגן גליון אויף פ' צו איז פארענדיגקט געווארן אונזער הייליגער ארבעט.
מזל טוב - מזל טוב!
איך פיל אז איך דארף מאכן א סעודה כיום שנכנס לחופה... איך בין באמת מרוגש... איך וויל אפנעמען מזל-טוב'ס פונעם עולם. איצט איז די צייט...
פארשטייט זיך אז אז ברייטפארצווייגטע אונטערנעמונג איז נישט מעגליך אן די הילף פון צענדליגער חברים דא, כל אחד בשמו הטוב יבורך, ותהא משכורתו שלמה מעם ה'. ווי אויך פאר די הנהלה פון אייוועלט.
אבער דא מוז ארויסגעברענגט ווערן א דאנק צו די דריי הויפט משתתפים, וואס אן זיי וואלטן מיר נישט געהאלטן אפילו ביי א האלב פון די ארבעט.
ידידינו החשובים:
נא שכל- מסור בלו"נ פאר הוצאת ספרי מהרש"כ זצ"ל
פורים קטן- דער מגיה ראשי
קנאפער ידען- דער טעכנישער מענעדזשער אז אלעס זאל קלאפן
תורתו יגן לנו, וימליץ טוב בעדינו.
לעצט פארראכטן דורך יידישע קהילות אום זונטאג מארטש 20, 2016 8:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

מזל טוב מזל טוב!!!
זכות המחבר יגן עליכם
ושפוותיו הדובבות יליצו רק טוב בעדיכם
ותזכו להשלים גם הבית הבחירה
בעזרת אל נעזר בגבורה
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5138
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

מזל טוב מזל טוב
ס'טוט מיר וויי אז איך קען לעצטנ'ס ליידער נישט זיין א שותף לדבר מצוה (לע"ע), אבער איך האב הנאה צו זעהן אז די שנייד'סט די פירות פון דיין / אייער / אונזער ארבעט.
זאל דער גרויסער באשעפער דיר באצאלן במלוא חפניים, בכפלי כפליים, השפעות טובות מן השמים.
און דער בעל המחבר וואס איז זיכער שולדיג פאר אייך הכרת הטוב, וועט זיכער מעתיר זיין ביים כסא הכבוד פאר דיר, זאלסט געבענטשט ווערן בכל מילי דמיטב

חזק ואמץ!!!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20200
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מזל טוב, באמת א טיפע שמחה!

דו האסט געוואלדיגע כוחות נישט נאר אנצוהייבן, נאר אנצוגיין ביז מען זעהט עפעס פערטיג!! כה לחי!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12275
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מזל טוב! דיין עקשנות אנצוגיין ביזן מאכן די סיום איז צום באוואונדערן.

באמת א שמחה
גאסט
שר מאה
תגובות: 120
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאסט »

מזל טוב,

באמת א שמחה פאר אונז אלע און א שטאלץ פאר די מעמבערס דא אין וועלטעל,

ישר כח
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8914
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ברוך השם פאר דעם, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו. נאך א יאר אומאויפהערליכע ארבעט איז העכסט צייט צו זעהן די פירות.

זאל דער מחבר מליץ טוב זיין אויף אלע משתתפים אין די ארבעט בכלליות און די עומדים בראש בפרטיות להתברך בכל מילי דמיטיב, און עקסטער פאר די געטרייע הנהלה וואס זענען במישרים צו בעקיפין גורמים צום ערמעגליכונג פונעם פראיעקט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

תהלה לקל שמברכים על המוגמר. ואשריך שזכית לכך להגדיל תורה ולהאדירה. על כותבי ומפיצי ספרים אומר הכתוב ואהביו כצאת השמש בגבורתו.

איז דא א פלאן צו גיין צום מכבש הדפוס?
וואס קומט נעקסט?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9751
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

ייש"כ טייערע חברים פאר אייערע ברכות. תתברכו כולכם בכפלי כפליים!
א שאד אז אלס איסור גלוי קען איך נישט מאכן א גרויסן קידוש דעם שבת.

מיסטעריעז האט געשריבן: ברוך השם פאר דעם, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו. נאך א יאר אומאויפהערליכע ארבעט איז העכסט צייט צו זעהן די פירות.

זאל דער מחבר מליץ טוב זיין אויף אלע משתתפים אין די ארבעט בכלליות און די עומדים בראש בפרטיות להתברך בכל מילי דמיטיב, און עקסטער פאר די געטרייע הנהלה וואס זענען במישרים צו בעקיפין גורמים צום ערמעגליכונג פונעם פראיעקט.

ייש"כ פאר דיר, פאר דיין אנגייענדע ארבעט, הן אין העתקה הן אין הגהה. דיין אומשעפערישקייט און געטריישאפט האט מיר געגעבן חיזוק צו קענען ממשיך זיין. מיט אזוינע מתנדבים ווי דו איז נישט קיין קונץ אויפצוטוהן גרויסע זאכן. זכות המחבר הקדוש יגן עליך, על משפחתך און דו זאלסט זיין געבענטשט מיט בני חיי ומזוני רויחי.

שוועמל האט געשריבן: תהלה לקל שמברכים על המוגמר. ואשריך שזכית לכך להגדיל תורה ולהאדירה. על כותבי ומפיצי ספרים אומר הכתוב ואהביו כצאת השמש בגבורתו.

איז דא א פלאן צו גיין צום מכבש הדפוס?
וואס קומט נעקסט?

מ'וועט גיין אי"ה צום מכבש הדפוס. ערשט גייט מען עס ארויסגעבן אין PDF פארמאט.
דערנאך דארפן מיר נאך צוענדיגן די פאר חלקים וואס זענען נאכנישט גענדיגקט, ווי אויף שבת קודש, מידות, בית הכנסת וכו'.
דערנאך איז דא א פלאן עס ארויסצוגעבן לדפוס. נישט אונז אליינס נאר אפשר עפעס א גביר וכדומה וואס וויל עס דריקן, און מיר וועלן אים זיין בייהילפיג.

וואס קומט נעקסט?
איז דאך דא א באזונדערע אשכול פארדעם... דא איז מען אינמיטן א חתונה... אין מערבין שמחה בשמחה...
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1548
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ב"ה, שהחיינו וקיימנו והגענו לזמן הזה. דאס איז דאך א מורא'דיגע שמחה, אין אלע 'וועלטען' פרייעט מען זיך מיט די געוואלדיגע דבר מצוה, וואס הרב אידישע קהלות האט אונז דא אריינגעשלעפט.

זכות המחבר יגן עליך ועלינו ועכו"א.
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מזל טוב א שמחה פאר די גאנצע "אידישע וועלט"!

כה לחי!
עדיטערס נאוט : שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
goldman
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך goldman »

כה לחי! שכרך הרבה מאוד!
ווי שוין געמאלדען, עטליכע תלמידי חכמים מופלגים זענען נהנה פון דעם מידי שבת בשבתו.
מיר ווארטן אויפ׳ן PDF.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27139
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מזל טוב!

כשם שזכיתם להתחיל ולסיים ספר זו כן תזכו להתחיל ולסיים ספרים אחרים, זכות הצדיקים המחברים יגם עלךיכם ובעדיכם להתברך בכל טוב, ליהודים היתה אורה ושמחה וששון ויקר, בבחינת הדור קבלוה בכבוד והדר תעטרהו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36785
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מזל טוב.

יגדיל תורה ויאדיר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”