דאנציגער האט געשריבן: את חטאי אני מזכיר, איך קוק זעלטן אין אנדערע אשכולות. היינט האב איך געפאנגען דעם אשכול.
הוי איז דאס יונגע זכרונות, ר' מענדל גערטנער האב איך גוט געקענט, מיין טאטע פלעגט האבן די זעלבע פארעם אין סקווער, ביז ביז.. לאמיר נישט רעדן.. מ'האט געהייסן אז סקווער איז נישט קיין פלאץ פאר.. חח עכ''פ מיין טאטע האט זיך געלאזט און פארקויפט זיינע געבליבענע סחורה פאר מענדלענען, און אונז פלעגן באזוכן אונזערע טייער געליבטע ציגעלעך, וואס האב נעבעך געטוישט גלויבן און געווארן אויס סקווער נאר סאטמערע..
גראדע מיין פעטער אלי' ווינער איז א קרוב דארט אויכעט, מיין זיידע פלעגט דארט אויכעט וואוינען שפעטער, קרית יואל ליגט מיר אין די בלוט.. יחוס אויס.
כ'האב קיינמאל נישט צוזאמגעשטעלט קרית יואל מיט די ציגעלעך, אונז פלעגן פאר צענדליגע יארן צוריק זיין אינעם קאנטרי דארט, וויאזוי האט עס נאר געהייסן.. דורך סקאנעמאנק איז מען דארט אנגעקומען..
מנשה איז די סיבה געווען ווייל קהל האט נישט געוואלט מענטשען זאלן זאגן אז אין סקווער האדעוועט מען בהמות
אדער ווייל אין מגדלין בהמה דקה בא"י
אדער ווייל אין בעלזא האט מען נישט געהאלטן אז האדווען בהמות איז א סגולה לאריכות ימים
אדער אנדערע טעמים
למה זה תשאל לשמי...