אלעס ארום ל"ג בעומר פייערס אין חו"ל
פאר מען הייבט אן. מאך איך קלאר און בעט אלע מגיבים עס זאל ח"ו נישט ווערען פאליטיש דא. יעדער ווייסט אז דאס איז אסור עפ"י תקנת המקום וביותר עפ"י תורה..
פון יאר צו ווערן די פייערס אין חו"ל גרעסער אין גרעסער, בכמות ובאיכות. מער אין מער הויפן הייבן אן צו מאכען הדלקות. איז דא וואס האלטן באמת אז דאס ברענגט א נאנטקייט צו ר' שמעון? אויב אזוי פארוואס האבן דאס אוזערע רבי'ס פארזעהן?
דארף מען דאס נאר פאר א גשמיות דיגע אינדשוימעט? מעגליך אז דאס איז א וויכטיגע זאך אין דעם היינטיגען דור..... מייכט דאס צו זאגען אז מען גייט נאך דעוועלאפען מיט די צייט פרישערע מנהגים וואס וועט זיין געשמאקליך?
אין בכלל. איז דא אדאלטס וואס האבען א געשמאק אין זעהן א גרויסע פייער? אדער מען טיט דאס נאר פאר די קינדער?
פאקטיש זעהט מען טויזענטער האלטן מיט די ל"ג בעומר פייערס. אפילו די וואס ווארפען אריין די בדיקת חמץ זעקל אין לויפן גלייך אוועק. וואסי פשט?
איז עפעס ראנג מיט מיר אז איך פיל נישט קיין שום הערצה צו א פייער?