שאהן הענניטי האט געשריבן: מיר האט היבש נערווירט די געדאנק אז מ'גייט נאכמאכן די מעמד הדלקה פון סאטמאר אין מירון, וואס זיי האבן געפויקט אויף די מודעות פון צוויי וואכן בעפאר.
איך בין דאנק-גאט געווען מיטן רבי'ן אין מירון, און די דערהויבנקייט איז טאקע געווען אומבאשרייבליך, ממילא פארשטיי איך אז מאנכע האבן געוואלט שפירן נאכאמאל וואס זיי האבן געשפירט אין מירון. אבער א געפיל קען מען נישט איינלאדענען פון פריערט, מ'באשטעלט עס נישט פון גראסעריי, דאס דארף קומען אויב ס'איז באשערט צו קומען, לדעתי מאכט עס ביליג, פארמאל און א שאו שפיל פון די גאנצע זאך.
איך בין באוואוסטזיניג צום פאקט אז פאר מערהייט פונעם ציבור שטערט עס לגמרי נישט, דאס איז אבער מיין פערזענליכע בויך ווייטאג.
במאמר המוסגר, די צייטונגען זענען אויך שטארק פארנומען די לעצטע צייט מיט פארשרייבן פון צוויי וואכן בעפאר איבער וועלכע וואס מעמד מיט פאראויסשאצן די געפילן, התרגשות און עמאציענאלע וואס גייט אלץ זיך צוזאמקומען דערביי.
נעבעך...
סעים טינג הער, אז די אלע וואס האבן נישט מיטגעהאלטן אין מירון פקודי האבן דאס נישט ערווארטערט (מיט אלע צייטונגען מעשיות)
איין זאך וואס מען האט פארגעסן צוצוברענגן היי יאר איז אפאר סעלפאון טאוערס...