עורה טשייניז אקשען-קראנקע איידיעס
איך גיי נישט אריין אינעם עצם מוסד, כווייס נישט פונקטליך וואס זיי טוען, אויף די בילדער זעט מען ווי זיי שלעפן בעלי תשובות/טעס אויף ריידס, און יעדער שמייכעלט אינעם בילד, איך בין זיכער אז זיי טוען גוטע זאכן, איך וויל זיך נאר באציען צו די אקשען.
היות זיי האבן אין די אנהייב שטארק מצליח געווען מיט די אקשענס, האבן זיי פילע אנדערע ארגענעזאציעס נאך געמאכט, סא זיי האבן כסדר פראבירט איבער צו שטייגן מיט נייע איידיעס און איינפעלער.
בעצם רוב פון זייערע ראפעלס איז בלויז א פסיכילאגישע זאך, ווייל בעצם גיבן זיי די געלט, למשל 6 חדשים רענט, זיי צאלן דיר די געלט, סא וואס עפעס פאר די רענט? אפשר פאר די קאנטרי? אבער אזוי גייט עס, זיי פארציילן פארן עולם וואס מקען טון מיט געלט אויף עוה"ז.
איין יאר האט מען געקענט געווינען א מאנקי, איין יאר א פאפאגיי, איך געדענק איין יאר האט מען געקענט געווינען דריי זינגערס, שוועקי, מיט אנדערע צוויי, (איך האב זיך דעמאלט געווינדערט אויף זיי וואס איך וועל טון מיט די זינגערס אויב איך געווין זיי), פרייע טריפ פאר אלע ימים טובים ארום די וועלט וכו' וכו'.
דערנאך האבן זיי רוחניות, א ברכה פון א צדיק, מיט א פיקטשער פון ר"ח קניעבסקי, און רב שטיינמאן, (דאס איז אזוי ווי איר וואלט געווינען א לאטארי, ווייל געווענליך שלעפט מען צאם די אלע ברכות ווינטשער מיט די מידיא נאר פאר גרויסע צוועקן, קופת העיר וכו', און דא גייט מען זיי צאם שלעפן ממש פאר נאר פאר דיר)
איך האב זיך אלץ גע'חידוש'ט וועלכער נארמאלער מענטש איז אינטערסירט אין די אלע צודרייטע זאכן, כמיין רוב פרייזעס זענען נישט געאייגנט פאר סטאבילע מענטשן, כבין אלץ געווען נייגעריג וועלכע מיני מענטשן ווערן צוגעצויגן פון אזעלכע פאריקטע שוואוילטאגן.
היי יאר איז עס באשטעטיגט געווארן ביי מיר, זייער היי יאריגע חידוש פרייז איז נישט מער און נישט ווייניגער, איר קענט געווינען 'טעראפי' פאר די ווערט פון 3500, כוואלט געזאגט אז זיי האבן עס אריינגעלייגט אויפן פארלאנג פון די פארא יאריגע געווינערס... די וואס זענען ארום געפלויגן אין די גאנצע וועלט...
(אפשר בין איך ראנג, טעראפי איז אפשר היינט א נארמאלע זאך ביי מענטשן..)
כבין שטארק נייגעריג ווער עס קויפט די טעראפי ראפעל (אפשר א ווייב פארן מאן?) און ווער דער געווינער גייט זיין, וויזוי ער איז געווען פאר דעם, און וויזוי ער גייט זיין נאכדעם...
נעקסטע יאר וועט מסתם קומען איין פרייז א טריפ קיין איראק 'עקספיריענס דע היעט', אדער א ארון מיט תכריכים און א קבר אין די ווערט פון 5000, 'אווערקאם דע דעט', איינער מיט נאך עפעס א איידיע?
#2016