ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך בנימין
»
מיטוואך יוני 08, 2016 4:39 pm
איינער שיקט מיר אין אישי מער דעטאלן איבערן ניגון: היינט קומט פאר די טשערעדי קאמפיין פאר די וויכטיגע ארגענעזאציע ידידים. וואס ידידים איז דארף מען נישט זאגן ווייל יעדער ווייסט, זיי גייען ארום און שפיטעלער אריין ברענגען א חיות און די קראנקע, מאכן שבתים און נעמען זיי ארויס מיט די משפחות אויף טריפס און אוטינגס, מתנות און גמח'ן פון ליין מאטריאל און ווידאו מאטריאל. דער אלעמען באקאנטן מלך הנגינה יאסי גרין וואס גייט גאר אסאך מיט ידידים איז ארויס געקומען מיט א ספעציעלע הארציגע ניגון וואס ער האט קאמפאזירט ביי א ידידים ארגאניזירטע באזוך מיט א זיס אינגעלע אין שפיטאל פאר א שווערע טריטמענט... דער אינגל האט געבעטן יאסי'ן אז ער וויל א ניגון, פאר ווער עס פארשטייט קומט א ניגון נישט ארויס אזוי פון זיך אליין, מברויך האבן א קאנצעפט, ווערטער, און די ניגון דארף קלאפן, יאסי זאגט אז זיינע פינגערס האבן געציטערט אויפ'ן פיאנאו... אבער פלוצלינג האט אים אריינגעשיינט אין קאפ די ווערטער "מנין שהשכינה למעלה מראשותיו של חולה" און די ניגון איז ארויסגעקומען ווי פון זיך אליין... און ווען דאס אינגעלע האט געבעטן אז ער וויל אידישע ווערטער האט יאסי אויפ'ן פלאץ צוגעלייגט א שיינע אידישע פאל... "די שכינה הקדושה שטייט צוקאפנ'ס פון חולי ישראל און שאפט ישועות און רפואות פאר חולי ישראל". לכבוד די קאמפיין איז די בארימטע דאַרט מידיע אויפגעקומען מיט א חידוש ארויסצוקומען מיט דעם ניגון לכבוד'ן טשערידי קאמפיין, א שנעלע טעלעפאן קאל און יאסי האט הארציג אוועקגעגעבן דעם ניגון פאר ידידים, עס איז דאך געמאכט געווארן מיט זיי... דאן האט זיך דאַרט געוואנדן צו אבא בערקאוויטש (אליין א ידידים מעמבער) וואס האט זיך אונטערגענומען צו פראדוסן דעם ניגון... אבא האט אויפגענומען משוררים כאר צו מאכן דעם הערליכן כאר, און אראפגערופן א ילד הפלא יצחק לונגער עס אראפצולייגן, און שלמה זלמן וועכטער האט געמאכט גאר פאסיגע מוזיק און די תוצאה איז נאך א הערליכע אידישע ווארעמע ניגון צו זינגען און מחזק זיין חולי ישראל. יאסי איז ארויס געקומען מיט פערזענליכע ווידאו ווי ער דערציילט וויאזוי די גאנצע מעשה איז צוגעגאנגן און ער גיבט איבער אביסל וועגן זיין שייכות מיט ידידים און וואס ידידים טוט אלץ לטובת אחינו בית ישראל און בעט דער עולם זאל זיך אנרופען ווארעם פאר די וויכטיגע מוסד ידידים
מארקעטינג\ברענדינג עדווייס? פרעגט מיר אין אישי, כ'ענטפער גערן.