טעותים
דא אויפן שפיץ פינגער ליגן מיר איצט צוויי-דריי טעותים אויף אנצוהייבן:
שטומען, געשטומט - ריכטיג: שטימען, געשטימט (שטום איז איינער וואס רעדט נישט)
אייגנטומער - ריכטיג: אייגנטימער, דאס איז דער מענטש, דער בעל-הבית און באזיצער פון אייגנטום, און אזוי אויך מערערע אייגנטימער/בעלי-בתים. אייגנטום מיט א ווא"ו באציט זיך בלויז אויף די פארמעגנס, נישט אויף זייערע בעלי-בתים. עס איז א שם-הכולל (אזוי ווי אידנטום, רייכטום), און עס קומט נאר בלשון-יחיד - דאס אייגנטום
אינטערוויוס - אויף אידיש זאגט מען בלשון-רבים: אינטערוויוען. דער מענטש וואס מאכט דעם אינטערוויו - אינטערוויואירט, און ער איז אן אינטערוויואירער. פאר די וואס רעכענען זיך מיט ווערטערביכער: כאטש הארקאווי אין דער הוספה צו זיין אידיש-ענגליש-העברעאישן ווערטערבוך שרייבט אנדערש, מעג מען אבער אויף אים חולק זיין. וויינרייכס החלטה, וואס שטימט מיטן אויבנדערמאנטן, איז לענ"ד ריכטיגער.