לקוטים וענינים בפרשת קרח

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

לקוטים וענינים בפרשת קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקח קרח בן יצהר וגו' (טז-א). לקח את עצמו (רש"י) נארמאל, ווען צוויי מענטשן קריגען זיך, טוהן ביידע פארמערן צו די קריגעריי, אזוי אז קיינער איז נישט מוותר פאר'ן צווייטען. ביי קרח אבער, איז נאר געווען איין זייט פון די מחלוקת. ווייל משה און אהרן האבן גארנישט צוריק געקריגט. "לקח את עצמו" קרח האט זיך אליינס גענומען קריגען, אפילו ער האט נישט געהאט קיין צווייטע זייט וואס קריגט זיך צוריק. (צבי לצדיק)

בן יצהר בן קהת בן לוי: ולא הזכיר בן יעקב וכו' (רש"י) יעקב אבינו'ס מידה איז געווען "אמת". אזוי ווי עס שטייט (מיכה ז-כ): "תתן אמת ליעקב". ווען קרח וואלט אריין געטראכט אז ער איז אן אייניקעל פון יעקב אבינו און ער וואלט געגאנגען אין זיין וועג פון אמת, וואלט ער נישט צוגעקומען צו מחלוקת. ווייל "אמת" ברענגט צו "שפלות" און "ענווה". "ולא הזכיר בן יעקב" קרח האט זיך נישט דערמאנט אז ער איז אן אייניקעל פון יעקב, און דאס האט איהם צוגעפיהרט צו מחלוקת. (אגרא דכלה)

ודתן ואבירם. ומה ראה קרח וכו', נתקנא על נשיאותו של אלצפן (רש"י) עס איז שווער, פארוואס האט קרח פונקט יעצט אנגעהויבען מקנא צו זיין אויף די נשיאות פון אלצפן, ער איז דאך שוין פון לאנג אויפגענומען געווארן אלץ נשיא? נאר ווי לאנג עס איז נישט נגזר געווארן די גזירה פון חטא המרגלים, אז די יודן מוזען בלייבען אין מדבר 40 יאהר, האט קרח נישט מקנא געווען. ווייל ער האט געוואוסט אז צו זיין א נשיא איז נאר פאר א קורצע צייט, ווייל באלד קומט מען שוין אריין קיין ארץ ישראל, וועט מען שוין נישט דארפן קיין נשיאים. אבער יעצט ווען דער אייבערשטער האט גוזר געווען די גזירה, און די נשיאים האבען געדארפט זיין א לענגערע צייט, דערפאר האט ער מקנא געווען. (קדושת לוי)

כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה' וגו' ( ) אסאך מאהל טרעפט מען א פרייען יוד וואס האלט נישט די תורה, און מען וויל איהם מוסר זאגען, ענטפערט ער "איך בין ערליך, אבער נאר אין הארץ" דאס הייסט איך טוה אלע עבירות אבער אין הארץ בין איך א יוד, און זיי דריקען זיך אויס מיט'ן לשון "אני יהודי בלב" אין מיט דעם פארענטפערען זיי זיך ליידער אויף אלע זייערע עבירות. דאס האט קרח געזאגט "כי כל העדה כולם קדושים" מיר אלע זענען זייער הייליג, האט מען איהם צוריק גע'טענה'ט "עס קוקט גארנישט אויס ווי איר זענט אזוי הייליג, האט ער געענפערט "ובתוכם ה'" אין הארץ בין איך א יוד, אני יהודי בלב. (אמרי חיים)

בקר וידע ה' את אשר לו ואת הקדוש והקריב אליו וגו' (טז-ה) לויט ווי א מענטש פיהרט זיך אויף באלד ביים אויפשטיין פון דעם בעט, דערקענט מען זיין מצב אין רוחניות וויפיהל ער איז באהאפטן צום באשעפער מיט פלייסיגקייט. "בוקר" ביים אויפשטיין אינדערפרי, "ויודע ה'" מאכט דער אייבערשטער דערקענען, "את אשר לו" ווער עס איז זיין געטרייער דינער. (דברי שמואל-סלאנים)

בקר וידע ה' את אשר לו ואת הקדוש והקריב אליו וגו' (שם) פארוואס האט משה רבינו געזאגט "בקר" פארוואס פונקט אינדעפרי, קען מען זאגען, ווייל מיר ווייסען דאך אז דער מן איז געקומען צו יעדען מענטש לויט זיינע מעשים, די צדיקים האבען באקומען דעם מן גלייך ביי זייער טיר, און די רשעים האבען געמוזט ארויס גיין פון שטאט. דאס האט משה רבינו מרמז געווען, "בקר", מארגען אינדערפרי וועט מען גאנץ גוט זעהן צו די ביסט א צדיק אדער א רשע, ווייל מיר וועלען זעהן ווי דער מן וועט פאלען. (מפי השמועה,)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקח קרח
לקח את עצמו לצד אחד וכו'



מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י מיט דעם וואס מיר געפונען אין פרשת שלח, נאך דעם חטא פון די מרגלים, האט משה רבינו געזאגט צו השי"ת, "והמתה את העם הזה כאיש אחד" און דו וועסט אויס הרג'ענען דאס גאנצע פאלק אזוי ווי איין מענטש. וואס לכאורה איז שווער, וואס פאר א חילוק איז דא אויב מען הארגעט זיי אזוי ווי איין מענטש אדער נישט ?

זענען די מפרשים מסביר, מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת יומא (פ"ו), אויב מען איז עובר אן עבירה צוויי מאהל איז מען איהם נאך מוחל, אבער אויב ער האט עובר געווען שוין דריי מאהל איז מען איהם נישט מוחל. פרעגט די גמרא מיר האבען געלערענט אין א ברייתא, אויב מען איז עובר דריי מאהל איז מען איהם נאך מוחל, נאר ווען מען איז עובר פיהר מאהל איז מען נישט מוחל די עבירה ? ענטפערט די גמרא, עס איז א חילוק צווישען א יחיד און א רבים, ביי א יחיד איז מען נישט מוחל דאס דריטע מאהל, אבער ביי א רבים איז מען נאך מוחל דאס דריטע מאהל וואס מען טוט די עבירה, נאר ביי די פערדע מאהל איז מען נישט מוחל.

רש"י זאגט אין פרשת קרח, "ויפל על פניו" וויבאלד עס איז שוין געווען די פערדע עבירה ביי כלל ישראל: 1) עגל, 2) מתאוננים, 3) מרגלים, 4) מחלוקת של קרח, וויבאלד עס איז שוין די פערדע עבירה, וועט מען זיי שוין נישט מוחל זיין.

דאס קען זיין פשט אין משה רבינו'ס ווערטער, וויבאלד ביי די חטא פון די מרגלים איז עס נאר געווען דאס דריטע עבירה, האט משה רבינו געטענה'ט "והמתה את העם הזה" וואס זיי זענען א רבים, "כאיש אחד" ווי זיי וואלטען געווען א יחיד, וואס ביי א יחיד איז מען נישט מוחל דאס דריטע עבירה, זיי זענען דאך א רבים, און ביי א רבים איז מען יא מוחל דאס דריטע עבירה, ממילא קומט זיי אז מען זאל זיי מוחל זיין די חטא המרגלים.

ביי די חטא פון די עגל האט שבט לוי נישט געזינדיגט. קומט אויס אז פאר קרח (וואס ער איז געווען פון שבט לוי) איז עס געווען ביי די מחלוקת מיט משה רבינו נאר דאס דריטע עבירה, וואלט מען געדארפט ביי א ציבור נאך מוחל זיין דאס דריטע עבירה.

וועגען דעם זאגט דער פסוק, "ויקח קרח" - לקח עצמו לצד אחד נחלק מתוך העדה - קרח האט זיך אפגעטיילט פון די עדה, זיך צו קריגען, קומט אויס קרח ווערט גערעכענט שוין ווי א יחיד, איז שוין זייער פארשטענדיג פארוואס עס איז געקומען א עונש פאר קרח.

שמן ראש


ויקח קרח



די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין (ק"ט:) אויף דעם פסוק "ויקח קרח" - אמר ריש לקיש "שלקח מקח רע לעצמו" - קרח האט גענומען צו זיך א שלעכטע קויפונג.

מען קען אפשר זאגען פשט אין די ווערטער, מיט דעם וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבת (קנ"ב:) אויף דעם פסוק אין משלי (י"ד) "ורקב עצמת קנאה" דער וואס האט קנאה ווערען זיינע ביינער פארפוילט.

דאס גאנצע מחלוקת פון קרח מיט משה רבינו איז געווען צוליב דעם וואס ער האט אים מקנא געווען, אזוי ווי רש"י זאגט "נתקנא על נשיאתו של אליצפן בן עוזיאל". זעהן מיר פון דעם אז קנאה האט גורם געווען עס זאל זיין א מחלוקת, וואס דאס האט גורם געווען אז די ביינער פון קרח זאלען אויך פארפוילט ווערען.

דאס קען זיין פשט אין די ווערטער פון ריש לקיש, "שלקח מקח רע לאעחצטמוי" - ער האט גענומען א שלעכטע קויפונג פאר זיינע ביינער. ער האט גורם געווען אז זיינע ביינער זאלען נישט בלייבען גאנץ, נאר זיי זאלען פארפוילט ווערען.

שמן ראש



ויקח קרח
לקח את עצמו



רש"י זאגט שפעטער - קרח שפקח היה - קרח וואס איז געווען א קלוגע - פארוואס האט ער זיך באנארישט זיך צו קריגען מיט משה - ענטפערט רש"י וויבאלד קרח האט געזעהן אז פון איהם וועט ארויס קומען שמואל, האט קרח געזאגט אז אין דעם זכות פון שמואל וועט ער געראטעוועט ווערן.

מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י מיט דעם וואס די גמרא זאגט (יומא כ"ב:) מען שטעלט נישט א מנהיג אויף כלל ישראל, נאר אויב דער מנהיג האט עפעס א זאך מיט וואס ער שעמט זיך, כדי דער מנהיג זאל נישט קענען צו קומען צו ווערען א בעל גאווה.

משה און אהרן האבען געהאט מיט וואס זיך צו שעמען, וויבאלד זייער טאטע עמרם האט חתונה געהאט (פאר מתן תורה) מיט זיין מומע יוכבד, וואס איז אסור געווארען נאך מתן תורה. אבער אויף קרח איז דאך נישט געווען קיין שום שלעכטע זאך, מיט וואס ער קען זיך שעמען. דאס פרעגט רש"י קרח וואס איז געווען א קלוגע און ער האט געוואוסט אז מען קען נישט זיין א מנהיג נאר אויב עס איז דא עפעס שלעכטס, און ער קרח האט נישט, וועט ער דאך נישט קענען זיין א מנהיג ?
אויף דעם זאגט רש"י - וויבאלד ער האט געזעהן שמואל, וואס האט אויך נישט קיין שום שלעכטס אויף זיך, און שמואל איז געווען א מנהיג אויף כלל ישראל, ממילא קען איך קרח אויך זיין א מנהיג אפילו עס איז נישט דא קיין שום שלעכטס אויף מיר.

אבער דאס איז געווען קרח'ס טעות, ווייל שמואל האט יא געהאט עפעס שלעכטס אויף זיך, ווייל אויב שמואל וואלט זיך געהאלטען גרויס, וואלט מען איהם געקענט זאגען, דיין זיידע קרח איז איינגעזונקען געווארען אין דער ערד, וויבאלד ער האט זיך געקריגט אויף משה און אהרן.

דאס קען אפשר זיין די כוונה פון רש"י - "לקח את עצמו" קרח האט זיך ארויס גענומען פון דעם חשבון, ער האט נישט געטראכט אז ער אליינס איז דער וואס וועט זיין די שלעכטע זאל אויף זיין אייניקל שמואל - וואס דורך איהם קרח וועט שמואל יא קענען זיין א מנהיג אויף כלל ישראל.

ילקוט הגרשוני



כל העדה כולם קדושים
כולם שמעו דברים בסיני



רש"י זאגט אז קרח האט געזאגט צו משה רבינו אלע אידען זענען הייליג, ווייל אלע האבען דאך געהערט פון דער אויבערשטער אנכי ה' אלוקיך.

מען קען מסביר זיין די ווערטער פון רש"י, קרח האט געהאלטען וויבאלד די אידען האבען געזינדיגט ביים עגל, און זיי האבען דערנאך תשובה געטוהן, זענען זיי דאך געווארען אין א גרעסערע מדריגה פון משה רבינו, ווייל "במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד" - א בעל תשובה ווען ער טוט תשובה איז ער אין א העכערע מדריגה פון צדיקים.

נאך דעם וואס די אידען האבען געזינדיגט ביים עגל, האט משה רבינו געזאגט פאר השי"ת, אז די אידען זענען נישט שולדיג וואס זיי האבען געדינט דעם עגל, וויבאלד דו האסט געזאגט די עשרת הדברות אין א לשון יחיד - "אנכי ה' אלקיך" איך בין דער אויבערשטער דיין ג-ט, "לא יהיה לך" עס זאל נישט צו דיר, קומט אויס "לי צויתי ולא להם" פאר מיר האסטו באפוילען אבער נישט פאר זיי.

קומט אויס לויט משה רבינו, אז די אידען האבען נישט געזינדיגט ביים עגל, ממילא ווערען זיי נישט גערעכענט פאר בעלי תשובה, זענען זיי נישט אין א העכערע מדריגה. דאס האט קרח געזאגט פאר משה רבינו עס איז נישט אזוי ווי דו זאגט אז נאר פאר דיר משה איז געזאגט געווארען די עשרת הדברות, נאר "כל העדה שמעו", גאנץ כלל ישראל האט געהערט אנכי ה' אלוקיך.
קומט אויס לויט קרח האבען די אידען יא געזינדיגט ביים עגל, ממילא ווערען זיי יא גערעכענט פאר בעלי תשובה, זענען זיי דאך יא אין א גרעסערע מדריגה פון משה רבינו - אויב אזוי פרעג "מדוע תתנשאו על קהל ה'".

כתב סופר



כל העדה כולם קדושים
כולם שמעו דברים בסיני


אלע מפרשים פרעגען, פארוואס האט נישט רש"י גקענט זאגען פשוט פשט אין די ווערטער, אז קרח האט געמיינט צו זאגען אז גאנץ כלל ישראל איז הייליג, פארוואס האט רש"י געדארפט זאגען אז מען מיינט, גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות ?

מען קען דאס מסביר זיין מיט דעם וואס מיר זאגען ראש השנה ביים דאווענען "מלוך על כל העולם כולו בכבודך" זאגט דער לבוש, מען זאל נישט זאגען דאס ווארט "כולו" - וויבאלד מען האט שוין געזאגט "על כל העולם" אויף דער גאנצע וועלט, פעלט שוין נישט אויס צו זאגען "כולו" - די גאנצע, עס איז א דאפעלטע לשון.

זאגט אויף דעם דער טורי זהב אין סימן תקפ"ב ס"ק ג', וויבאלד מיר זעהן אסאך מאהל ווען מען זאגט "די גאנצע" מיינט עס נאר "רוב" - און נישט ממש די גאנצע , ווייל מיר זאגען "רובו ככולו", וועגען דעם זאל מען יא זאגען "כולו" אפילו מען האט שוין געזאגט "על כל העולם", ווייל איך וואלט ווען געקענט מיינען אז עס מיינט נאר רוב פון דער וועלט, דעריבער זאגט מען "כולו" - אז דא מיינט עס די גאנצע וועלט און נישט רוב.
דא אין פסוק איז לכאורה שווער די זעלבע, אז קרח האט געזאגט "כל העדה" - די גאנצע געמיינדע, פארוואס האט אויס געפעלט ער זאל אויך זאגען "כולם" זיי אלע, עס וואלט גענוג געווען אויב קרח וואלט געזאגט "כל העדה קדושים" ?

קען מען דא זאגען דער זעלבע תירוץ - אויב ער וואלט נאר געזאגט "כל העדה" וואלט איך געקענט זאגען אז עס מיינט נאר "רוב", דעריבער האט ער צוגעלייגט "כולם" - אז דא מיינט נישט רוב - נאר אלע אידען.

אויף דעם וועט אבער שווער זיין, פון ווי האט קרח באמת געוואוסט אז גאנץ כלל ישראל איז הייליג, אפשר איז נאר "רוב" פון כלל ישראל קדושים ?

דאס קומט רש"י פארענטפערען, "כולם קדושים" מיינט אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות - ממילא מוז זיין אז גאנץ כלל ישראל איז הייליג, ווייל אויב מען וואלט נישט געווען קדושים - הייליג, וואלט מען ווען נישט זוכה געווען צו הערען די עשרת הדברות פון השי"ת. איז דאך א ראיה אז "כולם קדושים".

בנין אריאל

מה ראה קרח לחלוק על משה
פרה אדומה ראה



דער מדרש זאגט, וואס האט קרח געזעהן אז ער זאל זיך קריגען אויף משה רבינו ? זאגט דער מדרש, קרח האט געזהן די פרשה פון פרה אדומה.

מען קען מסביר זיין די ווערטער פון מדרש, מיט דעם וואס רש"י זאגט אויף דעם פסוק כולם קדושים - אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות פון השי"ת.

נאך דעם חטא העגל האט משה רבינו געזאגט פאר השי"ת, אז מען מוז מוחל זיין פאר כלל ישראל די חטא העגל, וויבאלד דער אויבערשטער האט נישט געזאגט "אנכי ה' אלוקיכם" איך בין אייער ג-ט, נאר "אנכי ה' אלוקיך" איך בין דיין ג-ט, קומט אויס וויבאלד עס איז געזאגט געווארען בלשון יחיד, האט משה געטענה'ט נאר פאר מיר האסטו באפוילען, אבער נישט פאר כלל ישראל. ממילא קען מען נישט שטראפען כלל ישראל אויף דעם חטא העגל.

ווען קרח האט אבער געזאגט "כולם קדושים" אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות, אזי דאך שוין בטל געווארען דער טענה פון משה רבינו, אז נאר פאר איהם איז געזאגט געווארען "אנכי ה' אלוקיך" - ווייל גאנץ כלל ישראל האט דאך געהערט. איז מיט קרח ווערטער צוריק נתעורר געווארען די חטא העגל, פארוואס האט קרח דאס געזאגט ?

אויף דעם זאגט דער מדרש, "פרה אדומה ראה" קרח האט געזההן די פרשה פון פרה אדומה, - וואס די פרה אדומה איז דאך געקומען מכפר זיין די חטא העגל, אזוי ווי רש"י זאגט אין פרשת חקת בשם ר' משה הדרשן, - פעלט דאך שוין נישט אויס די טענה פון משה רבינו, ווייל דער אויבערשטער וועט מוחל זיין די חטא העגל דורך די פרה אדומה. וועגען דעם האט קרח געזאגט "כולם קדושים" גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות.

מיט דעם קען מען פארשטיין וואס רש"י זאגט "שכבר זה בידם סרחון רביעי" - וואס לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס זאגט רש"י "בידם" - רש"י וואלט נאר געדארפט זאגען "שזה סרחון רביעי" ?

נאר רש"י מיינט מיט דעם ווארט "בידם" - אז דורך זיי, דורך די טענה וואס קרח האט געזאגט "כולם קדושים" אז גאנץ כלל ישראל האט געהערט די עשרת הדברות, איז דאך בטל געווארען מיין טענה אז נאר פאר מיר איז געזאגט געווארען די עשרת הדברות, ממילא איז די מחלוקת מיט קרח שוין די פערדע עבירה ביי זיי.

ספרים



וישלח משה לקרא לדתן ולאבירם



רש"י זאגט, פון דא איז א ראיה "אין מחזיקים במחלוקת" מען טוט נישט אנהאלטען אין א מחלוקת, וויבאלד איך זעה משה איז געגאנגען צו דתן און אבירם, און פראבירט צו מאכען שלום.

לכאורה איז שווער, וואס פאר א הוה אמינא וואלט איך געהאט אז מען דארף יא אנהאלטען א מחלוקת ? און נאך איז שווער, פארוואס זאגט נאר רש"י פון דא איז א ראיה אז מען האלט נישט אהן א מחלוקת, רש"י וואלט געדארפט זאגען פון דא איז א ראיה אז מען טוט נאך לויפען צו מאכען שלום, וויבאלד משה רבינו איז נאך געגאנגען דתן און אבירם כדי צו מאכען שלום מיט זיי ?

מען קען דאס מסביר זיין, ווייל עס וואלט געווען א סברא צו זאגען וויבאלד דאס איז שוין דאס דריטע מאהל וואס דתן און אבירם קריגען זיך מיט משה רבינו: דאס ערשטע מאהל איז געווען ביי (שמות ב' י"ד) "ויאמר אכן נודע הדבר", דאס צווייטע מאהל (שמות ה' כ"א) "ירא ה' עליכם וישפט", און יעצט דאס דריטע מאהל ביי די מחלוקת פון קרח, זאל איך זאגען עס איז שוין א חזקה פאר זיי זיך צו קריגען מיט משה. (דריי מאהל טוהן א זאך הייסט עס שוין א חזקה), און וויבאלד עס איז שוין א חזקה מעג מען אנהאלטען א מחלוקת.

אויף דעם זאגט רש"י, "שאין מחזיקים במחלוקת" ביי מחלוקת איז נישט שייך צו זאגען "חזקה" {מחזיקים איז טייטש - "חזקה"} אפילו ווען יענער קריגט זיך מיט דיר שוין מערערע מאהל, דארף מען נאך אלס זיכען צו מאכען שלום.

חתם סופר
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ויקח קרח וגו'
רש"י זאגט אז וואס האט געברענגט קרח ער זאל קריגען אויף משה רבינו ווייל ער האט זיך מקנא געווען אויף דעם נשיאות פון אליצפן בן עוזיאל וואס משה האט אים געזעצט פאר א נשיא אויף די בני קהת האט קרח געזאגט דער טאטע יצהר מיט די ברידער זענען געווען פיר, עמרם יצהר חברון עוזיאל דער בכור עמרם האבן זיינע צוויי קינדער גענומען גרויסקייט משה די מלוכה און אהרן די כהונה, דער צווייטער זוהן פון קהת איז געווען יצהר וואלט דאך מיר געקומען דאס גרויסקייט ווייל איך בין דאך דער זוהן פון יצהר און ער האט געזעצעט פאר א נשיא אליצפן בן עוזיאל וואס ער איז דער אינגסטער זוהן פון קהת דערפאר וועל איך מיך קריגען אויף אים און מבטל זיין זיינע רייד, עס איז שווער פארוואס האט זיך קרח יעצט דערמאנט צו קריגען אויף משה רבינו אליצפן בן עוזיאל איז דאך שוין לאנג געווען דער נשיא פון קהת?
דער זוהר הקדוש זאגט אז וואס האט גורם געווען אז די מרגלים זאלען רעדען שלעכטס אויף ארץ ישראל ווייל זיי האבען געוויסט אז אין מדבר זענען זיי טאקע נשיאים אבער ווען מען וועט אריינקומען קיין ארץ ישראל וועט מען שטעלען אנדערע נשיאים דערפאר האבן זיי גערעדט אויף ארץ ישראל אז מען זאל בלייבען אין די מדבר וועלען זיי קענען בלייבען נשיאים, לויט דעם איז פארענפערט, אז פאר די גזירה פון די מרגלים אז מען בלייבט פערציג יאהר אין די מדבר האט קרח נישט געארט אז אליצפן איז דער נשיא ווייל מען וועט דאך תיכף אריינגיין קיין ארץ ישראל און דארט וועלען זיין אנדערער נשיאים האט ער געטראכט אז ער וועט דעמאלס זיין דער נשיא אבער יעצט נאך די מעשה פון די מרגלים וועט מען דאך שוין זיין פערציג יאהר אין די מדבר וועט דאך אליצפן זיין פערציג יאר נשיא דאס האט קרח שוין נישט געקענט פארגונען און ער האט געמאכט די מחלוקה.
(קדושת לוי –בנין אריאל)

בן יצהר בן קהת בן לוי: ולא הזכיר בן יעקב וכו' (רש"י)
יעקב אבינו'ס מידה איז געווען "אמת". אזוי ווי עס שטייט (מיכה ז-כ): "תתן אמת ליעקב". ווען קרח וואלט אריין געטראכט אז ער איז אן אייניקעל פון יעקב אבינו און ער וואלט געגאנגען אין זיין וועג פון אמת, וואלט ער נישט צוגעקומען צו מחלוקת. ווייל "אמת" ברענגט צו "שפלות" און "ענווה". "ולא הזכיר בן יעקב" קרח האט זיך נישט דערמאנט אז ער איז אן אייניקעל פון יעקב, און דאס האט איהם צוגעפיהרט צו מחלוקת.
(אגרא דכלה)

ודתן ואבירם. ומה ראה קרח וכו', נתקנא על נשיאותו של אלצפן (רש"י)
עס איז שווער, פארוואס האט קרח פונקט יעצט אנגעהויבען מקנא צו זיין אויף די נשיאות פון אלצפן, ער איז דאך שוין פון לאנג אויפגענומען געווארן אלס נשיא? נאר ווי לאנג עס איז נישט נגזר געווארן די גזירה פון חטא המרגלים, אז די יודן מוזן בלייבען אין מדבר 40 יאר, האט קרח נישט מקנא געווען. ווייל ער האט געוואוסט אז צו זיין א נשיא איז נאר פאר א קורצע צייט, ווייל באלד קומט מען שוין אריין קיין ארץ ישראל, וועט מען שוין נישט דארפן קיין נשיאים. אבער יעצט ווען דער אייבערשטער האט גוזר געווען די גזירה, און די נשיאים האבען געדארפט זיין א לענגערע צייט, דערפאר האט ער מקנא געווען.
(קדושת לוי)

בוקר ויודע ה' את אשר לו
אז מען ווייל וויסען ווער עס איז ערליך און נאנט צום אויבערשטען זעהט מען אינדערפרי פאר דעם דאווענען וואס דער מענטש טוט אויב מען זעהט אז אינדערפרי ווען מען איז נישט פארנומען מיט געשעפעטען זיצט ער און לערנט גמרא און אנדערע שיעורים איז א סימן אז ער איז נאנט צום באשעפער ער הייבט אהן דעם טאג ערליך באלד טראכט ער פון השם יתברך און גרייט זיך צו צום דאווענען ווי אזוי מען דארף בוקר, מיט דעם אינדערפרי ויודע השם את אשר לו ווייסט השי"ת ווער עס איז צום אים ביי וועמען איז דער עיקר עבודת השם יתברך.
(לפי הרה"ק ר' מיכל מזלאטשוב זצ"ל, והייטב לב)

בקר וידע ה' את אשר לו .
אינדערפרי וועט דער אויבערשטער מאכן וויסן ווער ס'איז צו אים, מ'דארף פארשטיין פארוואס פונקט צופרי און נישט יעצט? נאר ס'שטייט אז די מן האט מען צוזאם געקליבן אינדערפרי, און דורך די מן האט מען פונקטליך געקענט וויסן ווער ס'איז א ערליכער איד און ווער נישט חס ושלום, ווייל צדיקים האבן באקומען די מן ביים טיר פון געצעלט, און די בינונים האבן געדארפט ארויס גיין פון געצעלט קלויבן די מן, (בינונים מיינט נישט קיין רשעים אבער אויך נישט קיין צדיקים) און די רשעים האבן געדארפט גיין נאך ווייטער קלויבן דעם מן, און דאס האט משה רבינו זיי געזאגט בקר מארגן אינדערפרי וידע ה' וועט דער אויבערשטער מאכן וויסן דורך די מן את אשר לו ווער ס'איז צו אים, ווייל מ'וועט לעבן יעדן געצעלט זעהן ווי די מן איז.
(מהר"ם שיף)

בוקר ויודע ה' את אשר לו:
פארוואס האט משה רבינו געווארט ביז צופרי ?
מען קען דאס פארענטפערן, די גמרא זאגט אז איינער זעהט א תלמיד חכם האט חלילה עובר געווען אן עבירה בייטאג, זאל מען וויסן אז ער האט זיכער תשובה געטוהן. ווייל ביינאכט פאר'ן שלאפן ליינט ער ערליך קריאת שמע, און ער טראכט דורך אלע מעשים פון א גאנצן טאג און טוט תשובה אויף די נישט גוטע זאכן.
וועגן דעם האט משה רבינו געקלערט אזוי ווי קרח איז דאך א תלמיד חכם, וועט ער זיכער ביינאכט פאר'ן שלאפן, זיך בארעכענען אויף דעם וואס ער האט געטוהן, און וועט חרטה האבן.
אבער דער יצר הרע האט זיך איבער געקליגט און האט נישט געלאזט קרח גיין שלאפן, נאר ער איז ארום געגאנגען א גאנצע נאכט און געמאכט ליצנות פון משה רבינו, ממילא האט ער זיך נישט געלייגט שלאפן, האט ער אויך נישט געליינט קריאת שמע, וועגן דעם האט ער נישט תשובה געטוהן.
(מדרש פנחס - ר' פנסח'ל קאריץ'ער)

המעט מכם -ecuשתם גם כהונה.
עס איז שווער וואס א טענה איז דאס אז מען האט זיי געגעבען די לויה און איר ווילט אויך כהונה זיי קענען טענה'ן אז עס קומט אונז טאקע אויך כהונה נאר זיי האבען געטענה'ט אז כל העדה כולם קודשים און אלע זענען גלייך פארוואס טוט זיך אהרן גרויסען איבער זיי האט זיי משה רבינו צוריקגעזאגט איר זעהט דאך אליין אז השם יתברך האט אייך אויסגעקליבען פון אלע יודען כאטש עס זענען דא צוועלף שבטים האט מען אייך אויסגעקליבען און פארוואס פרעגט איר אויך נישט אליין פארוואס גרויסט איר אייך איבער די אנדערע שבטים נאר וואס דען השי"ת האט אייך געגרויסט איבער אלע יודען ווייל איר זענט חשובער און השי"ת האט אויך געגרויסט אהרן איבער איך ווייל אהרן איז חשובער.
( העץ הדעת טוב)

והיה האיש אשר יבחר בו ה' הוא הקדוש:
פרעגט רש"י: ולא טפשים היו שכך התרה בהם וקבלו עליהם לקרב? ענטפערט רש"י: הם חטאו על נפשותם.
לכאורה איז דער תירוץ זייער שווער צו פארשטיין, ווייל סוף כל סוף זענען געווען 250 מענטשן, און זיי האבן געוואוסט אז נאר איינער וועט בלייבן לעבן, און די איבריגע 249 וועלן שטארבן. ווי אזוי האט יעדער פון די 250 מענטשן געקלערט אז פונקט ער וועט בלייבן לעבן ?
נאר די גמרא זאגט "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות", א מענטש זונדיגט נישט נאר אויב עס איז אריין אין אים א טיפשות. ווייל נאכ'ן טוהן א קליינע עבירה ווערט דעם מענטש'נס שכל אוועק גענומען און דערנאך טוט ער שוין טיפשות'דיגע זאכן.
דאס ענטפערט רש"י - הם חטאו בנפשותם - זיי האבן געזינדיגט, דורך דעם האבן זיי פארלוירן זייער שכל, און אז מען האט נישט קיין שכל טראכט מען שוין נישט פון קיין סכנה. האבן זיי געטוהן טיפשות'דיגע זאכן.
(דברי יואל)


ובני ישראל נסו לקולם:
דאס ווארט "לקולם" טייטש צו זייער קול, לכאורה וואלט געדארפט שטיין "מקולם" וואס טייטש פון זייער קול ? ווייל די אידן זענען אנטלאפן פון די קול פון די מענטשן וואס זענען איינגעזינקן אין גיהנום?
נאר מיר ווייסן אז אידישע קינדער האבן בקבלה נאך פון יצחק אבינו, אז ווען מען איז ח"ו אין אן עת צרה דארף מען אנטלויפן צו השי"ת דורכ'ן קול קול יעקב, צו זאגן תהלים און בעטן פון השי"ת, דעמאלט ווערט מען גלייך געהאלפן.
דאס איז פשט אין פסוק, ווען די אידן האבן געזען די צרה , נסו זענען זיי אנטלאפן, לקולם צו זייער אלטן מיטל צו בעטן פון השי"ת דורך זייער קול.
(לב שמח – בשם חותנו מהר"ש מבעלזא)

לא חמור אחד מהם נשאתי:
משה רבינו האט מיט די ווערטער געוואלט מלמד זכות זיין אויף די אידישע קינדער. ווייל ווען א איד גיט געלט אדער ער טוט א טובה פאר א צדיק, וועט אים די הנאה גורם זיין אז ער זאל נישט אזוי שנעל זינדיגן.
האט משה רבינו זיך באקלאגט אז אויב וואלט ער גענומען פון זיי אן אייזל אדער אן אנדערע הנאה פון די אידן וואלט דער זכות בייגעשטאנען אז זיי זאלן נישט זינדיגן, אבער וויבאלד משה רבינו האט נישט געוואלט נעמען פון זיי גארנישט, האבן זיי נישט געהאט דעם זכות וואס זאל באשיצן אויף זיי. און עס איז ליידער געשען וואס איז געשען.
(נועם אלימלך)

לא חמור אחד נשאתי ולא הרעתי את אחד מהם
די גמרא זאגט (קידושין ז) אז כאטש ביי קידושין דארף דער מאן געבן פאר די פרוי און נישט די פרוי פאר דעם מאן אבער אויב א אדם חשוב באקומט א מתנה פון די אשה איז מיט די הנאה וואס די אשה האט אז דער אדם חשוב נעמט פון איר איז גלייך פונקט ווי זי האט באקומען פון אים און זי ווערט מקודש.
אויב אזוי קען מען דאך טראכטען אז משה רבנו האט שלעכטץ געטוהן פאר איינעם ווייל ער האט דאך נישט גענומען פון דעם מענטש האט ער דאך יענעם פארשעמט און פארשוועכט יענעמ'ס כבוד אבער אויב ער נעמט נישט פון קיינעם האט ער נישט פארשעמט קיינעם ווייל יעדער האט דאך געוויסט אז ער נעמט נישט פילט זיך קיינער נישט שלעכט אז מען נעמט נישט פון אים דאס זאגט דער פסוק - לא חמור אחד נשאתי - איך האב נישט פון קיינעם גענומען און פון דעסט וועגען - ולא הרעתי את אחד מהם - האב איך נישט קיינעם שלעכטץ געטוהן און וויי געטוהן ווייל יעדער האט געוויסט אז איך נעם נישט.
(חתם סופר)

אם כמות כל האדם... לא ה' שלחנו:
איז דאך זייער שווער, אויב דער אויבערשטער האט נישט געשיקט משה רבינו איז דאך קרח יא גערעכט און משה רבינו נישט, פארוואס קומט אים א שטראף אז ער זאל שטארבן ?
נאר פון דא לערענט מען ארויס, אז עס איז נישט קיין חילוק צו מען איז גערעכט אדער נישט, אויב קריגט מען זיך מיט א צדיק, קומט זיך א שטראף. ווייל מחלוקת איז איינע פון די ערגסטע זאכן וואס דער אויבערשטער האט פיינד.
(דברי חיים - צאנז)

תפתח הארץ את פיה ותבלע אותם:
פארוואס איז זיי געקומען דווקא אזא שווערע שטראף איינגעזינקען צו ווערן אין דער ערד ?
מען קען ענטפערין ווייל עס שטייט אין פסוק והאיש משה עניו מאוד מכל האדם אשר על פני האדמה, משה רבינו האט זיך געהאלטן קלענער פון יעדן מענטש וואס איז אויף דער ערד. ער האט זיך געהאלטן ממש ווי דער ערד אליין, גארנישט מער.
און קרח מיט זיינע מענטשן האבן גע'טענת אז משה רבינו האלט זיך גרויס אזוי ווי זיי האבן געזאגט ומדוע תתנשאו.
האט זיי דער אויבערשטער געוואלט ווייזן אז זיי זענען קלענער פון משה רבינו, און האט זיי געלייגט אונטער דער ערד, צו ווייזן אז זיי זענען קלענער פון משה רבינו.
(זר זהב)


ויקח קרח:
עס איז דא א מדרש פליאה: קרח האט זיך געטרויעט צו קריגן מיט משה רבינו, ווייל ער האט געזעהן די פרשה פון פרה אדומה.
דער אר"י הק' זי"ע זאגט: אז קרח איז געווען א הייליגער מענטש זיין כוונה ביי די מחלוקה איז געווען לשם שמים, אז די לוים זאלן ווערן די כהנים אזוי ווי עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, דער חסרון איז נאר געווען אז ער האט דאס געטוהן בעפאר די באשטומטע צייט.
פרעגט דער הייליגער רבי זי"ע, אויב ער איז טאקע געווען אזא גרויסע מענטש, פארוואס האט ער זיך געחבר'ט מיט דתן און אבירם וואס זיי זענען געווען באקאנטע רשעים ?
נאר קרח האט געטראכט, אז מען זעהט ביי דעם פרה אדומה אן אינטערעסאנטע זאך. ווען א טהור'ע מענטש רירט דאס אן ווערט ער דערפון טמא, און ווען מען שפריצט דאס אויף א טמא'נע מענטש ווערט ער טהור. זעהט מען דאך פון דעם אז פון א טמא'נע זאך קען ארויס קומען גוט'ס, אז מען ווערט ריין. דאס האט קרח געטראכט אז פון די רשעים דתן און אבירם קען ארויס קומען א גוטע זאך.
דאס קען זיין פשט אין מדרש ווייל קרח האט געזען ביים דין פון פרה אדומה אז פון שלעכטס קומט ארויס א גוטע זאך (אז א טמא'נער מענטש ווערט ריין), דאס זעלבע האט ער געקלערט אז פון שלעכטע מענטשן דתן און אבירם קען אויך ארויס קומען א גוטע זאך, וועגן דעם האט ער זיך מיט זיי גע'חבר'ט. אבער ער האט זיך טועה געווען, ווייל דווקא ביים פרה אדומה קען ארויס קומען א גוטע זאך, ווייל דארט האט דער אויבערשטער אזוי געהייסן. אבער ווען דער אויבערשטער הייסט נישט דארף מען זיך דערווייטערין פון שלעכטס ווי ווייט מען קען נאר.
(דברי יואל)
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

בליצן...

- א -
ויקח קרח.
פארוואס האט די תורה נאנט געשטעלט די מחלוקת קרח צו די "כ"ד מתנות כהונה", דיך צו זאגן אז דער וואס קריגט אויפן צדיק נישט נאר ער טוט אים נישט קיין שלעכטס, נאר ער גיבט אויך צו מתנות פון הימל און נאך מדריגות.
(מנחם ציון)
- ב -
ויקח קרח.
דאס וואס קרח איז דורכגעפאלן איז געווען ווייל "ויקח קרח", ער האט אליין גענומען די גרויסקייט, נישט ווארטענדיג אז דער אויבערשטער זאל עס אים געבן.
(הרה"ק ר' שמחה בונם מפלשיסחא ז"ל)
- ג -
לקח את עצמו לצד אחד (לשון רש"י)
די מחלוקת פון קרח איז געווען אן "איינזייטיגע" מחלוקה, ווייל קרח מיט זיינע נאכשלעפלערס האבן געשאטן פלעך און שוועבל אויף משה רבינו, אבער משה רבינו און זיינע אנהענגער, האבן בכלל נישט געענטפערט. דאס מיינט רש"י, "לצד אחד".
(צבי לצדיק)
- ד -
ולא הזכיר בן יעקב (רש"י)
מ'קען מרמז זיין אין רש"י'ס ווערטער, ולא הזכיר בן יעקב, קרח האט נישט געדענקט אז ער שטאמט פון יעקב. וואלט ער געדענקט אז ער שטאמט פון יעקב, וואס די מדה פון יעקב איז אמת, (תתן אמת ליעקב) וואלט ער געזען אז ער איז נישט ראוי צו די שטעלע וואו ער האט געצילט אנצוקומען, און די גאנצע מחלוקה וואלט נישט ארויסגעקומען.
(אגרא דכלה)
- ה -
כי כל העדה כולם קדושים
קרח האט גע'טענה'ט אז יעדער איז ערליך און פיין, ער האט אבער פארגעסן אז דאס קומט פון דעם, ווייל מ'דרייט זיך נעבען אזא הייליגען משה רבינו...
(חי' הרי"ם)
- ו -
בוקר ויודע ה' את אשר לו
"בוקר" איז דאס זעלבע לשון פון "ביקור", זוכען. דאס איז דער פלסוק מרמז, "בוקר", א מענטש דארף נאר זוכען דעם אמת, און פלרובירן צו זיין ערליך, ויודע ה' את אשר לו, דער אויבערשטער וועט אים שוין אנטפללעקן דעם ריכטיגען וועג.
(הרה"ק ר' משה צבי מסאווראן ז"ל)

- ז -
בוקר ויודע ה' את אשר לו
גלייך ווען א איד שטייט אויף צופרי דארף ער אכטונג געבן אז די ערשטע מחשבה זאל זיין א הייליגע און אן ערליכע. דאס זאגט דער פלסוק, בוקר גלייך צופרי, ויודע ה', זאל ער טראכטען פונעם דרך ה'.
(תפארת שלמה - ראדאמסק)
- ח -
אשר יבחר בו
דער וועג וואס א מענטש וועלט זיך אויס, סיי צו גוטן און סיי צו שלעכטן ר"ל, יקריב אליו, דאס טוט מען אים דערנענטערן, ווי חז"ל זאגען, בדרך שאדם רוצה לילך מוליכין אותו.

(אור פני משה)
- ט -
שמעו נא בני לוי
משה רבינו האט זיי דערמיט געוואלט מרמז זיין, אז זייער הצלחה קען נאר דאן צושטאנד קומען ווען זיי וועלן וויסען אז זיי האבן נישט קיין שום אייגענע זכותים, זייער זכות באשטייט נאר דערפון אז זיי זענען "בני לוי".
(מעגלי צדק)
- י -
האם תמנו לגוע
...הרה"ק מאפלטא זי"ע איז אמאל געקומען צו הרה"ק ר"ר ברוך ממעזבוז ז"ל, האט אים ר"ר ברוך געפרעגט צי ער איז שוין אנגעקומען צום ריכטיגען שלימות? דערויף האט אים דער אפלטער רב ז"ל געענטפערט, ח"ו, "האם תמנו", דער וואס האט שוין געענדיגט מיט זיין ארבעט אויף די וועלט, "לגוע", דער קען שוין גיין פון די וועלט, ווייל ער האט שוין נישט וואס צו זוכען אויף די וועלט ווייל ער האט שוין געענדיגט.
(כתבי רמ"מ, ליקוטים, אות ס')
- יא -
לא חמור אחד מהם נשאתי
משה רבינו האט זיך אפלגערעדט, כ'בין נאך נישט אנגעקומען אויסצוארבעטן זייער חומריות, דעריבער מאכען זיי אן אזעלכע גרויסע מחלוקת.
(נועם אלימלך)
- יב -
ותכס עליהם הארץ ויאבדו מתוך הקהל
דורך דעם וואס קרח ועדתו זענען איינגעזינקען געווארן אין די ערד, האבן זיי אויך מיט זיך מיטגענומע אלע זייערע דעות כוזבות, און ס'איז נישט פארבליבן א זכר דערפון, און יעדער האט זיך, ווי פריער, ווייטער מכניע געווען אונטער משה רבינו.
(דברי יואל)
- יג -
פלרשה זו יפה נדרשת במדרש רבי תנחומא (רש"י)
דורך דעם וואס מ'לערנט זיך אפל א מוסר השכל פון די געשיכטע פון קרח, און מ'איז זיך מקבל נישט צו גיין אין דעם וועג, איז דאס א טרייסט פאר קרח, ווייל ער האט א תיקון דורך דעם. דאס מיינט רש"י, פלרשה זו יפה נדרשת, ווען מ'דרש'נט די פלרשה, "רבי תנחומא" האט קרח א "תנחומין" דערפון.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

פרפראות

א. "ויקח קרח", ה"חתם סופר" אומר, ששמו של קרח הוא כשמו של בנו של עשו "אלוף קרח", וזה גרם לו שייכשל.
(חתם סופר)
ב. רש"י אומר, "פרשה זו יפה נדרשת", יש אומרים, שפרשה זו של קרח אפשר לדרוש בה בכל ימות-השנה, שבכל השנה יש מחלוקות. וכן אומרים "ובני קרח לא מתו" – המחלוקת, לא מת.
ג. למה נקרא שמו "קרח", שנעשה קרחה בישראל בגללו, שנהרגו י"ד אלפים מישראל.
(סנהדרין ק"ט)
ד. למה נקרא שמו "דתן", שעבר על דת ה', "אבירם", שאיבר עצמו מעשות תשובה – "איבר" מלשון "אבירי לב", פי' שהקשה לבו מלעשות תשובה.
(שם)
ה. און בן פלת – למה נקרא שמו "און", שישב באנינות על שהתחיל בעבירה. "בני ראובן" – בן שראה והבין.
(שם)
ו. "ויקח קרח", כבוד, אין לוקחים לבד, אלא אחרים צריכים לכבד, ומפני שקרח רצה לקחת הכבוד לפני הזמן, לפיכך מת לפני זמנו.
(מעינה של תורה)
ז. און בן פלת, אשתו הצילתו, אמרה לו, למה אתה מתערב במחלוקת – או שמשה יהיה המנהיג, או קרח, אך אתה לא תקבל שום מינוי.
(סנהדרין)
ח. רש"י אומר, "קרח שפיקח היה, מה ראה לשטות זה", אומרים, שחנה ביקשה שיהיה לה בן, לא כמו הסבא - לא חכם, ולא טיפש, כי לא צריך להיות חכם יותר-מדאי.
ט. כמו שיש כהן-גדול בעם-ישראל, כך היה צריך להיות לוי-גדול, ומינוי זה היה מיועד עבור קרח, ובגלל המחלוקת הפסיד לישראל את הדבר הזה.
י. האר"י הקדוש היה אומר, שלעתיד לבא יהיה לו תיקון לקרח, שנאמר "צדיק כתמר יפרח" - ס"ת קרח.
יא. החוזה הקדוש מלובלין היה מצאצאיו של קרח, ואמר, שהסבא לא ידע שאפשר לעבוד את ה' מאחורי התנור, בדיוק כמו הכהן-גדול בקודש-הקדשים.
יב. יעקב ביקש "ובקהלם אל תחד כבודי" פי' שלא ייזכר שמו במחלוקת של קרח. יש מפרשים, שרצה להקל על ענשו של קרח, שלא ייטענו עליו שהוא נכד של יעקב אבינו – ואיך עשה הדבר הזה, לכן ביקש יעקב שלא ייטענו הטענה הזאת, ולא יזכירו את שמו.
יג. בגלל שאמר ראובן ליעקב, "את שני בני תמית וכו'", לכן יצאו ממנו דתן ואבירם, ומתו. שצדיק קללתו מתקיימת אפילו שאומרו על-תנאי.
(בעל הטורים פר' מקץ)
יד. כתוב בפרקי-אבות, "כל מחלוקת שאינה לשם-שמים, זו מחלוקת קרח ועדתו". שואלים, למה כתוב "קרח ועדתו", - ולא "קרח ומשה", ומתרצים, שמשה בכלל לא השתתף במחלוקת, אלא אמר לקרח, מצידי, קח את הכל, אך הקב"ה אינו מסכים לכך.
ויש מפרשים, "מחלוקת קרח ועדתו" שאכן היה גם מחלוקת בין קרח לעדתו.

עשרים וארבע מתנות- כהונה
עשר במקדש חטאת בהמה, חטאת העוף, אשם וודאי, אשם תלוי, זבחי שלמי ציבור, לוג שמן של מצורע, שתי הלחם, לחם הפנים, שיירי מנחות, מותר העומר.
ארבע בירושלים בכור בהמה טהורה, ביכורים, המורם מתודה ואיל נזיר, עורות קדשים.
עשר בגבולין תרומה גדולה, תרומת מעשר, חלה, ראשית הגז, זרוע לחיים והקיבה מבהמת חולין, פדיון הבן, פדיון פטר חמור, שדה חרמים, שדה אחוזה, גזל הגר.
טו. ר' יוחנן אומר, קרח לא מהבלועים היה, ולא מן השרופים, אלא היה חי כדי שיראה בענשם, ואח"כ מת במגיפה. ובברייתא כתוב, שקרח היה גם מן הבלועים, וגם מן הנשרפין.
(סנהדרין ק"י)
טז. קרח התקנא על נשיאותו של אלצפן בן עוזיאל, שבני קהת לפי הסדר היו: עמרם, יצהר, חברון, ועוזיאל. בני עמרם – משה ואהרן, קיבלו את תפקידיהם החשובים, וטען קרח, שלאחר-מכן מגיע לו את הנשיאות, שהוא היה בנו של יצהר – השני לבני קהת, ולא מגיע לאלצפן, שהוא בנו של עוזיאל – הרביעי לבני קהת.
יז. ר' שלום שבדרון זצ"ל, היה אומר בשם רבו, ושואל, ה' ציוה לעשות ריקועי פחים, ואות מהמטה והשקדים, ואח"כ כתוב "ותכל תלונות בני-ישראל", אם-כן היה צריך משה לעשות את כל הדברים האלה בתחילת המחלוקת – קודם שנענש קרח, ואולי לא היו נענשין בבליעה ובשריפה. וכן, אצל אליהו הנביא בהר-הכרמל, שעשה את המעשה של שני הפרים וירד אש מן השמים וכו', למה לא עשה זאת קודם שהיה רעב שלש שנים, ומתרץ, אחרי שהיו הבלועין והנשרפין, ואחרי שהיה הרעב ג' שנים, והצטערו הרבה, רק אז עזר הענין של המטה והפרים.
יח. בלועי קרח צועקים "משה אמת ותורתו אמת, והן בלחדטאהין". מסביר ה"אור החמה", שלא כתוב "ואנחנו בדאין" – אפי' בתוך הגיהנם היה בהם הענין של "תולה קללתו באחרים".
יט. "ויקם משה וילך אל דתן ואבירם", מכאן, שאין מחזיקין במחלוקת. "ולא יהיה כקרח ועדתו", אמר רב, כל המחזיק במחלוקת, עובר בלאו, שנאמר "ולא יהיה כקרח ועדתו". ר' אשי אומר, ראוי להצטרע.
(סנהדרין ק"י)
כ. כתוב בקהלת, "עושר שמור לבעליו לרעתו", אמרו חז"ל, זה קרח. ג' אוצרות הטמין יוסף במצרים, אחת נתגלה לקרח, ואחת לאנטונינוס, ואחת גנוזה לצדיקים לעתיד –לבא. 300 פרדות לבנות היו צריכים כדי לשאת את המפתחות והמנעולים של האוצרות של קרח, והמפתחות והמנעולים היו עשויים מעור, ואפי' שהם קלים, בכל-זאת היו צריכים שלש מאות פרדות כדי לשאתם.
(סנהדרין קי"א)
כא. "חכמת נשים בנתה ביתה" – זו אשתו של און בן פלת. "ואאהוזלזת ביתה יהרסנה" – זו אשתו של קרח, אמרה לו, משה לקח לעצמו מלכות, ולאחיו נתן כהונה-גדולה, וצריך לתת לו תרומות, ואמר לכל השבט להתגלח. אמר לה קרח, הרי גם משה גילח את-עצמו, אמרה לו, זהו כמו שנאמר "תמות נפשי עם פלשתים" – כדאי לו לגלח את-עצמו, העיקר שכולם ייגלחו.
(סנהדרין שם)
כב. ישמעאלי אחד הראה לרבה בר בר חנה את המקום במדבר ששם נבלעו עדת-קרח, וראה עשן יוצא משם, לקח צמר והרטיבה במים ושם בתוך הסדק, ונחרך, הטה אזנו אל הקרקע ושמע שהם אומרים "משה אמת ותורתו אמת, והן בדאין", ואמר לו, שכל ר"ח הם צועקין כך.(חז"ל). מהו הענין של ר"ח, יש מסבירים, שהרי הסנהדרין הן קובעין את קידוש-החודש, והם כפרו במשה ואהרן, ועכשיו הם מודים לחכמים את מה שהם קובעין, שזה אמת.
כג. כתוב בתורה, שמטה אהרן פרח שקדים, אומר רש"י, כשם ששקדים גודלים מהר, כך העונש למי שחולק על הכהונה, יהיה מהר.
כד. יש אומרים, בשקדים יש שני מינים, יש שבתחילה הם מרים, ובסוף הם מתוקים, ויש להיפך, שבתחילה הם מתוקים, ולבסוף הם מרים, זהו רמז על מחלוקת ושלום – המחלוקת, בתחילה זה מתוק, אך בסוף זה רע ומר. והשלום, בתחילה קשה לוותר ולסלוח, אך בסוף הוא מתוק מאוד.
(מספר "תורת הפרשה")
כה. למה כתוב פרשת כ"ד מתנות-כהונה בפר' קרח, בגלל שהוא חלק על הכהונה, לכן כתבו בפרשה את כ"ד מתנות-כהונה.
כו. אל ה"אור שמח" באו שני אנשים להתדיין על שטח של קרקע, כל אחד טען את טענותיו שהשטח שייך לו, שאל אותם, היכן העדים, היכן השטר, ואמרו לו, שאין להם עדים או שטר, אמר להם שיעשו פשרה ביניהם, אך לא הסכימו גם לזה, אמר להם שיבואו עמו אל הקרקע, והטה ה"אור שמח" את אזנו והאזין לקרקע, ולחש כמה מילים, שאלהו, מה האזנת לקרקע, ומה לחשת לו, אמר להם, אמרתי לקרקע, שניהם טוענים שאתה שייך להם, ומה אתה אומר, ואמר לי הקרקע, אני אומר ששניהם שייכים לי, שהרי סוף האדם למות, והם הבינו את הרמז, והתפייסו. וגם קרח, אם היה מתבונן שסוף האדם למות, אז לא היה חולק על משה, ולכן נענש שנבלע באדמה.
(תורת הפרשה)
כז. בתרומה, חיטה אחת פוטרת את כל הכרי, אבל חכמים נתנו שיעור, עין יפה – אחד מארבעים, עין בינונית – אחד מחמישים, עין רעה – אחד משישים. ובהפרשת חלה, אם הוא נחתום – אחד מארבעים ושמונה, ואם הוא אופה לביתו – אחד מעשרים וארבעה. ובזמנינו, שכולם טמאים ושורפים את החלה, כתוב ברמ"א-ביו"ד הלכות חלה: המנהג להוריד כזית, ולשורפם.
כח. העבודה בבית-המקדש היה נחלק לכ"ד משמרות-כהונה, כל משמר נתחלק לז' בתי-אב, ולפי-זה יוצא, שכל כהן עבד ב' ימים בשנה, ואחד-עשר שבטים (ללא שבט לוי) נתנו כ"ד מתנות כהונה לשבט לוי, וזהו שכר עבודתם, כמו שנאמר "כי שכר הוא חלף עבודתכם" – ראו, כמה חשובה העבודה בבית-המקדש.
כט. הרב שאל את תלמידיו, באיזה גיל היה קרח בעת המחלוקת. וענו התלמידים, שחז"ל אומרים, שקרח היה מנושאי הארון, ומזה אנו יודעים שהוא היה לא יותר מבן-חמישים, ולא פחות מבן-שלושים.
ל. יאשיהו גנז את מטה אהרן עם הפרחים והשקדים. קשה, והרי כאשר גודל הפרי, נופל הפרח, אלא כאן היה שונה מתמיד, שנשארו הפרחים אע"פ שכבר גדל הפרי.
(מפרשים)
לא. כתוב "ויראו ויקח איש מטהו", אומרים המפרשים, למה צריך לפרט שהוציאו את מטותם, אלא, לומר לך, שכל נשיא כאשר הוציא את מטהו, היה מכריז ואומר, לא בי בחר ה'.
לב. תוס' בקידושין דף ל"א, בשם המדרש: "מזמור לאסף למה באו גויים בנחלתך וכו'" קשה למה לא נאמר קינה לאסף, אלא, משל לשפחה שהלכה לשאוב מים, ונפל כדה לתוך הבאר, והיתה מצטערת ובוכה, ואח"כ באה אל הבאר השפחה של המלך וכד של זהב בידה, וגם הכד שלה נפל לבאר, התחילה השפחה לשמוח, ואמרה, עכשיו הרי יוציאו את כד הזהב של המלך, ואז יוציאו גם את הכד שלי. וזהו שאמר אסף, כתוב, "טבעו בארץ שעריה" ואז, כאשר יוציאו את השערים, גם יוציאו את קרח ועדתו.
לג. כתוב אצל חנה "מוריד שאול ויעל", אמרו חז"ל, שביקשה חנה על קרח ועדתו, שיעלו מן האדמה.
לד. אומרים בשם האדמו"ר מסטמאר זצ"ל, שהיה שואל, הרי עם קרח היו 250 ראשי סנהדרין, ויש אומרים שהיה ביניהם גם נחשון בן עמינדב, אז לא פלא שהיו יכולים לטעות, אחרי שהיו ביניהם אנשים גדולים וצדיקים. ומתרץ, שהרי דתן ואבירם, כולם ידעו שרשעים הם, ואם הם בצד זה, היו כולם צריכים לדעת שצד זה איננו טוב ונכון.
לה. שואל רבי יוסף חיים זוננפלד זצ"ל, למה לא מתו דתן ואבירם בשלשת ימי אפילה עם כל הרשעים, ומתרץ, שאפילו שהיו רשעים, מכל-מקום היה להם חביבות ארץ-ישראל, שאנו רואים שבתוך המחלוקת אמרו למשה "אף כי לא הביאותנו אל ארץ זבת חלב ודבש", משמע מכאן, שאם היה משה מביאם אל ארץ-ישראל, לא היה להם טענות
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סיפורים

ויקח קרח
דער "ייטב לב" האט דערציילט, אז ער האט אליין געהערט פון זיין זיידען דער "ישמח משה" ווען ער האט געזאגט אז ער קומט שוין איצט אראפל אויף די וועלט דאס דריטע מאל. דאס ערשטע מאל איז ער געווען אינעם דור המדבר, זאגענדיג אז ער געדענקט נאך דאס געצעלט אין וועלכן זיי האבן געוואוינט זייענדיג אין מדבר. דערביי האט ער דערציילט אז ביי די מחלוקת פון קרח האבן די אלע שיינע אידן, די ראשי סנהדראות, מיטגעהאלטען מיט קרח, נאר דער געווענליכער המון עם האט מיטגעהאלטן מיט משה רבינו. האט אים דער "ייטב לב" געפרעגט מיט וועלכען צד ער האט געהאלטן? האט דער ישמח משה געענטפערט, איך בין געשטאנען אין א זייט און זיך נישט אריינגעמישט אין קיין שום צד. אויף די פראגע פונעם ייטב לב פארוואס ער האט נישט מיטגעהאלטן מיט משה רבינו, האט ער אים געענטפערט, האסט נישט געקענט דעם קרח'ן. ווען דו וואלסט געקענט דעם קרח, וואלסטו אזא שאלה נישט געפרעגט...
* * *

ויקח קרח
אין "החכמה מאין" (אות ס') ווערט געברענגט אז דער ר' איציקל סטוטשינער ז"ל האט אמאל דערציילט אז דער "קאזשניצער מגיד" ז"ל האט זיך אמאל אויסגעדרוקט, כ'קען נישט זאגען א גוט ווארט אויף קרח ווייל ער האט דאך מצער געווען משה רבינו, אבער איך קען אויך נישט זאגען שלעכטס אויף אים ווייל ער איז דאך געווען דער זיידע פונעם רבי'ן פון לובלין זי"ע. מערקווירדיג אז אין ספר "עבודת ישראל" פונעם קאזשניצער מגיד ז"ל איז נישטא קיין חידושי תורה אויף פ' קרח...
* * *

רב לכם בני לוי
הרה"ק ר' יעקב יצחק מבלענדוב ז"ל האט דערציילט, אז ער איז געווען ביי הרה"ק ר"ר משה לעלוב'ער זי"ע, אויף שב"ק פלרשת קרח, וואו ער האט א גאנץ שבת נישט געהערט קיין חידושי תורה, נאר דער צדיק האט כסדר נאכאנאנד געזאגט ביי אלע סעודות: צו קלוג טאר מען נישט זיין...
* * *

ותפתח הארץ את פליה
די גמ' דערציילט (ב"ב ע"ד), רבה בר בר חנה האט געהערט דעם געשריי ווי קרח, דתן ואבירם שרייען, משה אמת ותורתו אמת והן בדאין, האט געזאגט דערויף דער גאון ר' אייזיל חריף ז"ל, פון דא זעען מיר אז די רשעים האבן נישט חרטה אויף זייערע שלעכטע מעשים אפילו אין גיהנום, ווייל זיי מיינען זיך אויסצודרוקען מיט זייער געשריי, משה אמת ותורתו אמת, והן, און זיי די קינדער פון קרח, בדאין, זענען בלאפערס מיט דעם געשריי, און זייער געשריי איז נישט אמת...
* * *

אשר אבחר בו מטהו יפרח (יז, נ)
א איד ווערט קיינמאל נישט פארפאלן

דער הייליגער רבי יצחק נעשכיזער זצ"ל האט אמאל באזוכט אין די שטאט וולאדאווקא. פארנאכטס, ווען ער איז געווען ארומגענומען מיט עטליכע מקורבים, האט ער גענומען דערציילן ווי פאלגענד:
די מעשה האט פאסירט אין די שטאט אפטא. עס האט דארט געוואוינט א יונגערמאן א תלמיד חכם און בעל כשרונות, וועלכער האט געמוזט פארלאזן דאס לערנען און גיין האנדלען כדי צו ברענגען פרנסה. פלעגט ער ארומגיין אין די הייזער פון די פריצים, קויפן תבואה און דערפאר אנגעטראגן פארשידענע סחורות. און זייענדיג אן ארנטליכער מענטש, האט ער זיך איינגעקויפט נאמנות ביי די פריצנים און איז געווארן מיט זיי שטארק באפריינדעט.
די פריינטשאפט האט אבער געברענגט אויף אים אן אומגליק. צווישן די פריצים איז געווען איינער וואס האט געהאט א בת יחידה, און ער האט אים פירגעשלאגן ער זאל זי נעמען פאר א פרוי, און דערנאך וועט ער ירש'ענען זיין גאנצע פארמעגן. דער יונגערמאן האט נישט געקענט ביישטיין דעם גרויסן נסיון, און האט אנגענומען דעם פארשלאג. דורך דעם שרעקליכן שריט האט ער גענצליך פארלאזט דעם אידישן וועג, און האט זיך מיט די צייט גע'שמד'ט רח"ל. "רבי" - האט אים איינער פון זיי איבערגעהאקט "נישט ווייט פון דא האט אויך פאסירט אן ענליכע פאסירונג"...
די אנוועזנדע האבן אים אפגעשטילט און דער צדיק האט פארגעזעצט זיין דערציילונג:
שטעלט אייך פאר, א איד דערזעט זיך פלוצים געפאנגען אין די הענט פון די סטרא אחרא. נישט קיין תפילה, נישט קיין תפילין, נישט קיין שבת און נישט קיין יום טוב. נישט קיין ראש השנה און נישט קיין יום כיפור... נישט איינמאל האט ער געהאט הרהורי תשובה און האט זיך געוואלט אומקערן צום אידישן וועג, אבער די טירן פאר אים זענען געווען פארשלאסן. ווייל לויט די געזעצן אין יענע צייטן איז נישט געווען ערלויבט פאר א מומר ער זאל צוריק טוישן זיין רעליגיע. און אויך די וועלכע האבן אים געהאלפן דערצו האבן באקומען שווערע שטראפן. דאך האט ער עטליכע מאל פרובירט, אבער זיין פרוי די מרשעת האט אים שטארק נאכגעקוקט, און ווען זי האט דערזען אז ער האט עפעס א קשר צו אידן, פלעגט זי זיי פאר'מסר'ן פאר די רעגירונג, און זיי האבן געליטן גרויסע צרות.
דער אפטער רב איז געווען א גרויסער גאון און צדיק. איין נאכט ווען ער איז געזעסן און געלערנט, האט ער געהערט קלאפן אויף זיין טיר. ער גייט צו און עפנט די טיר, און צו זיין איבערראשונג האט ער דערזען פאר זיך דעם מומר וועלכער ברעכט אויס אין א געוויין און שרייט: "רבי, איך ווייל תשובה טאן, און זיך אומקערן צו אידישקייט"...
דער רב, וועלכער האט געוואוסט אז אסאך אידן האבן שוין טייער באצאלט פאר'ן פרובירן אים צו העלפן, האט ער אים אפילו נישט געוואלט אויסהערן און האט גלייך פארקלאפט די טיר פאר זיין נאז. אבער דער מומר האט נישט מוותר געווען. יעדע נאכט, ווען ביי אים אין פאלאץ איז שוין יעדער געשלאפן, איז ער געקומען צום רב און געוויינט ביטערלעך אז ער זיל אים העלפן. אבער דער רב האט בשום אופן נישט געוואלט רעדן צו אים.
איין נאכט האט דער רב פארלוירן זיין געדולד, און איז ארויס צו אים מיט זיין שטעקן, ער האט מיט איינמאל געעפנט די טיר און געשריגן צו אים: "גיי אוועק פון דא, אויב נישט וועל איך דיך באקלאפן מיט דעם שטעקן". דער מומר איז געבליבן דירט שטיין ווייס ווי די וואנט, און האט זיך נישט גערירט פון ארט. און דער רב האט צוגעגעבן: "ווען אויף דעם שטעקן וועט וואקסן קיין פירות, וועסטו קענען תשובה טוען" דער מומר האט זיך אויסגעדרייט און געטראכט צו זיך אז מער וועט ער שוין נישט קומען. דער רב דרייט זיך אויך אויס און וויל אריין אין שטוב, אבער פלוצים ווערט ער איבערראשט זעענדיג ווי אויפ'ן שטעקן האבן אויסגעשפריצט גרינע בלעטער און עס האט זיך אויך באוויזן דארט א פרי.
"קום צוריק!" שרייט דער רב צום מומר, נישט קענענדיג זיך בארואיגן פון דעם גרויסן וואונדער וויס ס'האט פאסירט. דער רב האט זיך אוועקגעזעצט מיט אים און האט אים אנגעהויבן צו לערנען דרכי תשובה. מ'קען זיך פארשטעלן וויאווי דער מומר האט אויסגעזען נאך אזא נאכט. זיין נשמה האט זיך גערייניגט, און ער האט זוכה געווען צו טון א תשובה שלימה.
צופרי ווען ער איז ארויס פון רב'ס הויז, און האט זיך געוואנדן צו זיין פאלאץ, האט ער פון דערווייטנס דערזען ווי גרויסע פלאמען פייער גייען ארויס פון זיין פאלאץ. אלעס וואס האט זיך דארט געפונען האט זיך פארברענט. ער האט איצט שוין געקענט עפענען א נייע בלעטל...
דער רבי האט פארענדיגט רי מעשה, און האט אויסגעפירט: "אין אמאליגע אידן האט מען געקענט באווייזן אזעלכע וואונדער, אבער היינט, קען דאס דען פאסירן?"
דער הייליגער נעשכיזער איז געבליבן שטיין א וויילע, און דערנאך צוגעגעבן: "און אפשר דאך? א גוטע נאכט"... צומארגנס האט מען זיך דערוואוסט אז יענע נאכט איז פארברענט געווארן א גרויסע פאלאץ נישט ווייט פון שטאט, און דער אייגנטומער, וועלכער איז געווען א איד וואס האט זיך ל"ע גע'שמד'ט, איז נישט געווען אינעווייניג, ווייל ער איז פונקט געווען ביים יריד. דער איד איז מער נישט צוריקגעקומען, ווייל ער האט זיך אומגעקערט צום אידישן וועג
* * *
די שערי תשובה ווערן קיינמאל נישט פארשלאסן. אויך היינט, ווען מ'הערט אפשר נישט אזעלכע וואונדער, זעט מען דאך אידן וואס זענען שוין געווען פארזונקען אין מ"ט שערי טומאה, און פלוצים קערן זיי זיך צוריק. זיי באקומען עפעס א הארה פון הימל, זייער נשמה דערהערט דעם רוף "שובו בנים שובבים", ידער דעם קול "אוי להם לבריות מעלבונה של תורה". אמאל דורך א טעיפ וואס ווערט "פערצופאל" פארוואנדלט אין זייערע הענט. אמאל הערן זיי א דרשה וואס רירט אן דעם פינטעלע איד וואס ווערט קיינמאל נישט פארלאשן. אמאל זייענדיג אין אן עת צרה ה"י מאכן זיי א חשבון הנפש. אמאל דורך באקומען א ברכה פון אן ערליכן איד. אמאל פארארבעטן מעשים די טאטעס און זיידעס וואס זענען שוין אויפן אמת'דיגן וועלט, ועוד. אזוי וועקן זיך אויף אינערליכע סטרונעס פון זייער הארץ וואס בארירט זיי און אזוי קערן זיי זיך צוריק צום שורש. א איד דארף וויסן אז צו ווערן א בעל תשובה מוז מען נישט האבן געווען א בעל עבירה. יעדער מענטש אין זיין מעמד און מצב האט אויף וואס תשובה צו טון, און זיך הייבן און שטייגן אין העכערע מדריגות פון וועלכע ער האט יפגעלעבט זיינע יארן ביז איצט. נצח ישראל לא ישקר!
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

יעלה ויבא.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

ממש א נחת אריינצוקומען אין דעם אשכול, אפשר פרינט מען עס ארויס אין מען טיילט דאס אין די בתי מדרשים...
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע:אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

עפל קאמפאוט האט געשריבן: ממש א נחת אריינצוקומען אין דעם אשכול, אפשר פרינט מען עס ארויס אין מען טיילט דאס אין די בתי מדרשים...
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

גבאי ביהמד האט געשריבן: יעלה ויבא.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

איך זיך נאך מעשיות בשייכות מיט עניני מוסר פון פרשת קרח
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע:קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

קרעמער האט געשריבן:
גבאי ביהמד האט געשריבן: יעלה ויבא.


נעבעך, דאס רשעות פון דתן, ער שרייט די וואך: לא נעלה! אזויפיל נישט צו פארגינען אז דער אשכול זאל זיין אויבן..
בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשמים »

יגרסהדותא האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
גבאי ביהמד האט געשריבן: יעלה ויבא.


נעבעך, דאס רשעות פון דתן, ער שרייט די וואך: לא נעלה! אזויפיל נישט צו פארגינען אז דער אשכול זאל זיין אויבן..
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע:נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

עפל קאמפאוט האט געשריבן: ממש א נחת אריינצוקומען אין דעם אשכול, אפשר פרינט מען עס ארויס אין מען טיילט דאס אין די בתי מדרשים...
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

געשמאקער האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן: ממש א נחת אריינצוקומען אין דעם אשכול, אפשר פרינט מען עס ארויס אין מען טיילט דאס אין די בתי מדרשים...

נישט דא גענוג שמות אויף די פלאר פון יעדע בית המדרש? לאז דעם עולם שיין ליינען דא אויפן וועלטל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
על פי פשטות
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2023 12:47 am
לאקאציע:ביי די הויכע פענסטערס

Re: לקוטים וענינים בפרשת קרח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך על פי פשטות »

וואו!!! הערליך!!! כ'זאגן דעם אמת, כ'בין נישטא סתם ארויפצוברענגען די קרח אשכולות, נאר כ'דארף פירן דיע וואכן סעודות פאר בחורים, און ממש כ'באלעק מיר דא!!!
"א חיזוק'ל - אנצוגיין פיזוק'ל"
"יעדע מענטש'ל - האט פאטענטשל!!!"
נוצן גוט דעם ווירטואלן פענסל - קען טוישן יענעם'ס עקזיסטענץ'ל!
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”