עגיפטן: קבר פון קליאופטרא מעגליך געפונען געווארן
לויט א ווארטזאגער פון די ארכעאלאגישע גרופע אין מצרים "עגיפטישע קאנסול פון אנטיקן" איז ווארשיינליך אויך געפונען געווארן די קבר פון דעם רוימישן גענאראל 'מארק אנטאני' Marcus Antonius וואס איז אנגענומען אז ער האט געפירט מלחמות כבדות לכבודה פון קליאופטרא מלכתא.
די יאר פון איר טויט איז אנגענומען אלס 30 BC דאס מיינט 2039 יאר צוריק בזמן התנאים אין די לעצטערע יארן פון בית שני וואס איז געשטאנען 420 יאר ביז 70 למספרם.
זי ווערט באצייכענט אלס די סאמע לעצטע פרעה און מיט איר טויט האט זיך אפגעשלאסן די פרעה-עפאכע אינאיינעם מיט די שטארקע עגיפטישע הערשאפט, און ס'האט זיך אנגעהויבן די רוימישע אימפעריע וואס האט קורץ דערנאך חרוב געמאכט ירושלים מיטן בית שני דורכן קעניג טיטוס הרשע.
אלעס אינאיינעם זענען געפונען געווארן 27 מערות וואס מען גלויבט אז עס ליגן דארטן מומיס פון הויכע אדעל לייט פון מצרים, עטליכע דערפון באגילדעט. ווי אויך זענען געפונען געווארן מארמוירנע אויסשניצונגען פון קליאופטרא און אנדערע, א זאך וואס איז געווען שטארק אננעמבאר אין די פרעה'אישע עפאכע.
עטליכע צוואנציג מטבעות מיט די געשטאלט פון קליאופטרא זענען אויך געפונען געווארן.
אין די גויאישע וועלט איז דער שטיק היסטאריע שטארק באוויסט דורך א פילם וואס האט איבערגעשפילט דעם עפיזאד אין 1963. הגם איך ווייס נאכנישט א מקור אויף די אנגענומענע חלק פון מארק אנטאני בשייכות מיט קליאופטרא.