יונה כהן האט געשריבן: אבער דער חתם סופר אליין האלט אז דער ר"ת זמן איז ביי 7.08 דעגריס ווי מ'האט שוין אויס גערעכענט וואס דער חת"ס האלט אין או"ח תשובה פ' [דער חת"ס זאגט דארט אז פינפ פאר 9 אין אווענט איז לילה יענעם טאג אין מאטערסדארף לפי ר"ת עיי"ש בתשובה הנ"ל וזה היה 52 מינוט אחר השקיעה הנראית, און לפי זה ווייסט מען אז עס איז געווען 7.08 דעגריס אז דער זון איז געווען אונטער דעם האריזאנט אין מאטערסדארף],
ווי אזוי ווייסט מען ווי אזוי מען האט אנגעשטעלט דעם זייגער דארט אין מאטערסדארף?
דער חתם סופר אליין אין אט די תשובה שרייבט: "אמנם אם יש ספק בכלי השעות מי יכול להכניס ראשו בזה, וגם כי אולי אין הילוך כלי השעות שבכאן ושמה שווין".
די ווארט איז פשוט, אמאליגע צייטן איז נישט געווען קיין זייגערס, נאר זון זייגערס, דאס איז געווען גאר ווייט פון פונקטליך.
און אפילו ווען מען האט שוין יא א פונקטליכע זייגער, איז דער פריץ פון שטאט מיט די גרויסע וואנצעס (וואס מען זעט אין די מחניים ביכלעך...) ארויס צום שטאטראט, וואו "דער זייגער פון שטאט" האט זיך געפינען, און געקוקט אויפ'ן הימל און באשטעטיגט אז יא, יעצט איז די זון פונקט אינמיטן, און עס איז צוועלף אזייגער. און מען האט אנגעשטעלט דעם זייגער אויף צוועלף.
פון אט דעם זייגער זאלן מיר גיין באשטימען אז "דעת החתם סופר איז אז נאכט איז ווען דער זון איז ביי 7.08 דעגריס. אין צחוק גדול מזה...