אפעראציע אפטע ווינט - לאמטערנע #2
פראלאג:
די וויעטנאם קריג, א בלוטיגע קאפיטל אין די אמעריקאנער היסטאריע. נאנט צו 60 טויזענט סאלדאטן האבן פארענדיגט זייערע לעבענס אויפן שלאכט פעלד אינעם פראקסי מלחמה צווישן אמעריקע און די סאוויעטישע פארבאנד.
די קאמוניסטישע צפון חלק וויעטנאם איז ארויס אין קריג מיט די דרום פליגל, אין א פארזוך איבערצווארפן די ארטיגע רעגירונג און פאראייניגן וויעטנאם אונטער איין קאמוניסטישע הערשאפט. אמעריקע האט זיך אריין געמישט ארויסצוהעלפן די דרום זייט אפצושלאגן די אינוואדירער און אפצושטעלן די אויסשפרייטונג פון די סאוויעטישע אידיאלאגיע.
אמעריקע האט אבער באצאלט א גאר טייערע פרייז אויפן שלאכט פעלד פאר איר אינטערווענץ. די שטענדיגע פלייץ פון ארונות האבן געפירט צו מאסיווע פראטעסטן אין לאנד וואס האבן גערופן צו די זאפארטיגע ענדע פון די אמעריקאנער ראלע אינעם קריג. די דעבאטע האט טראנספארמירט דאס לאנד און עווענטועל איז דאס געוועהן איינע פון די פאקטארן וואס האט געפיטערט די וואוקס פון די "היפי" באוועגונג.
די שטענדיגע פלייץ פון פאטאליטעטן און די נאכאנאנדע פאליטישע דרוק האט איבערצייגט די רעגירונג אז די פרייז איז צו הויעך, און אין יאר 1975 האט פרעזידענט פארד אפיציעל פארענדיגט די אמעריקאנע ראלע אינעם קריג.
די צפון קעמפער האבן זיך אבער נישט אפגעשטעלט. און מיט די הילף פון רוסלאנד, כינע און אליאירטע - און יעצט מיט א אפגעשוואכטע דרום זייט אן קיין ערענסטע שטיצע - האבן זיי פארגעזעצט אין זייער גאנג, צודרוקענדיג די שוואכערע דרום זייט ארמיי און מאכענדיג שנעלע פארשריט אריין אין איר טעריטאריע.
און טאקע נאך אינעם זעלבן יאר וואס אמעריקע האט אפגעשטעלט איר ראלע אינעם קריג זענען די צפון כוחות אנגעקומען אזוי ווייט ווי ביז צו די גרעניצן פון די דרום רעגירונג הויפטשטאט "סייגאן" און עס איז בלויז געוועהן א פראגע פון צייט פאר די שטאט פאלט צום שונא.
די שטאט זעלבסט - זייענדיג געאגראפיש ווייט פונעם שלאכט פעלד - האט דערווייל אויסגעמיטן די קאסטן פונעם קריג, און טויזנטער אמעריקאנער פערסאנעל זענען נאך געווען פארבליבן אינעם שטאט צו דינען קלענערע ראלעס און צו באשיצן די אמעריקאנער אמבאסאדע און פארבליבענע סי. איי. עי. הויפטקוואטירן.
זעהנדיג די שנעלע פארשריט פון די צפון מיליטער האט די פארד אדמיניסטראציע באפוילן די באלדיגע עוואקואציע פון אלע אומנויטיגע אמעריקאנער וואס האבן זיך נאך געפינען אין סייגאן און אהין געשיקט א פלאטע שיפן און עראפלאנען ארויסצוהעלפן מיט די פראצעדור.
צענדליגע טויזענטער וויעטנאמער בירגער האבן זיך מיטגעכאפט מיטן געיעג, אנפילנדיג עראפלאן נאך עראפלאן, שיף נאך שיף, אנטלויפנדיג פון די מארשירנדע קאמוניסטישע ארמיי. א גרויס טייל פון די אנטלויפנדע זענען געוועהן אזעלכע וואס האבן מיטגעארבעט מיט די אמעריקאנע אינטערעסן אינעם קריג און זענען אויסגעשטאנען צו נקמה אקציעס פון די צפון קרעפטן איינמאל די שטאט פאלט.
די פלייץ פון טראנספארטן האבן פארגעזעצט צומאל אונטער הייסע פייער, איבערלאזענדיג אונטער זיך בלויז די וויכטיגסטע פערסאנעל אויפן ארט וואס זענען הויפטזעכליך באשטאנען פון סי איי עי אפעראטארן, דער אמבאסאדאר מיט זיין פאמיליע ווי אויך זיין שוץ גווארדיע, ווי אויך א צאל אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן נאכנישט עספיעט צו פארלאזן דאס גהינם.
זעענדיג אז די סוף איז נאנט האט דער ארטיגער אמבאסאדאר אויסגעטיילט פאר די פארבליבענע בירגער ליפלעטן, וואס האבן אנטהאלטן פונקטליכע אינסטרוקציעס ווי אזוי צו רעאגירן אינעם מאמענט וואס די שטאט הייבט אן פאלן.
די ליפלעטן האבן אנטהאלטן עוואקואציע פלענער און אנגעצייכענטע מאפעס ווי אהין די לעצט פארבליבענע בירגער זאלן זיך ווענדן אין איילעניש אין פאל א באשטימטע סיגנאל ווערט געגעבן.
די סיגנאל זעלבסט איז געהאלטן געווארן ווי ווייט מעגליך א שטארקע געהיימעניס, און די בירגער זענען אנגעזאגט געווארן נישט ארויסצוגעבן די פרטים אויס מורא אז די צפון כוחות וועלן פראבירן צו שטערן מיט די עוואקואציע און פארלויפן די וועג.
די שטאט איז באלאגערט
דער טאג איז אפריל 28, די צפון מיליטער האט שוין ארומגערינגעלט די הויפטשטאט און עס איז בלויז א פראגע פון שעה'ן ביז זיי וועלן שטורעמען די שטאט און ברענגען די ענדגילטיגע צוזאמפאל פון די דרום רעגירונג.
דער אמעריקאנע אמבאסאדאר אין שטאט וועלכער איז באאויפטראגט געווארן מיט די פליכט צו איבערזיכטן די מאסן עוואקואציע, האט געמאכט די פארצווייפלטע רוף אהיים קיין וואשינגטאן איינצומעלדן אויפן שמאלן מצב, און באקומען די גרינע ליכט אנצוהייבן מיט "אפעראציע אפטע ווינט" די אפיציעלע טיטל פאר די אפעראציע.
אין צענטער פונעם גאנצן עוואקואציע פלאן איז געשטאנען די לעצט פארבליבענע עירפארט אינעם שטאַט וואס האט געדינט אלץ די פאקטישע אמעריקאנער עיר פארס און ארמיי באזע. לויטן פלאן האבן עטליכע ריזן 'C130' טראנספארט עראפלאנען געזאלט לאנדן אין די באזע און גרינגערהייט אריין נעמען די עטליכע טויזנט געשטראנדעטע. אויבנאויף האט עס אויסגעזעהן ווי א גאר איינפאכער פלאן וואס דארף אריבער גיין גרינגערהייט.
עטליכע ראקעטן און שעלס האבן שוין צו די צייט געטראפן די באזע אריינפליענדיג פון די צפון מיליטער וועלכע זענען שוין געשטאנען הארט ביי די גרעניצן פון שטאט, אבער די שאדנס זענען געוועהן מינימאלע און די אפעראציע האט געזאלט גיין פאראויס אן קיין שטערונגען.
די צוגרייטונגען אינעם באזע זענען אנגעגאנגען אין פולן טעמפא ווען פלוצים איז די רעלאטיוו שטילע אטמאספערע געבראכן געווארן דורך אויער פארטייבנדע קולות פון אנקומענדע מלחמה פליגער. אויפן הימל האבן זיך באוויזן דריי דרום וויעטנאמער ערעפלאנען און יעדער האט אפגעאטעמט, דאס זענען דאך געוועהן די זייט פאר וועם אמעריקע האט זיך געשלאגן, פריינטליכע כוחות.
פלוצים, אן קיין פריערדיגע ווארענונג, האבן די פליגער אנגעהויבן רעגענען באמבעס אויף אלע זייטן. בנינים זענען ארויף אין פלאמען, די ראנוועיס זענען געווארן איבערגעדרייט צו ריזיגע לעכער, און די גאז טאנקן וועלכע האבן געזאלט אנפילן די קארגא פליגער האבן געשפיגן שווארצע רויעך.
א לעבעדיגער גיהנם האט זיך געשאפן פארנט פון זייערע ערשיטערטע אויגן.
ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט שפעטער האבן אין די פילאט קאבינעס פון אט די דריי דרום ערעפלאנען, זיך געפינען דאפעלטע אגענטן אריינגעשטעלט פון צפון זייט וועלכע האבן אינפילטרירט די דרום ארמיי און איר סאבאטאזשזירט פון אינעווייניג, ארויסנעמענדיג פון דינסט די לעצט פארבליבענע עירפארט אין שטאט.
צוויי אמעריקאנער סאלדאטן זענען נעבעך אומגעקומען אין די שוידערליכע סורפרייז אטאקע, זיי מאכנדיג פאר די לעצטע אמעריקאנער קרבנות פון אט די בלוטיגע קריג.
אמבאסאדאר 'גרעהעם מארטין' וועלכער האט פארפיגט אויף די גאנצע אונטערנעמונג, איז אראפגעפארן צום עירפארט צו באטראכטן די שאדנס פון דער נאנט, און עס איז איהם געווארן שווארץ פאר די אויגן. עס איז געוועהן קלאר פאר יעדן אז די עירפארט איז גענצליך ארויס פון באנוץ און אז עס איז אומעגליך דארט צו לאנדן אן עראפלאן.
פלאן בי
די לעצט פארבליבענע אפציע האט אויסגעזען זייער ריזיקאליש און אומרעאליסטיש און איז זאגאר געווארן אויסגעלאכט אין די מיליטערישע קארידארן. אבער נישט האבענדיג קיין צווייטע אויסוועג האט מארטין געגעבן די באפעל אנצוהייבן עוואקואירן די ריזיגע צאל מענטשן מיט… מיליטערישע העליקאפטערס.
דריי ערטער זענען געווארן אנגעצייכנט אלץ עוואקואציע פונקטן ווי די העליקאפטער וועלן לאנדן. אלץ די ערשטע ארט איז באשטימט געווארן די ארמיי הויפטקווארטיר אין די באזע, דערנאך די געביידע פון די אמבאסאדע ווי עס האבן געזאלט אנטלויפן דער אמבאסאדאר זעלבסט און זיין משפחה און נאנטע וועכטער, און די דריטע ארט איז געוועהן א בנין וועלכע איז געניצט געוווארן אלץ הויפטקווארטיר פאר די סי איי עי פערסאנעל.
לויטן פלאן האט די עוואקואציע צענטער פונקט ווייטער געזאלט זיין ביים באזע, און ווי ארגינעל געפלאנט האבן אלע אמעריקאנער וואס האבן זיך געפינען אין שטאט, ווי אויך די איבריגע איינגעשטעלטע פון די עמבעסי, געזאלט ווערן ארויפגעשטעלט אויף באסעס און טראנספארטירט צום עירפארט, פון וואו זיי וועלן צוביסלעך אויפשטייגן אויף העליקאפטערס וועלכע וועלן מאכן רייזעס אהין און צוריק צו די עירקרעפט קעריערס אויפן וואסער און אזוי ראטעווען די מענטשן.
"די וועטער אין סייגאן איז 105° און גייט נאך ארויף" די ווערטער וואס זענען געליפערט געווארן אויף די ארמיי ראדיא טשאנעל האט אויפגעוועקט די מענטשן ווי פון א חלום. דאס איז געוועהן די אפגעשמועסטע סיגנאל וואס האט אפגעצייכנט די אנהויב פון "אפעראציע אפטע ווינט". די מעסעדש איז געווארן נאכגעפאלגט מיט א פון פאראויס אנגעגעבענע באקאנטע ליד און מיט דעם איז די אפעראציע אריין אין גאנג.
ווי נאר די שמועה איבער די געפלאנטע אמעריקאנע עוואקואציע איז אריבער פון מויל צו אויער האט זיך פארמירט א פלייץ פון פארצווייפלטע וויעטנאמער בירגער וועלכע האבן אויס מורא פון די נאכפאלגענדע בלוט באד זיך א לאז געטון צו די אמעריקאנער עוואקואציע פונקטן און מיט געוויינען זיך געבעטן צו ווערן ארויפגעלאזט אויף די פליגלען צו פרייהייט און לעבן.
טויזנטער מענטשן האבן באלאגערט די אמעריקאנע עמבעסי און די מויערן ארום האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין ווערטלאז. אויס פחד פאר זייער לעבן, זענען די וויעטנאמער אריבערגעקראכן די וואנט און מיט זייער לעצט פארבליבענע כוחות זיך א לאז געטון צו די לאנדונגס ערטער, ווען צווישן זיי געפינען זיך אסאך וויעטנאמער וועלכע האבן קאלאבארירט מיט אמעריקא אין לויף פונעם קריג און זייערע לעבנס זענען געהאנגען אין באלאנס.
א גרופע פרישע מארינען זענען אין איילעניש אריבער גערופן געווארן צום אמבאסאדע פון די דערנעבענדיגע עירקרעפט קעריערס און האבן מיט הייס געווער און טרערן גאז געארבעט צו ברענגען די צעווילדעוועטע מאסן אונטער קאנטראל.
ווערטער קענען נישט באשרייבן וואס האט זיך אפגעטון אויפן ארט. די אנטייל נעמער אינעם אפעראציע רעדן נאך היינט טרערן געשטיקט איבער די טרויעריגע סצענעס וואס האבן זיך אפגעשפילט פארנט פון זייערע אויגן.
טויזענטער מענטשן, פרויען און פיצלעך קינדער באלאגערן דעם קאמפאנד און בעטן זיך פאר זייער לעבן צו באקומען איינע פון די געציילטע זיצן אויפן העליקאפטער, און די אמעריקאנער שטייען מיט געבינדענע הענט אן די מעגליכקייט צו ענטפערן זייער אומבאהאלפענע רוף.
די געפלאנטע באס רייזעס צו די מיליטערישע הויפטקוואטירן אין די לופט באזע האט זיך גלייך ארויסגעשטעלט צו זיין אומאויספירבאר. די באסעס האבן זיך נישט געקענט רירן פון ארט צוליב די מענטשליכע באלאגערונג, און דערצו זענען זיי איינס ביי איינס אויסגעלאפן פון גאז, אין די צייט ווען קיין איין גאז סטאנציע אין שטאט איז שוין נישט געוועהן אין דינסט.
די מאסן ארום די אמבאסאדע זענען געוואקסן מיט יעדע מינוט און די כאאס איז געוועהן אויפן העכסטן פארנעם. דער אמבאסאדאר האט געגעבן די באפעל צו ראטעווען וועם מען קען נאר און האט זאגאר אומאויפהערליך טעלעפאנירט קיין וואשינגטאן צו בעטן פאר נאך צייט צו ראטעווען וואס מער מענטשן.
וואס האט נאכגעפאלגט אין די קומענדע שעות איז עפעס וואס קיינער האט זיך נישט געקענט אויסמאלן, און איז נאך ביז היינט פארבליבען אין די היסטאריע ביכער אלץ די גרעסטע העליקאפטערס עוואקואציע אפעראציע וואס איז נאר אמאל געווארן דורכגעפירט מיט סוקסעס.
א גרויסער בוים וואס האט זיך געפינען אין הויף פון די אמבאסאדע איז אין מינוטן געווארן אראפ געשניטן און ארויסגענומען פון וועג. העראאיזם האט זיך אנגעזען אין יעדע ווינקל ווען א בראווער מארין איז ארויפגעקראכן אויף אן עלעקטעריק טורעם וועלכע האט געפירט דראטן וואס האבן געשטערט די לאנדונגס ערטער. מיט א בלויזע 'קאטער' אין די האנט האט ער נישט צוהערנדיג זיך צו די געשרייען אז דאס איז ממש זעלבסטמארד אפגעשניטן די דראטן איינס נאך די אנדערע. די ביישטייער פארציילן אז דער מארין האט צוריק געשריגן אז די ווייערס זענען מעגליך טויט "עס איז א פופציג פופציג שאנס, און איך נעם עס" צו זיין מזל זענען די ווייערס טאקע געווען ארויס פון דינסט..
ווי א גרופע בינען זענען די העליקאפטערס געפלויגן אהין און צוריק. די גרעסערע העליקאפטער האבן געלאנדענט אינעם הויף וואס מען האט נארוואס צוגעגרייט, און די קלענערע העליקאפטער האבן אין די זעלבע צייט געלאנדעט אויפ'ן דאך אזוי ארום צו קענען ארויסנעמען די מאקסימום מענטשן מעגליך.
אפילו די קליינע העליקאפטער האבן אויך געהאט פראבלעמען צו לאנדען אויפן שמאלן דאך, דעריבער האבן די פילאטן נישט געקענט אויסלעשן זייער ראדארן נאר זענען געבליבן ווי הויערן האלבוועגס אויף די דעכער בשעת וואס מענטשן שטופן זיך אריין צו זיין פון די גליקליכע געראטעוועט צו ווערן ממות לחיים.
מענטשן האבן אוועקגעווארפן זייער גאנצע האב און גוטס צו מאכן פלאץ פאר נאך איין מענטש צו ווערן געראטעוועט. און די העליקאפטערס זענען געוועהן איבערגעפילט צומאל מיט באלד דאפעלט מענטשן ווי די געווענליכע ערלויבעניש.
ווי א פילאט האט שפעטער פארציילט, האבן העליקאפטערס זיך כסדר עטוואס אונטערגעהויבן צי זעהן אויב עס קען נאך פארנעמען, און אויב יא האט ער צוריק געלאנדעט פאר עטליכע פרישע מיטרייזער. ווען די לאסט האט דערגרייכט איר מאקסימום האבן זיי געדארפט ווארטן און נעבעך אפשאקלען די אומגליקליכע וואס האבן אין זייער לעצטע פרואוו זיך אנגעהאנגען מיט די בלויזע הענט אין די שטיגן און פראבירט זיך אריין צו זעהן אויף יעדע וועג זייענדיג גרייט מיטצופליען די גאנצע רייזע הענגענדיג פון דרויסן.
אזויפיל העליקאפטערס זענען געוועהן פארמישט אין די אקציע אז צוליב די מאנגל אין פילאטן זענען זיי געווארן אפערירט מיט בלויז איין פילאט אנשטאט די געווענליכע צוויי. מיט איבערמענטשליכע כוחות און העראאיזם האבן די מיליטערישע פילאטן געפירט די העליקאפטערס אונטערן נאז פונעם שונא, געוויסע פון זיי איינער אליינס אינעם קאבינע פאר גאנצע צעהן שעה אין איין ציה!
פון די גרעניץ האבן זיך כסדר אנגעזען צייכענס אז די צפון כוחות קומען אט אט אריין אין שטאט און דאס האט פארשטענדליך געפירט צו מער שטופענישן און פאניק.
אויף די עירקרעפט קעריערס זעלבסט האט זיך אויך אפגעטון סצענעס פון כאאס ווי קיינמאל פריער. העליקאפטערס האבן געדארפט ווארטן אין די לופט צו לאנדן און די פארקער אויפן דעק איז געוועהן אומטאלערירבאר.
דער אדמיראל אויף די שיף האט אין א פראוו צו מאכן מער לאנדונג ארט באפוילן די מאטראזן אראפצושטיפן אין ים אריין יעדע עירקרעפט וואס איז נישט געוועהן א טייל פון די רעטונגס אקציע. איבער הונדערט העליקאפטערס און ערעפלאנען זענען געווארן אריבערגעשטיפט דעם עק אין געזינקן אין ים צו זייער לעצטער רוה.
זייענדיג אזוי געדרוקט אין פלאץ זענען עטליכע העליקאפטער וואס זענען געוועהן גאר נידריג אין גאז און האבן נישט געקענט ווארטן צו לאנדן זאגאר באפוילן געווארן צו הויערן העכער די דעק און אראפלאזן די מיטרייזער דערנאך אפצופליען ארויס צום וואסער ווי זיי זענען ארויסגעשפרונגען פון די העליקאפטערס זיי לאזענדיג קראכן אין ים! קלענערע שיפלעך זענען ארום געפארן אויפצונעמען די העראאישע פילאטן ארויף אויפן שיף.
ווען די נאכט איז צוגעפאלן האבן זיך די רייזעס ביי די לופט באזע אפגעשטעלט אויס מורא פון פיינטליך פייער וואס איז גרינג צי צילן אין די פינסטערע נעכט. אבער ווען אמבאסאדאר מארטין האט טעלעפאנירט וואשינגטאן האבן זיי אים נאכגעגעבן פארצוזעצן מיט די עוואקואציע ביים עמבעסי מיטן גאנצן שוואנג. צוליב פחד פונעם שונא האבן זיי באפוילן אז די לעמפ אויף די העליקאפטערס מיזן ווערן פארלאשן זיי נישט צו מאכן פאר א גרינגע ציל…
די מיסיע האט אנגעהאלטן א גאנצע נאכט מיט א פלאטע העליקאפטערס פליענדיג אין די לופט מיט אויסגעלאשענע לעקטערס! זיך בלויז באנוצענדיג מיט עלעקטאראנישע ווייזערלעך צו האלטן יעדע העליקאפטער ביי א אנדערע הייעך צו פארמיידן א צוזאם שטויס אין די פינסטערניש.
ווי די זון האט אויפגעשיינט דעם קומענדיגן אינדערפרי איז די מצב שוין געווען זייער שמאל און סייגאן האט געלעבט אויף געבארגטע צייט. א באפעל פון וואשינגטאן האט פארארדענט אז פון יעצט און ווייטער זאל מער נאר ראטעווען אמעריקאנע בירגער און נישט האבענדיג קיין ברירה האט מען אין די לעצטע מינוט איבערגעלאזט עטליכע הונדערט וויעטנאמער וועלכע זענען געוועהן צוגעזאגט א רעטונג.
די העליקאפטער וואס האט געזאלט זיין די לעצטע האט אויפגענומען דעם אמבאסאדאר און זיין פאמיליע און געמאכט איר וועג צום עירקרעפט קעריער. "טייגער אן באורד" איז געוועהן די קאוד ווארט מיט וואס דער פילאט האט איינגעמאלדן אז ער האט דעם אמבאסאדאר מיט זיך, און ער פליעט ארויס צו זיכערונג.
ווען פלוצים איז אריין געקומען א פארצייפעלטע רוף פון 11 מארינען וואס זענען אין די צומישעניש איבערגעלאזט געווארן שטיין אויפן דאך פון די אמבאסאדע אליינס ווי אויף אן אינזל אינעם ברויזענדע ים...
די מארינען זענען געוועהן אין גרויס געפאר. אראפקוקנדיג פון דאך האבן זיי שוין געזעהן דעם שונא אריין קומען אין שטאט. מיט די בלויזע אויגן האבן זיי געקענט זעהן ווי טאנקן מארשירן פאראויס נישט ווייט פון זייער ארט און האבן שוין כמעט אויפגעגעבן אויף זייער לעבנס.
א וויילע איז אריבער ווען א פרישע העליקאפטער האט זיך באוויזן אויפן האריזאנט! אונטערן נאז פונעם שונא האבן זיי געמאכט די רייזע צום שיף מיט די לעצטע 11 אמעריקאנער מארינען און מיט דעם געברענגט אן ענדע צו אפעראציע אפטע ווינט.
גאנצע 18 שעה מיט 18 מינוט אויפן זייגער אן א רגע אפשטעל אינדערמיט זענען די העליקאפטערס געפלויגן אהין און צוריק און אפגענומען איין גרופע נאך די צווייטע, און ווען אלעס איז פאריבער זענען מער ווי 7,000 מענטשן ארויסגעראטעוועט געווארן מיט א העליקאפטער לאנדונג יעדע צעהן מינוט וואס האט געדארפט פארן פונעם עוואקואציע פונקט צום עירקרעפט קעריער 20 מייל ארויס און צוריק.
און דאס איז אויסער די פילע טויזענער וואס האבן געמאכט די וועג צו די עירקרעפט קעריערס דורכ'ן ים מיט יעדע שיפל וואס זיי האבן נאר געפינען, ווי אויך דרום פילאטן וואס האבן געניצט זייערע אייגענע העליקאפטערס ארויסצפליען ווי זיי האבן באקומען ערלויבעניש צו לאנדן און דערנאך אריין געשטיפט זייער העליקאפטערס אין וואסער…
אין לויף פון די טומל האט א פאטאגראפירער פאראייביגט די סצענע מיט די מערסט באקאנטסטע בילד פון די וויעטנאם מלחמה:
די בילד איז גענומען געווארן פון די קלענסטע ארט נעמליך די סי איי עי הויפטקוואטיר אבער עס גיבט א שטארקע בליק ווי אזוי די מצב האט זיך אויסגעשפילט אין לויף פון די מיסיע.