די גרעניץ פון דרום זייט מערקט די אנגעצויגנקייט וואס הערשט דארט, פון פארענט שטייען די דרום זעלנער און די אנדערע זייט שטייען די צפון זעלנער, די צפון זעלנער מאכן זיך נאריש און רייצן זיך מיט אן אלטע פארשמאדעטע קאמארע...
א בילד וואס סימבלאזירט די שרעקליכער אנגעצויגנקייט ביים גרעניץ א דרום קאריע זעלנער קוקט אריין אין די אויגן פון צוויי צפון זעלנער מערקט די האס וואס גיסט זיך פון זייער אויגן, ס'וואלט זיך געוואלט דארט אראפ לאזן אזא פאנטש אז ס'זאל גיין א רויעך, אבער דעי חברה ווייסן אז דאס גייט אויפלאקערן די דריטע וועלט מלחמה
די גרעניץ, מערקט די אויסגערעכענטע געביידע'ס וואו די צוויי זייטן פארהאנדלן, צווישן די געביידע'ס איז פארהאט א קליין שטיק צעמענט וואס דאס איז וואס טיילט אפ צווישן צפון און דרום
נאך א בילד פון די אנגעצויגנקייט ביים גרעניץ מערקט די זעלנער וואס שטייען אויף די טרעפ אויף די צפון זייט און בליקן אריין אין שפאקטיוון...איך מיין אז זיי זען דארט ביללער'ס נפלאות הבורא בילדער
מערקט אויך די שטיקל צעמענט וואס טיילט אפ צווישן צפון און דרום
פיינע ארבעט אמביציע! זייער הנאה געהאט! האלט אן! (אויב שייך גיי אביסל צוריק צו די נושא פון קאמיניזם און סאוויעטישע פארבאנד)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן.און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
מ'קומט ארויס אויף די טרעפן פון א געביידע און מ'שטעלט זיך אויס צו זען און הערן די ווארט פון דעם אמעריקאנער זעלנער וואס געבט א קארצע איבערבליק אויף דעם פלאץ
בעת וואס מ'שטייט דארט זעט מען פיל מאל וואו אויף די אנדערע זייט אין צפון שטייען זעלנער מיט שפאקטיוו'ן און קוקן אין די וועלט אריין, מ'זאגט אן יעדעם נישט צו פוינטן מיט די פינגער ווייל די צפון חברה קענען נאך מיינען אז מ'פראוועקירט און זיי וועלן זיך נעמען שיסן
פון אינטערוויילעכטס קען מען הערן פראפעגאנדע מוזיק וואס שפילט אויף דעם צפון קאריע זייט וואו דעי קליגע פארגעשריטענע קעפ האבן ארויס געלייגט גרויסע ספיקער'ס מיינענדיג אז דאס גייט צו ציען דרום בירגער אריבער צו קומען צו זייער גן עדן
מיט אמאל זעט מען וואו פון די צפון זייט מארשירן עטליכע זעלנער און קומען אריין צו שפאנען צווישן די געביידע'ס מיט א פעסטן טעמפאו, זיי שטעלן זיך אויס איינער קעגן די צווייטע ווען איינער שטייט אינדערמיט און קעגן איבער שטייט נאך א זעלנער מיט א קאמארע און כאפט א בילד פון דעם סאלדאט וואס שטייט אינדערמיט. פינקטלעך וואס דאס איז ווייסט מען נישט, צו איז דאס בלויז צו ווייזן וויכטיגקייט אדער ווילן זיך די סאלדאטן באמת שטעלן פאר בילדער, איך האב נישט קיין השגה, אבער ווען דער איז פארטיג כאפן בילדער פון עם גייט ער מיט א מיליטערישע טאקט ארויס פון צווישן די געביידע'ס און ס'קומט אריין צו מארשירן אן אנדערע זעלנער און ס'שפילט זיך איבער די זעלבע ווען ביידע זעלנער פון דערזייט שטייען וואו פארשטיינערט איינער קעגן די צווייטע און רירן זיך נישט